☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ווען צרות זענען גענוצט געווארן פאר פאליטישע מאטיוון

ווען צרות זענען גענוצט געווארן פאר פאליטישע מאטיוון

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11347

בן אדם » מיטוואך מערץ 1, 2017 2:29 pm

· #364221
ווען צרות זענען גענוצט געווארן פאר פאליטישע מאטיוון
נעכטן נאכט איז דאס לאנד אויפגעשוידערט געווארן ווען דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן האט - מער ווי איינמאל - זיך דערוואגט צו טרעטן אויף די געפילן פון מיטגעמאכטע מענטשן, אזעלכע וואס האבן פארלוירן נאנטע אין די משפחה דורך טעראריסטישע מאטיוון, דורך פראבירן איבערצוצייגן אז דאס איז אלס געווען א תוצאה פון דעם פריערדיגן פירערשאפט, 'אבער יעצט' גייט שוין זיין גוט...! ס'איז געווען הארצרייסענד צו זען די פרוי פון די לעצע געפאלענע אין די מיטל מזרח - שוין אין די טראמפ טערמין - ווי ס'האט געגאסן טרערן פון איר אויגן בשעת די אוידיענץ האט איר בלית ברירה אפלאדירט פאר צוויי מינוט! ס'פייניגט די געוויסן ווען מ'וויל פראבירן זיך אריינצולייגן אין איר מצב פון וואס זי האט דעמאלטס געטראכט; איז דאס טאקע א נחמה פאר איר? מ'האלט נאך יעצט אינמיטן די שלושים. קען זי יעצט הערן אז דאס איז פשוט שירייאים פון אבאמא, אבער ווען טראמפ וואלט ווען געווען פרעזידענט וואלט עס נישט פאסירט? און ווייטער די חוצפה פון אריינמישען 'העכערע געפילן' ווי איר מאן געפינט זיך אויך דא אין האלט מיט דרשה... צו הערן אז ער איז געשטארבן ווייל ס'איז נאכנישט געווען קיין טראמפ פאליסיס.

איך וויל אויסניצן דעם אשכול צו דיסקאסירן ווען נאך האבן פרעזידענטן גענוצט אזעלכע סארט צרות פאר זייער אייגענע אינטערעסע. און וויאזוי מ'דארף זיך באציען צו דעם.

ליפא » מיטוואך מערץ 1, 2017 2:45 pm

· #364224
בעסער ווי כוסעינ'ס ברענגען פרויען פון פאליציי מערדער צו זיינע דרשות.
פרעזידענט טראמפ!

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 1, 2017 2:47 pm

· #364227
Re: ווען צרות זענען גענוצט געווארן פאר פאליטישע מאטיוון
ווען משגיחים, פרעדיגערס און צעטעל שרייבערס, צדקה ארגאניזאציעס, איסורים פאבריצירערס און וועלטס פארזארגערס טוהן עס, באלאנגט עס אויך אין די אשכול?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » מיטוואך מערץ 1, 2017 3:12 pm

· #364231
די וואס האבן פארלוירען די נאנטע באקימען חיזוק און שטיצע ווען דער פאלק האט מיט זיי מיטלייד
דער ראש הממשלה האט געניצט טרייסטן צובראכענע פאר פאליטישע מאנעווערעס, ער האט בכלל נישט מצער געווען די נאנטע.

אייז קריעם » מיטוואך מערץ 1, 2017 7:27 pm

· #364247
1. רודי זשאליאני פלעגט כסדר ארויסברענגען זיין לידערשיפ כוחות ביי 9/11.
טאמער איינער האט פארלוירן א נאנטן, וואלט ער מן הסתם בעסער נישט געוואלט ווערן דערמאנט דערפון.

2. געוויסע חסידות'ער הארגענען זיך אפט ווען איינער שטארבט און וועמענס בית הקברות אים צו לייגן. כאילו דער נפטר גייט יעצט אן און וועלכע ערד ער ליגט.

3. ווען עס אז דא געוויסע מדינות וואס שיקן הילף פאר פארשטיפטע ערטער וואס האבן געהאט א ערדציטערניש וכדו' און זיי לאזן זיך פאטאגראפירן און פאמפן מסוף העולם ועד סופו.

4. ווען א רב שטעלט זיך אוועק ביי א לוי' און מאכט א גאנצע פראדאקשן.

שבת אחים » מיטוואך מערץ 1, 2017 8:56 pm

· #364257
Shame On President Trump For Exploiting A Widow - The Huffington Post
<a class="postlink" href="https://apple.news/A_IDdyjbbSLiZUR0R1DYs8g">https://apple.news/A_IDdyjbbSLiZUR0R1DYs8g</a>

דעת תורה » דאנערשטאג מערץ 2, 2017 9:59 am

· #364296
Re: ווען צרות זענען גענוצט געווארן פאר פאליטישע מאטיוון
מ'קען נישט זאגן עס האט איר געשטערט.