☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » פאעזיע: "אין דעם קרעטשמע אויפן באנק"

פאעזיע: "אין דעם קרעטשמע אויפן באנק"

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1137

פעדער » מיטוואך יולי 18, 2012 8:47 pm

· #25917
פאעזיע: "אין דעם קרעטשמע אויפן באנק"
📎 552942_273972986034293_1927178547_n.jpg
"אינעם קרעטשמע אויפ'ן באנק ליגט א שיכור דארט ,
אן אנדערער מיט א געטראנק זויפט פון יעדן סארט.
איוואן, אלעקס, וולאדימיר,
וויין מיט ברוינפן אהן א שיעור.
ריקט אריין א גלעזעלע וויין......

און פון די זייט .
כראפעט הויעך און שטאט
א אידל מיט א בערדל לאנג און ווייט.
אויפן באנק אויסגעשטרעקט
די פנים מיט די הענט צוגעדעקט
די רעקל נאך אנגעטוהן האט ער געהאט..

דו האסט גענומען א אידישע נשמה.
געלייגט אויף אינטערנעט, ער האט נישט קיין נחמה
יעדער דארף מיטהאלטן ווי ער שלאפט אויסגעצויגן
אויף א באנק אין גאס מיט פארמאכטע אויגן....

טייערע אידעלע שטארק דיך לאך דיך אויס
שלאפדיך וואויל ווייטער, גאר גוט אויס.
קוק נישט וואס אנדערע טוען לאכן און זיך דערקוויקן.
דער עיקר איז אז דיין קערפער האט באקומען דעם תיקון.

לעמיל » דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:46 am

· #26133
אייזען שטארק! קיף אן יאר גאד ווארק

טעפל » דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:04 pm

· #26152
wow א געוואלדיג בילד, גאר גוט ארויסגעברענגט דעם איד אין קרעטשמע

פיקציע » דאנערשטאג יולי 19, 2012 2:31 pm

· #26231
שיינע ארבעט מיט א פלעכט פון הומאר