☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » Boro Park foodmart

Boro Park foodmart

89 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11372
בלאט: 1 2

קלוגע יודל » מאנטאג מערץ 13, 2017 4:46 pm

· #365344
Boro Park foodmart
געהערט אז היינט אינדערפרי איז געוועהן דארט מארשעלס אפצושפארן דעם גראסערי.

ווייסט איינער מער פרטים און פארוואס?

ער איז (ביז נישט צו לאנג צוריק) געוועהן די איינציגסטע גראסערי אין בארא פארק צו זיין אפן 24 שעה, רוב בארא פארק האט שוין מן הסתם אמאל געמוזט צוקומען צו די גראסערי טאקע פארדעם.

קאצקע ציקער » מאנטאג מערץ 13, 2017 5:10 pm

· #365347
ווער נאך איז אפן 24 שעה?

קלוגע יודל » מאנטאג מערץ 13, 2017 5:17 pm

· #365349
Re: Boro Park foodmart
קאצקע ציקער
ווער נאך איז אפן 24 שעה?

Goldberg's

אישתישבי » מאנטאג מערץ 13, 2017 6:26 pm

· #365360
מן הסתם באצאלט נישט די ראטע פאר'ן פריץ.

קלוגע יודל » מאנטאג מערץ 13, 2017 6:28 pm

· #365362
Re: Boro Park foodmart
אישתישבי
מן הסתם באצאלט נישט די ראטע פאר'ן פריץ.

קומט שוין מארשעלס?

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 13, 2017 10:52 pm

· #365395
מפי השמועה: אז איינער (א איד) האט אפגעקויפט דעם בילדינג און וויל עס איבערמאכן פאר אפיסעס. און ער האט איהם געהייסן ארויסגיין. און ער וויל נישט אפפוצן. איז געקומען דער מהרש"ל און איהם געצווינגען ארויסצוגיין...נאר ס'איז מסתמא דא נאך א פאר (אומבאוויסטע) קאפיטלעך צו די מעשה...!

בן אדם » מאנטאג מערץ 13, 2017 11:40 pm

· #365402
berlbalaguleh
איז געקומען דער מהרש"ל

בערל, איך זעה אז דו האסט נאך גלוי צדיקים.. וויייסט דעך אפשר וואס ווערט געברענגט (בשם ר' יענקעלע דוכט זיך) אז גילע צדיקעם אז גרעסער ווי גילא איילעיאהע 🙄

איך אויך » דינסטאג מערץ 14, 2017 9:29 am

· #365422
קיינער געדענקט נישט די מעשה מיט דעם געשעפט?

קורקלענד » דינסטאג מערץ 14, 2017 1:14 pm

· #365434
אויך בינגאו'ס שולד?

קלוגע יודל » דינסטאג מערץ 14, 2017 1:33 pm

· #365437
Re: Boro Park foodmart
איך אויך
קיינער געדענקט נישט די מעשה מיט דעם געשעפט?

וואסארא מעשה?

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 14, 2017 2:07 pm

· #365446
קלוגע יודל
איך אויך
קיינער געדענקט נישט די מעשה מיט דעם געשעפט?

וואסארא מעשה?

ווי די גוים דארט באפריינדין זיך מיט אידישע מיידלעך? אלטע מעשה

קלוגע יודל » דינסטאג מערץ 14, 2017 2:16 pm

· #365450
Re: Boro Park foodmart
קאווע טרינקער
קלוגע יודל
איך אויך
קיינער געדענקט נישט די מעשה מיט דעם געשעפט?

וואסארא מעשה?

ווי די גוים דארט באפריינדין זיך מיט אידישע מיידלעך? אלטע מעשה

קיינמאל געהערט דערפון.
איז עס געוועהן עפעס מער ווי מיט מעקסיקאנער פון אנדערע גראסעריס?

בן אדם » דינסטאג מערץ 14, 2017 2:26 pm

· #365453
פארוואס הער איך אייביג נאר ווען ס'שוין דערנאך 😢

ציבעלע-קיגל » דינסטאג מערץ 14, 2017 2:59 pm

· #365459
אויך געהערט אז מען האט פארקויפט די הויז און די נייער לענדלארד האט איהם געהעכערט די רענט נאך $11,000.00 א חודש און אזוי ווי אסאך אידעלעך היינט האלטען ליידער אז מסירה מיינט מען נישט מיר האט ער גערופען די מארשעלס.

מסתמא גייט מען דארט כמנהג בורו פרק מאכען נאך א באנק, ווייל בורו פרק האט נאך נישט גענוג (איבער 20) אבער זיי צאהלען רענט...

איסר האטלקי » דינסטאג מערץ 14, 2017 3:02 pm

· #365461
רופן מארשעלס ארויסצואווארפן פון מיין בנין הייסט שוין אויך מסירה??
מסירה מיינט מוסר זיין ממון חבירו ביד העכו"ם. ער האט דא גארנישט איבערגעגעבן פאר קיין גוי.
עוויקטען איז נישט קיין מסירה.

פון א דירה איז אפשר דא אידישקייט אדער רחמנות. אבער פון א געשעפט? ער זאל טרעפן א נייע לאקאציע און פארטיג.
טאמער טרעפט ער נישט זאל ער טרעפן א נייע ביזנעס. א רחמנות אויף אים אבער נישט קיין עבירה אים צו שיקן פון דארט.

ווער עס האלט אנדערש זאל געבן א לייק.

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 14, 2017 3:51 pm

· #365471
איסר האיטלקי: איך געב דיר טאקע נישט קיין לייק ווייל איך בין מסכים מיט דיר. היינטיגע צייטן אין אונזער דור יתום (יתמי דיתמי. ווי אונזער באליבטער ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו פלעגט ליעב האבן צו קרעכצן אויף פעיפער.) וואס דער מצב איז אז ס'איז ליידער נישטא צו וועם צו גיין. ווייל די געציילטע רבנים וועלכע זענען יא קוואליפיצירט צו פיהרן אן אמת'ע דין תורה זענען דאך ביזי אונטערשרייבן קול קןרא'ס אקעיגן בנימן נתן יהוא און דעם בעלזער רב. (מ'דארף זיי אפשר מודיע זיין אז די חשוב'ע רבנים האבן אונטערגעשריבן א קאלקוירע אקעיגן זיי....) און דער בהמה מיט די קעלבערנע צורה וועלכער האט געשריגן ווי א קעלבל ווען ביבי איז געווען אין די יו.ען. בילדינג. ער איז דאך א געשוואלענער עם הארץ, וועלכער איז אנגעפרעסן מיט חלב ונבילה וטריפה סטעיק. מ'קען דאך עס אפליינען פון זיין אויסגעפאשעטע, מגושם'דיגע צורה. ער איז דאך זיכער נישט קיין אמת'דיגער רב. אפשר ביי די ניו יארק פאוסט הייסט ער א ראביי...!

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 14, 2017 4:20 pm

· #365481
אנאנים: א יישר כח פאר דיינע גוטע ווינטשן. איך וויס נישט ווי אלט דו ביסט לאורך ימים ונשים. ביז 120 געזונטע יארן. אבער איך בין געווען איינער פון ר' סענדער'ס פלייסיגסטע ליינערס. איך האב געווארט בכליון עיניים ווען דער איד קומט ארויס. און איך זאלל קענען ליינען זיינע ארטיקלען. איך האב טאקע שטארק הנאה געהאט פון זיין אופן און סטייל פון שרייבן. כולי עלמא מודי אז ס'איז היינט (כמעט) נישטא נאך א שרייבער וועלכער שרייבט אזוי גוט און פליסיג אידיש. און עפ"י דיקדוק. איך האב טאקע עררייכט א סאך ידיעות פון איהם. סך הכול, מיין קריטיק אויף איהם איז אז ער האט צומאל פארדרייט פאקטן און מצבים אז ס'זאלל שטימען מיט זיין אידעאלאגיע. אבער דו און די אנדערע אידעלעך (למשל, ש---) מאכן א גרויסן און פונדאמענטאלן טעות. ווען איך שרייב עפעס וועגן איהם שרייב איך נישט מכח שנאה. פארקערט, איך האב זייער שטארק רעספעקט פאר איהם. און איך האב איהם געקענט פערזענליך אויך. אלץ וואס איך שרייב איז מיט מיינע (אפשר נארישע) מליצות. סאו דער עולם דארף נישט שפירן אז זייער בלוט פרעשור גייט ארויף. ווייל ס'איז בכלל נישטא איבער וואס. העכסטנס קענמען געבן א שמייכל. ווייל דאס איז מיין מטרה... 😂

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 14, 2017 4:32 pm

· #365484
וויפיהל מ' וויל. חוץ אויב כ'האב אנגערירט עפעס א נערוו. אזוי ווי איך טענה שוין פון לאנג. אדער אפשר ביסטו א קרוב. אזוי ווי איך האב א שכן. אויב דאס איז דער פאל, בעט איך דיר איבער מלכתחילה/למפרע...!

איך אויך » דינסטאג מערץ 14, 2017 6:52 pm

· #365507
דער געשעפט האט א גוישע חמולה געעפנט און ווער עס געדענקט איז עס טאקע קודם נאר געווען א פרוכט און וועגטעיבל געשעפט און צוביסלעך צוגעלייגט כשרע פראדוקטן.

(אגב, יארן לאנג האט מען געוויסט אז א 24'דיגע געשעפט איז נישט פאר אידישע כוחות, ועד היום ווער עס האט שכל פארשטייט אז דאס איז א ביטערע שווערע אינטערנעמונג צו פירן, נאר אז דער קאמפעטישן טוהט עס מוז א צווייטער אויך).

שפעטער ווען זיי האבען מחליט געווען צו פארקויפן האבען זיי בדרכי מרמה אויפגעבלאזן די וועכענטליכע סעילס צו אסטראנאמישע ציפערן. למשל זיי האבען געגעבן זייער אייגן געלט פאר זייער גאנצע מעקסיקאנע כולל זאלן דארט איינקויפן, און פארשידענע אנדערע נוכלות.

דער נייער אידישער בעה''ב האט געצאלט טבין וטקילין און בליץ שנעל געזעהן און וואספארא בראך ער איז אריינגעפאלן אבער צוריק גייט כידוע נאר א קאזע (מען זאגט אז די זעלבע פארברעכער האבען געטוהן דעם שפיל עטליכע מאל אינעם טריי-סטעיט געגנט).

כ'בין נישט זיכער צו עס געהערט נאך פאר יענעם קונה אדער ער האט עס געשיפטעד צו א צווייטן. אבער עכ''פ דער געשעפט האט פארלוירן געלט פונעם ערשטן טאג.

קלוגע יודל » דינסטאג מערץ 14, 2017 7:00 pm

· #365508
Re: Boro Park foodmart
ווער געדענקט נאך ווען ער האט געהאט צוטון מיט "כשר גארדען/חזיר"

קלוגע יודל » דינסטאג מערץ 14, 2017 7:04 pm

· #365509
Re: Boro Park foodmart
איך אויך
דער געשעפט האט א גוישע חמולה געעפנט און ווער עס געדענקט איז עס טאקע קודם נאר געווען א פרוכט און וועגטעיבל געשעפט און צוביסלעך צוגעלייגט כשרע פראדוקטן.

(אגב, יארן לאנג האט מען געוויסט אז א 24'דיגע געשעפט איז נישט פאר אידישע כוחות, ועד היום ווער עס האט שכל פארשטייט אז דאס איז א ביטערע שווערע אינטערנעמונג צו פירן, נאר אז דער קאמפעטישן טוהט עס מוז א צווייטער אויך).

שפעטער ווען זיי האבען מחליט געווען צו פארקויפן האבען זיי בדרכי מרמה אויפגעבלאזן די וועכענטליכע סעילס צו אסטראנאמישע ציפערן. למשל זיי האבען געגעבן זייער אייגן געלט פאר זייער גאנצע מעקסיקאנע כולל זאלן דארט איינקויפן, און פארשידענע אנדערע נוכלות.

דער נייער אידישער בעה''ב האט געצאלט טבין וטקילין און בליץ שנעל געזעהן און וואספארא בראך ער איז אריינגעפאלן אבער צוריק גייט כידוע נאר א קאזע (מען זאגט אז די זעלבע פארברעכער האבען געטוהן דעם שפיל עטליכע מאל אינעם טריי-סטעיט געגנט).

כ'בין נישט זיכער צו עס געהערט נאך פאר יענעם קונה אדער ער האט עס געשיפטעד צו א צווייטן. אבער עכ''פ דער געשעפט האט פארלוירן געלט פונעם ערשטן טאג.

למעשה האבן אונז אלע בארא פארקער הנאה געהאט פון די סערוויס פון א 24 שעה געשעפט.

ציבעלע-קיגל » דינסטאג מערץ 14, 2017 7:05 pm

· #365510
איסר האטלקי
רופן מארשעלס ארויסצואווארפן פון מיין בנין הייסט שוין אויך מסירה??
מסירה מיינט מוסר זיין ממון חבירו ביד העכו"ם. ער האט דא גארנישט איבערגעגעבן פאר קיין גוי.
עוויקטען איז נישט קיין מסירה.

פון א דירה איז אפשר דא אידישקייט אדער רחמנות. אבער פון א געשעפט? ער זאל טרעפן א נייע לאקאציע און פארטיג.
טאמער טרעפט ער נישט זאל ער טרעפן א נייע ביזנעס. א רחמנות אויף אים אבער נישט קיין עבירה אים צו שיקן פון דארט.

ווער עס האלט אנדערש זאל געבן א לייק.


יא רופען מארשעלס איז מסירה, דו ווילסט איהם ארויס גיין צום רב, איך מיין אז מיר האבען נאך א תורה.

דער פראבלעם איז נאר אז עס איז טאקע נישט דא מיט וועמטען צו רעדן... אן ארענטליכער רב אדער דיין איז כמעט נישט בנמצא. אבער דאס איז נישט קיין היתר ווייל מען קאן נעמען דריי אינגעלייט דריי אידישע ביזנעס חברה און זיי באשטומען פאר א בי"ד

אוהב ספרים » דינסטאג מערץ 14, 2017 7:45 pm

· #365513
איך ווייס נישט די מעשה דא

אבער א מארשאל רופט מען נישט אליינס פון איין מינוט צום צווייטען

מען דארף גיין אין קאורט וכו' וכו' ביז דער קאורט געט ארויס א פסק און מען קען דאס ענפארסען דורך דעם מארשאל


אפשר איז ער געווען קודם ביי דין תורה און דער טענענט איז געווען לא ציית דינא און ער האט באקומען רשות צו גיין אין קאורט וכו' וחוזר חלילה

קודם געשאסען מסירה

איסר האטלקי » דינסטאג מערץ 14, 2017 7:58 pm

· #365516
א דין תורה דארף מען ווען מען האט א סכסוך, דא איז נישט קיין שאלה אז ער דארף ארויסגיין.

פארשטייט זיך נאר אויב עס איז אזוי ווי דער לייגט עס אראפ פריער, יענער וויל מאכן אפיסעס.

אישתישבי » מיטוואך מערץ 15, 2017 12:24 am

· #365559
עס געהערט נישט פאר יענער ערשטער קונה.

רופען דער מארשאל איז נישט מסירה, עס איז ערכאות, א דין תורה גיבט א מענטש דריי צו זעקס חדשים, דא איז א ביזנעס, איז אנדערש.

עס איז דא וואס טענה'ן אז גיין אין ערכאות ארויס צו שיקען איינער וואס באצאלט נישט קיין רענט איז יא מותר, איך נעם נישט קיין צד אין דעם.

אין דער פאל, איך האב קיינמאל נישט געזעהן א אידישע בעה"ב דארט, האט עס זיכער באלאנגט פאר א איד?

און איז א איד דער וואס איז דער יעצטיגער אייגענטימער פין דער בנין?

אוהב ספרים » מיטוואך מערץ 15, 2017 9:30 am

· #365572
איסר האטלקי
א דין תורה דארף מען ווען מען האט א סכסוך, דא איז נישט קיין שאלה אז ער דארף ארויסגיין.

פארשטייט זיך נאר אויב עס איז אזוי ווי דער לייגט עס אראפ פריער, יענער וויל מאכן אפיסעס.


ער ווייסט נישט קיין צדדים, אבער דאס איז זיכער ביי איהם אז עס איז נישט קיין שאלה 🙄 🙄 🙄

ביליג » דאנערשטאג מערץ 16, 2017 12:01 am

· #365672
Re: Boro Park foodmart
לויט ווי איך האב געהערט איז די פראפעטי געווען פאר סעיל, די בעה"ב פון די גראסערי האט געהאלטן אינמיטן פארהאנדלען, און א צוויטער האט אים אויסגעכאפט. דערנאך איז די נייע בעה"ב ארויף מיט די רענט אויף $11,000 מער א חודש.
די גראסערי האט נישט געהאלטן ביים באצאלן מער ...
זיי זענען שוין אין קארט פאר א לאנגע צייט.

איסר האטלקי » דאנערשטאג מערץ 16, 2017 1:24 am

· #365674
דער בעה"ב פון גראסערי האט קיינמאל געהאלטן ביים עס קויפן. עס איז א ריזן שטח, אינאיינעם מיט אסאך אנדערע בנינים אויפן גאס.

מ. פ. האט עס געקויפט פאר איבער דרייסיג מעלאונעס. נישט געווען קיין הוה אמינא צו האלטן דעם גראסערי דארטן פאר דעם פרייז. ער האט פרובירט צו פארהאנדלן מיט די פרייז אבער יענער האלט זיך ביי זיינס. האט מען אים גע'זרק'ט און פארטיג.

ווער עס ווייסט אנדערש ווי איך האב דא געשריבן זאל געבן א לייק.

ליפא » דאנערשטאג מערץ 16, 2017 1:34 am

· #365676
מענדל ז. האט געווארפן דעם גראסערי ווייל דער בעל הגראסערי האט אריינגעמישט ש.ז. אינעם געפעכט שוין נאכדעם וואס ביידע האבן זיך פאראייניגט צו צאלן די פרישע 83 טויזענט דאלער רענט וועכנטליך.

ווער עס ווייסט אנדערש ווי איך האב דא געשריבן זאל געבן א לייק

אישתישבי » דאנערשטאג מערץ 16, 2017 1:49 am

· #365677
מ.פ. איז א באקאנטע טיפה סרוחה, ער גייט נישט צו קיין דין תורות קיינמאל.

ער פראבירט נישט צו פארהאנדלען אויך נישט, כידוע.

איסר האטלקי » דאנערשטאג מערץ 16, 2017 10:05 am

· #365699
אישתישבי
מ.פ. איז א באקאנטע טיפה סרוחה, ער גייט נישט צו קיין דין תורות קיינמאל.

ער פראבירט נישט צו פארהאנדלען אויך נישט, כידוע.

ס'איז הונדערט פראצענט אמת. ער האט אויף זיך טאנען פון שמוציגע ביזנעסער. אבער דא איז ער גראדע גערעכט. ער האט יא פרובירט. די אנדערע זייט שרייט ניטאמאל אויף פארקערט.

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג מערץ 16, 2017 8:04 pm

· #365754
די רענט פרייזען און בפ זענענן א הימל געשריי. אפי׳ איינער וואס האט א גוטע ביזנעס געבויט יארען לאנג. קען זיך אנריקען די פריץ און העכערען די רענט. און אויב קענסטו נישט צאלען וועט ער אנכאפען די מאשקע מיט גאנצע די משפחה און ארויס ווארפען אויף די גאס ארויס. טאקע נישט און גריב אזוי ווי די אלטע פריצים. אבער צו נעמען א גוטע פרנסה פון א צווייטע יוד קען אויך אנגערופען ווערען אריין געווארפען און גריב אריין.

קורקלענד » דאנערשטאג מערץ 16, 2017 8:46 pm

· #365760
וואס מ'גייט אדורך אין אזא פאל גייסטיש און צומאל פלאצט עס אויס פיזיש אויך איז נישט אזוי ווייט פון די סטרעס וואס מ'איז אדורך אין די גריב.

קאווע טרינקער » פרייטאג מערץ 17, 2017 9:11 am

· #365863
די קעניג פין אמעריקע
די רענט פרייזען און בפ זענענן א הימל געשריי. אפי׳ איינער וואס האט א גוטע ביזנעס געבויט יארען לאנג. קען זיך אנריקען די פריץ און העכערען די רענט. און אויב קענסטו נישט צאלען וועט ער אנכאפען די מאשקע מיט גאנצע די משפחה און ארויס ווארפען אויף די גאס ארויס. טאקע נישט און גריב אזוי ווי די אלטע פריצים. אבער צו נעמען א גוטע פרנסה פון א צווייטע יוד קען אויך אנגערופען ווערען אריין געווארפען און גריב אריין.


און יענער מיינט נאך אז ס'ווארט אים אפ גן עדן ווייל ער פרעדיגט ברכת השחר מיט מנין אויף זיינע פארשאלטענע כינעזע באסעס... ניין ר' יענקל, דארט איז מען דן די גאנצע פעקל

איסר האטלקי » פרייטאג מערץ 17, 2017 2:09 pm

· #365900
קאווע טרינקער

און יענער מיינט נאך אז ס'ווארט אים אפ גן עדן ווייל ער פרעדיגט ברכת השחר מיט מנין אויף זיינע פארשאלטענע כינעזע באסעס... ניין ר' יענקל, דארט איז מען דן די גאנצע פעקל

וואו קומט ר' יענקל אריין אין דעם אשכול?? רענט פרייזן? אמן? גראסערי?

די קעניג פין אמעריקע » פרייטאג מערץ 17, 2017 6:29 pm

· #365916
אויב איז דער ר׳ יענקל די פריץ קומט ער אריין דא.

קורקלענד » מוצ"ש מערץ 18, 2017 9:55 pm

· #365927
די קעניג פין אמעריקע
אויב איז דער ר׳ יענקל די פריץ קומט ער אריין דא.

וויאזוי איז מ.פ. ר''ת יענקל?

שאולדיספריםפאקער » מוצ"ש מערץ 18, 2017 10:51 pm

· #365937
געהערט זאגן אז זיין צווייטע געשעפט גארמעי גלאט איז אויך אויף צרות אדער גייט ער צומאכן אדער גייט ער עס פארקויפן פאר א פארלוסט

איסר האטלקי » מוצ"ש מערץ 18, 2017 11:03 pm

· #365940
שאולדיספריםפאקער
געהערט זאגן אז זיין צווייטע געשעפט גארמעי גלאט איז אויך אויף צרות אדער גייט ער צומאכן אדער גייט ער עס פארקויפן פאר א פארלוסט

שטותים און לאקשן.

דער געשעפט גופא איז טאקע ליידיג, אבער ער פארמאגט נאך עטליכע געשעפטן אין אנדערע געגענטער ווי לעקוואוד און מאנסי, וואס זענען מאסיוו בליענד מצליח. ער פלאנט צו טוישן דעם מהלך פון דעם בארא פארקן געשעפט, אנשטאט ווי פאמעגראנעט וועט ער אביסל נאכמאכן בינגאו, אבער ער פלאנט נישט צו פארמאכן אזוי שנעל. די שמועות זענען איבערגעקייטע שטרוי פון בינגאו ספארטירער.

לייק אויב דו האלטס נישט אנדערש....

שאולדיספריםפאקער » מוצ"ש מערץ 18, 2017 11:24 pm

· #365945
דו רעדסט וואס דו ווייסט אדער דו רעדסט וואס דו טראכסט? איך האב עס געהערט פון גאר א נאנטע משפחה מיטגליד פון איינע פון די בעלי בתים, אז די גיבסט אים א אפער איז גרייט עס צו פארקויפן אפי' פאר א פארלוסט.

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 9:45 am

· #366481
ס׳דא א גרויסע פאר רענט סיין אויף די סטאר.

איסר האטלקי » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:53 pm

· #366546
שאולדיספריםפאקער
דו רעדסט וואס דו ווייסט אדער דו רעדסט וואס דו טראכסט? איך האב עס געהערט פון גאר א נאנטע משפחה מיטגליד פון איינע פון די בעלי בתים, אז די גיבסט אים א אפער איז גרייט עס צו פארקויפן אפי' פאר א פארלוסט.

האסט רעכט, עס איז נאכנישט צום פארקויפן, אבער עס איז ערנסט אין די פארמאכונג'ס קלערונג.
אסרו חג קומט א גרויסער מיטינג מיט די שותפים צו דיסקוסירן צוקונפטיגע פלענער.

די קעניג פין אמעריקע » פרייטאג מאי 26, 2017 12:21 pm

· #372469
די געשעפט שטיין נאך אלץ ליידיג. איינער ווייסט וואס גייט זיין דארט?

איך אויך » מוצ"ש מאי 27, 2017 10:44 pm

· #372527
אפשר איז עס א גוטע לאקאציע פארען לאנג ערווארטעטן ק''ש באנק, וועט מען כאטשיק קענען איינקעשן די לייקס.

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 28, 2017 8:35 am

· #372565
די קעניג פין אמעריקע
די געשעפט שטיין נאך אלץ ליידיג. איינער ווייסט וואס גייט זיין דארט?

כ'הער אז קלויזענבורג און מונקאטש רייסען זיך אויף דעם

בן ישי » זונטאג מאי 28, 2017 1:35 pm

· #372615
קאווע טרינקער
די קעניג פין אמעריקע
די געשעפט שטיין נאך אלץ ליידיג. איינער ווייסט וואס גייט זיין דארט?

כ'הער אז קלויזענבורג און מונקאטש רייסען זיך אויף דעם

ער פארקויפט עס נישט ער זיכט איינער זאל עס דינגען (פאר א פעטן פרייז)
קלויזענבורג און מונקאטש זיכן נאר צו קויפן ווייל זיי דארפן וויכטיג נאך בנינים פאר די מוסדות וואס וואקסן אויס...

איך אויך » זונטאג מאי 28, 2017 7:14 pm

· #372721
מונקאטש האט דאך שוין יארן דעם ריזן חורבה ביי 15 קארנער 41 וואס ער טוהט גארנישט דערמיט.

קלוגע יודל » זונטאג מאי 28, 2017 8:41 pm

· #372739
Re: Boro Park foodmart
איך אויך
מונקאטש האט דאך שוין יארן דעם ריזן חורבה ביי 15 קארנער 41 וואס ער טוהט גארנישט דערמיט.

און קלויזענבורג האט אויך אפטר ליידיגע שטחים

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 28, 2017 10:58 pm

· #372762
אה... צוביסלעך כאפט מען די וויץ..

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג מאי 28, 2017 11:05 pm

· #372763
קלויזנבורג האט א חורבה אויף 14&50 שוין יארן.
בלאט: 1 2