☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #11366

אשכול אן א טיטל #11366

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11366

— » דאנערשטאג מערץ 9, 2017 9:44 pm

· #365140

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 9, 2017 9:58 pm

· #365142
איך לייד נעבעך פון ADD, איך קען נישט ליינען אזא לאנגע ארטיקל, אפשר קען איינער אבערגעבן די ראשי פרקים -די אינטערשטע שורה און אויסלאזן די אינמיטן און די אנפאנג מיט די הקדמה. אין אמת׳ן אריין שטיסל׳ס מאמרים לוינט זיך אייביג, איז לאמיר נעמען די בריללן און זעך נעמען לעזן. 🤓

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 9, 2017 10:12 pm

· #365154
ביסט גערעכט, די מוסדות וואלטן געדארפט גיין מעהר די מיטעלע וועג, ווי אייידער זיך קריגן מיט די אפאזיציע, זיי פארלירן פאוקס.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מערץ 10, 2017 2:59 am

· #365190
איך גלייב נישט אז דער רעגירונג גייט זיך שלאגען מיט די מוסדות. די אינטערסע פון די מוסדות אנצוהאלטען דער סטאטוס קווא איז פיהל מער ווי די אינטערעסע פון מאסטער זיי אונטערצוברענגען און פארוואס זאל דער פאליטישען זיין אינטרעסירט זיך צו שלאגען מיט א קהלה וואס זוכט נישט זיין הילף?

דאס אז מ'דארף עפעס א וועג צו פרנסה איז ריכטיג, נאר איך זעה נישט וואס מ'קען טוהן למעשה. וועלכע דזשאבס פעלט פאר די היימישע ציבור אז עדיוקעישען וועט העלפן? כ'מיין, ווען מ'וויל ווייטער וואוינען אין קרית יואל און האבען צוועלף קינדער וכו', אבער אלס מיט א דעגרי אין ענדזשינירינג וואס מ'קען נאר נוצן אין א פאבריק וואס עקזיסטירט נישט אין דער אומגעגענט פון קרית יואל. נישט עדיוקעישען איז דער לעזונג, נאר א גענצליכע טויש אין די יהרג ואל יעבורס אונזערע, און דאס איז טאקע א ריזיגע פראבלעם.

יעקב מענטש » מאנטאג מערץ 13, 2017 2:36 pm

· #365324
איך וואלט ציטירט יעדע ווארט פון @ליטוואקס תגובה, אבער איך בין נישט אין די גוסטע יעצט אויפצורעגן @שמעקעדיג.

וויפיל מאל די נושא קומט ארויף, און איך גיי איבער אלע אידן פון מיין ביהמ"ד זעה איך נישט קיין גאנצע פינעף פראצענט וואס וואלטן פארדינט מער פון א סעקיולארע בילדונג ?

צו בלייבן וואוינען אין די טייערסטע זיפ קאוד, מיט א שטוב פון צען קינדער איז נישט מעגליך אפי' מזאל פארלאנגען פון יעדעם אהן אויסנאם צו גיין אין קאלעדזש!, חוץ מזה וואס רוב פון די הויעך באצאלטע דזשאבס זענען אזוי דימענדינג אז ס'איז כמעט אוממעגליך פאר א היימישע איד אנצוהאלטן אזא שטעלע.

א וויילע צוריק האב איך מיך געטראפן מיט א כינעזע לויער וואס האט גראדואירט פון איינע פון די איי ווי ליעק שולעס, און האט באקומען א דזשאב אין איינע פון די אינטערנאצינאלע אדוואקאטן פירמעס (וואס פארמאגט 1700 אדוואקאטן) און איר סעלערי איז געווען 180K, אויף מיין פראגע וויפיל שעה א וואך דארף זי ארבעטן, איז איר תשובה געווען 80 שעה!, איז דען מעגליך פאר א איד מיט א ווייב און קינדער אריינצולייגן 80 שעה א וואך ?

אונטערשטע שורה, די איינציגע אפציע איז, אז דער עולם זאל האבן ווייניג קינדער, און דאס איז שוין פאבלעמאטיש מצד אידישקייט.

שבת אחים » מאנטאג מערץ 13, 2017 2:46 pm

· #365325
יעקב מענטש
איך וואלט ציטירט יעדע ווארט פון @ליטוואקס תגובה, אבער איך בין נישט אין די גוסטע יעצט אויפצורעגן @שמעקעדיג.

וויפיל מאל די נושא קומט ארויף, און איך גיי איבער אלע אידן פון מיין ביהמ"ד זעה איך נישט קיין גאנצע פינעף פראצענט וואס וואלטן פארדינט מער פון א סעקיולארע בילדונג ?



מאן יימר?

שבת אחים » מאנטאג מערץ 13, 2017 2:49 pm

· #365326
יעקב מענטש
א וויילע צוריק האב איך מיך געטראפן מיט א כינעזע לויער וואס האט גראדואירט פון איינע פון די איי ווי ליעק שולעס, און האט באקומען א דזשאב אין איינע פון די אינטערנאצינאלע אדוואקאטן פירמעס (וואס פארמאגט 1700 אדוואקאטן) און איר סעלערי איז געווען 180K, אויף מיין פראגע וויפיל שעה א וואך דארף זי ארבעטן, איז איר תשובה געווען 80 שעה!, איז דען מעגליך פאר א איד מיט א ווייב און קינדער אריינצולייגן 80 שעה א וואך?


אינטערעסאנט, איך קען א כינעזער אדוואקאט וואס מאכט 225K א יאר פלאס בענעפיטן, און ארבעט נאר 40 שעה א וואך! אפשר זאג דיין כינעזער זאל גיין זוכן א אנדערע זשאב.

נישט אזוי קוק מען אויף סטאטיסטיקס, ווייל דו האסט געטראפן א שלימזל אויפן טרעין...