☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ישראל'ישע יוגענטליכער ארעסטירט פאר פאלשע באמבע ווארענוג

ישראל'ישע יוגענטליכער ארעסטירט פאר פאלשע באמבע ווארענוג

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11389

יתרו » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 1:14 pm

· #366508
ישראל'ישע יוגענטליכער ארעסטירט פאר פאלשע באמבע ווארענוג
מיט ווייטאג און צער ווערט אויפגענומען די בשורה אז מען האט ארעסטרירט א בחור אין ישראל וואס ווערט פארדעכטיג און מאכן א גרויס חלק פון די לעצטע 175 פאלשע באבע ווארענוגן אין אמעריקע. דער בחור האט דועל סיטענזינשיפ פאר ארץ ישראל און אמעריקע. עס איז נאך צו פרי צו שאצן די שאדן וואס אזא פאברעך וועט האבן אויף אידן בכללות און אויף ארדטאדאקסן בפרטיות.
<a class="postlink" href="http://www.jpost.com/Israel-News/Dual-US-Israeli-citizen-behind-most-JCC-bomb-threat-calls-484990">http://www.jpost.com/Israel-News/Dual-U ... lls-484990</a>

מיש-נייעס » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 1:35 pm

· #366510
נישט חרדישע בחור
איך ווייס נישט פארוואס דו שרייבסט אז עס איז א "חרדישע בחור"
ליין די ארטיקל
There are still few details available about the suspect’s profile, but he is not in the IDF, not ultra-Orthodox, at some point made aliya and possibly has psychological problems and few friends.

כלבאשבוע » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 1:41 pm

· #366512
יתרו
א חרדישע בחור אין ישראל


אבי געשאסן.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/366485">viewtopic.php?f=3&t=8190&p=366485#p366485</a><!-- l -->

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 1:53 pm

· #366518
כבר היה לעולמים. אין כל חדש תחת השמש. ס'איז שוין געווען עטליכע פעלער פון אזעלכע און ענליכע שטיקלעך. נאר נישט אויף אזא פארנעם. מסתמא ווייל די טעכנאלאגיע איז נאכנישט געווען אזוי שטארק פארגעשריטן ווי זי איז היינט צו טאג.

אבער וואס ס'איז אינטרעסאנט איז, אז אין א יעדן פאל אן אויסנאם איז דער אנשטעלער פון די פאלשע באמבע סטראשונקעס צו אידישע אינסטיטוציעס געווען א אידישער בחור. ליידער א ביסל א צודרייטער.מיט עמאציאנעלע פראבלעמען און א ליידיגייער. אן א דזשאב. אן א משפחה ווי ווייב און קינדער. די פראפייל איז די זעלבע. דאס אז מ'האט געכאפט און ארעסטירט דעם טונקעלן פארשוין אין מינעסאטא די פארגאנגענע וואך אויף די באשולדיגונג אז ער איז געווען אונטער די אלע פאלשע קאללס, איז טאקע געווען א חידוש. און א יוצא דופן. אבער די פראפייל איז כמעט די זעלבע. איינער מיט א הויכע מאס פון אינטעליגענץ. וואס קען זיך גוט אויס מיט און קען גוט מאניפולירן מיט די טעכנאלאגישע כלים.

די מסקנא פון דעם אלעם איז אז ס'האט נישט געהאט קיין פשט און קיין שום ניצן אריינצופאללן אין היסטעריע איבער די פאלשע סטראשענונגען. ווייל די אמת'ע געפאר פאר די אידן אין אמעריקע ליגט ערגעץ אנדערש. אין די פילע גרופירונגען פון עקסטרעם רעכטע און לינקע משוגעים וועלכע גלייבן אין קאנספיראציע טעאריעס. און זיי ווערן געטריבן דורך פסעוודא-אינטעלעקטואלן (פאלשע אינטעלעקטואלן). און אויך עטליכע וועלכע געבן זיך אן אלס רעווערענדס. און זיי העצן אן דעם המון עם אז אין אלעם זענען די אידן פון אמעריקע און פון די וועלט שולדיג.

סאשי פיש » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 1:57 pm

· #366520
Re: שאק און שוידער חרדישע בחור ארעסטירט פאר פאלשע באמבע וואר
גבאים ביטע טוישען די פאלטשע קעפל

יתרו » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:23 pm

· #366529
איך זע דער עולם דא איז זייער עמפינדלך אז מען זאל דעפינירין ריכטיג די לעבעלס מילא האבן מיר געטוישט די טיטל פון חרדיש צו ארטאדאקסיש, ואתכם החרדים אל דבר ה' סליחה.

ליפא » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:34 pm

· #366531
מ'איז עמפינדלעך צו שקר

מיש-נייעס » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:35 pm

· #366532
סאו אז א ארטעדאקסישע נישט קיין חרד'ישע פאסט זיך שוין נישט צו שרייבן בחור עס קלינגט בעסער יוגענטליכער

מיש-נייעס » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:36 pm

· #366533
ליפא
מ'איז עמפינדלעך צו שקר


ק"ש פעיק נויז! 😂

מיש-נייעס » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:37 pm

· #366535
עניוועי שכוח יתרו פארן ברענגן די נייעס
און אזוי ווי ס'דא עפעס חדשות פליעז זעה צו אפדעטן

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:38 pm

· #366537
יתרו
איך זע דער עולם דא איז זייער עמפינדלך אז מען זאל דעפינירין ריכטיג די לעבעלס מילא האבן מיר געטוישט די טיטל פון חרדיש צו ארטאדאקסיש, ואתכם החרדים אל דבר ה' סליחה.


פון איין פאלטש קעפל צום צוייטע. ווער זאגט אז ס'בכלל אן ארטעדאקסישע? אז די מאכסט עס גאר פאר א 'קעפל'???

ליפא » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:38 pm

· #366538
מיש-נייעס
סאו אז א ארטעדאקסישע נישט קיין חרד'ישע פאסט זיך שוין נישט צו שרייבן בחור עס קלינגט בעסער יוגענטליכער

יא יא, כאילו ער פארשטייט נישט...
אגב אפאר טאג צוריק האט א אינגערמאן געהארגעט אן EMT ארבייטער אין די בראנקס...

מיש-נייעס » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:42 pm

· #366543
ליפא
מיש-נייעס
סאו אז א ארטעדאקסישע נישט קיין חרד'ישע פאסט זיך שוין נישט צו שרייבן בחור עס קלינגט בעסער יוגענטליכער

יא יא, כאילו ער פארשטייט נישט...
אגב אפאר טאג צוריק האט א אינגערמאן געהארגעט אן הצלה מעמבער... אין די בראנקס...

😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂

יודישע שרייבער » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 6:33 pm

· #366570
יתרו
מיט ווייטאג און צער ווערט אויפגענומען די בשורה אז מען האט ארעסטרירט א בחור אין ישראל וואס ווערט פארדעכטיג און מאכן א גרויס חלק פון די לעצטע 175 פאלשע באבע ווארענוגן אין אמעריקע. דער בחור האט דועל סיטענזינשיפ פאר ארץ ישראל און אמעריקע. עס איז נאך צו פרי צו שאצן די שאדן וואס אזא פאברעך וועט האבן אויף אידן בכללות און אויף ארדטאדאקסן בפרטיות.
<a class="postlink" href="http://www.jpost.com/Israel-News/Dual-US-Israeli-citizen-behind-most-JCC-bomb-threat-calls-484990">http://www.jpost.com/Israel-News/Dual-U ... lls-484990</a>

אויך איז אינטרעסאנט וואס ס'וועט זיך יעצט אויסקאכן צווישן טראמפ און טורקס....

מיש-נייעס » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 7:02 pm

· #366574
בילד פונם 19 יעריגן ארטאדאקסישער בחור 😂 ביים ערשיינען אין געריכט זאל
📎 24JCC-SUB-master768.jpg

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 7:44 pm

· #366586
איינער פון די שומרים/גארדס איז אן ארטאדאקסישער איד מיט א קאפל. מעגליך אז פון דארט נעמט זיך דער טעות. ווייל דער באשולדיגטער, ווי ער ווערט געזעהן אויף איינס פון די בילדער, גייט אן א קאפל. און איז (מסתמא) א חילוני...!

יתרו » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 8:18 pm

· #366594
קען זיין, אבער צומאל טוט מען זיך אויס די קאפל און אזעלעכע מצבים עיין ערך הרוצח של קלצקי.

מיש-נייעס » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 8:23 pm

· #366596
ווענד זיך צו יתרו איז קודם מתן תורה בא אדער לאחר מתן תורה בא
אנפאנג שרייבט ער א חרדישע בחור און צום סוף אן א קאפל איך ניטאמאל קיין בחור... ניטאמאל קיין ארטאדאקס...

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 8:34 pm

· #366598
מיש-נייעס. דער לייק איז פאר דעם גוטן ווערטל. איך גלייך זייער שטארק גוטע, טרעפליכע ווערטלעך. נישט ח"ו פוגע צו זיין אין כבוד פון ..."יתרו"...!

יתרו » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 8:43 pm

· #366600
שיקט מיר איינער אין אישי אז דאס איז גאר א מוסלימענער, וטעות לעולם חוזר האבן מיר געטוישט די קעפל צום צווייטן מאל.

ליפא » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 8:47 pm

· #366601
איך הער אז ער איז טרענסדזשענדער, שרייב ''בחור/מיידל''