☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » משלוח מנות מיט בלעטער גמרא, האט עס א מקור ?

משלוח מנות מיט בלעטער גמרא, האט עס א מקור ?

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11382

איש את רעהו » מוצ"ש מערץ 18, 2017 10:48 pm

· #365936
משלוח מנות מיט בלעטער גמרא, האט עס א מקור ?
אין די ספרי שו"ת געפינט מען א שמועס צו מיט שיקן פאר א צווייטען א ספר, חידו"ת צו מען איז דער מיט יוצא די מצות משלוח מנות, אין רש"י שטייט מיני מגדים, טייל פוסקים האלטן אז די עיקר ענין איז להרבות רעות דערפאר איז מען דערמיט יוצא די חוב פון משלוח מנות, עי' בתרומת הדשן ומנות הלוי.

יעצט שטויס איך מיר אהן אין א נייע מין שיקן משלוח מנות, נעמליך תלמידים פון א סאטמארע מוסד האבן שושן פורים געשיקט צו זייער מנהיג א משלוח מנות פון דפים גמרא
דהיינו מען האט שעות לאנג געלערנט אין חדשי שבט אדר בלעטער גמרא, עס צו קענען אפשיקן צו זייער מנהיג פאר א משלוח מנות געשאנק
@ליטוואק פון בודאפעסט געפינט מען ערגעצווי צו דעם א מקור ?

ליפא » מוצ"ש מערץ 18, 2017 10:56 pm

· #365939
שושן פורים קען מען שיקן א שירעם אויך. נישטא א חיוב שושן

איש את רעהו » מוצ"ש מערץ 18, 2017 11:11 pm

· #365942
די משלוח מנות באריכטעט📎 5246856.jpg


ליפא
שושן פורים קען מען שיקן א שירעם אויך

יתכן אז פורים האט מען עס מזכה געווען , און שושן פורים איז געווען די נתינה ברבים

שמעון וואלף » מוצ"ש מערץ 18, 2017 11:42 pm

· #365951
שוין אן אלטע מחלה. ביי אנדערע פלעצער איז איינגעפירט אס מ'גיבט דפים גמרא און שעות רצופות אלץ דרשה געשאנק.

וואדריזשע רב זז"ג מאכט כסדר ליצנות דערפון ווי מ'מאכט משוגע די בחורים צו לערנען רצופות שובבים - א זאך וואס איז געמאכט פאר יחידי סגולה - און נאכדעם גיט מען עס נאך אוועק פאר'ן רבי'ן

גר ותושב » זונטאג מערץ 19, 2017 12:51 am

· #365963
Re: משלוח מנות מיט בלעטער גמרא, האט עס א מקור ?
וואס מיינט מען געט שעות רציפות פאר א רבי? מגעט עים די גן עדן דערפון?

גראף » זונטאג מערץ 19, 2017 2:00 am

· #365977
Re: משלוח מנות מיט בלעטער גמרא, האט עס א מקור ?
ס'איז פאוני בעלאני. עס איז גוטע פ.ר. פאר די טאטעס צי קוועלען אין שול אז זייער בחור איז אויף דער גרויסע סיין אין ביהמ''ד. דער מנהל און משגיח וראש ישיבה באקומען אסאך גוטע גריסען און מעגליך אפילו א גרויסע טיפ. ביי דער סעודה אינדערהיים קוועלט שוין די מאמע ווי אזוי איהר פערצן יעריגע צדיק גייט זיין א דיין איין טאג און טיען א הערליכען שידוך.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 19, 2017 4:07 am

· #365993
Re: משלוח מנות מיט בלעטער גמרא, האט עס א מקור ?
פ"וו האט מען נאר אהער געשטעלט האלב די שלחמנות? די ישיבה קטנה בחורים האבען גע׳לערנט׳ און די ישיבה גדולה בחורים האבען זיך אונטערגענומען (אונטערגעהאלטען) עפעס וועגען סמארטפאונס, ובא זה ולימד על זה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 19, 2017 4:18 am

· #365994
שמעון וואלף
שוין אן אלטע מחלה. ביי אנדערע פלעצער איז איינגעפירט אס מ'גיבט דפים גמרא און שעות רצופות אלץ דרשה געשאנק.

וואדריזשע רב זז"ג מאכט כסדר ליצנות דערפון ווי מ'מאכט משוגע די בחורים צו לערנען רצופות שובבים - א זאך וואס איז געמאכט פאר יחידי סגולה - און נאכדעם גיט מען עס נאך אוועק פאר'ן רבי'ן

שמעון וואלף: מיט דעם ביניך מסכים מיט וואודרידזשע רב זז"ג. אין אלע דורות ביז היינט האט דאך דאס אידישע פאלק ארויסגעגעבן גדולי ישראל . צדיקים, מתמידים וחסידים. פארוואס האט מען קיינמאל פריער נישט געהערט פון דעם געדאנק...?! נאר, דאס איז עפעס אן איינפאל פון א בויך סברא אין די סאקמער'ע קהילה. וואו מ'וויל דאך און מ'שטרעבט דאך צו זיין אנדערש און בעסער פון כלל ישראל...!

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 19, 2017 5:27 am

· #366002
Re: משלוח מנות מיט בלעטער גמרא, האט עס א מקור ?
כמבואר במקו"א, דער וואודרידזשער רב זז"ג האט פארדאמט דאס וואס מ׳דרייט יונגע בחורים א קאפ, פארוואנדלען דער תורה וואס דארף זיין זיס אין א סיגוף מיט וואס מ׳מוטשעט זיך.
נאר אין די פאל האב איך נישט קיין מורא דערפון. א חבר מיינער איז אריין אין סאטמארער ישיבה ווען זיי האבען געלערנט רציפעס אלס א זכות פאר׳ן ברך משה׳ס געזונט צושטאנד. ס׳איז נישט דא וואס מורא צו האבען פון דער סיגוף. וכמו שרמזתי למעלה לגבי די סמארטפאונ׳ס וואס איז אויך קיין גרויסע סיגוף נישט.

נאר האמת ניתן להאמר אז רצופות שטאמט נישט פון סאטמאר. די סלאנימער האבען עס אנגעהויבען און דארט אי עס טאקע א סיגוף. איך קען עלטערע יונגעלייט וואס ליידען נאך פון די קאשמארען פון שובבי"ם אין סלאנים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 19, 2017 5:32 am

· #366004
ליטוואק פון בודאפעסט: אויף דעם וואס דו זאגסט אז אין סלאנים האטציך עס אנגעהויבן, האביך א תשובה. נאר איך בין 1000 פערצענט אז די הנהלה גייט עס מעקן. שרייב איך עס בעסער נישט. והמבין יבין . אדער והיוון מבין...!

יעקב מענטש » זונטאג מערץ 19, 2017 1:59 pm

· #366034
אני בעניי זעה נישט וואס איז דער פראבלעם דערפון ?

די בחורים זענען אין זיבעטען הימל נאכדעם, זאל זיין אזוי!

איש את רעהו » זונטאג מערץ 19, 2017 2:41 pm

· #366035
ליטוואק פון בודאפעסט

די ישיבה גדולה בחורים האבען זיך אונטערגענומען (אונטערגעהאלטען) עפעס וועגען סמארטפאונס, ובא זה ולימד על זה.


קבלות איז דאך נישט שייך וואס צו דן זיין
אבער לימוד התורה איז גאר א אינטערסאנטע היכ"ת פון שיקן משלוח מנות, עס איז יתכן אז אויב נאר בזכות די אנדרייעניש אז מען גייט דעם רבי'ן געבן משלוח מנות האבן בחורים געלערנט איז מעגליך אז ס'הייסט עפעס געשיקט פאר יענעם.



שמעון וואלף



וואדריזשע רב זז"ג מאכט כסדר ליצנות דערפון ווי מ'מאכט משוגע די בחורים צו לערנען רצופות שובבים - א זאך וואס איז געמאכט פאר יחידי סגולה - און נאכדעם גיט מען עס נאך אוועק פאר'ן רבי'ן



עס איז ערגעץ געדריקט/ רעקארדעד ?



יעקב מענטש
אני בעניי זעה נישט וואס איז דער פראבלעם דערפון ?
די בחורים זענען אין זיבעטען הימל נאכדעם, זאל זיין אזוי!

אויב איז עס פורים געמאכט פינעם בחור, האסטו אים גארנישט געלערנט סתם חוזק געמאכט פון א אומשילדיג בחור.

אייז קריעם » זונטאג מערץ 19, 2017 2:54 pm

· #366038
איך געב יעדן צופרי און ביהמ"ד מתנות לאביונים.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 20, 2017 10:24 am

· #366136
📎 WhatsApp Audio 2017-02-07 at 9.18.38 AM.mpeg
דאס איז די פייל פון די וואודרידזשע רב וועגען רצופות

אייז קריעם » מאנטאג מערץ 20, 2017 11:08 am

· #366141
הערליך, הערליך. יישר כח.

עליו הכתוב אומר חכמת המסכן בזויה.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 20, 2017 1:49 pm

· #366157
Re: משלוח מנות מיט בלעטער גמרא, האט עס א מקור ?
אייז קריעם
הערליך, הערליך. יישר כח.

עליו הכתוב אומר חכמת המסכן בזויה.

ס׳איז שוין דא אויף איהם א פאר אשכולות. אז דו האסט וואס צוצולייגען, אל תמנע טוב מבעליו

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » מאנטאג מערץ 20, 2017 4:21 pm

· #366182
ליטוואק פון בודאפעסט
📎 WhatsApp Audio 2017-02-07 at 9.18.38 AM.mpeg
דאס איז די פייל פון די וואודרידזשע רב וועגען רצופות


שטארקע רייד.

די האסט אים אפגעטעיפט ?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 20, 2017 4:22 pm

· #366183
Re: משלוח מנות מיט בלעטער גמרא, האט עס א מקור ?
ניין, ס׳איז ארום געלאפען, איך געדענק נישט ווי איך האב עס באקומען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk