☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » דער מלמד'ס טאשקע - וואס באהאלט ער שוין דארט?

דער מלמד'ס טאשקע - וואס באהאלט ער שוין דארט?

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11345

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 1, 2017 9:48 am

· #364205
דער מלמד'ס טאשקע - וואס באהאלט ער שוין דארט?
איך בין נעכטען נאכט געווען אין PTA און איינער האט מיר געבעטען איך זאל פאר איהם כאפען א בילד פון וואס ס'געפונט זיך אינ'ם מלמד'ס טאשקע. ער האט זיך אייביג געוואונדערט וואס דארפען נאר מלמדים און בי ענד עיטש ארבעטארערס אזא טאשקע און קיין אנדערע נישט. וואס האלטען זיי שוין דארט אז מ'דארף עס יעדען טאג ערליכעהייט נעמען מיט זיך צום חדר צו דער ספעציעלע בי ענד עיטש באס? וואס באהאלטען זיי שוין דארט? זייט קינדווייז האט עס יענער גע'ענגבערט, און יעצט וויל ער א תשובה.



דער מלמד האט מיר א בליק געגעבען אין זיין טאשקע, אבער נישט צוגעלאזט קיין פיקטשערס מיט מיין סמארטפאון, הגם ער האט אויך א סמארטפאון. דא אבער האט זיך געצויגען א פלפול אין אין אדם חוטא ולא לו וואס איך האב אפגעשלאגען און ער האט מיר שיער געשלאגען.

עכ"פ, אין דער טאשקע האב איך געזען:-
א. אן עפעל וואס איז קדוש בקדושת שביעת. פרעגסטו אוודאי ווי איך קען באמערקען קדושת שביעית דערויף? פשוט! קודם ווייל איך האב בירושה פון עלטע זיידען א חוש אין קדושה, און בפרט ביי עפלעך. ווייז מיר אן עפעל און איך וועל דיר זאגען צו א צדיק האט עס געווארפען אום שמיני עצרת, אדער סתם איינער האט עס געווארפען אויף זיין יונגערע ברודער. אויכ׳ט האט דער עפעל אויסגעזען ווי ער איז נאך דארט פון שמיטה וואס ארויסווארפען מעג ער נישט. ער פלאנט דאס צו עסען ווען ער ווערט הונגעריג אין מיט׳ן טאג, זאגט ער מיר (דער מלמד, נישט דער עפעל. ער לייקענט שטיין און ביין)
ב. זיבען (אדער זיבעצען, איך בין נישט זיכער) פענס, פון פארשידענע באנקס און צדקה אקציעס. ער זאגט מיר אז נאר צוויי ארבעטען, און נעקסטע מאל ער וועט דארפען א פען, וועט ער אויספראבירען. אין צוועלף יאר איז עס איהם נישט צושטאנד געקומען, אבער דער טאג קומט באלד.
ג. א בחינה וואס א אינגעל האט אריינגעגעבען עטליכע יאר צוריק, אן א נאמען. ווען דער קינד וועט עס איהם בעטען, וועט ער עס איהם קענען גלייך צוריק געבען.
ד. א מאראנץ. דאס איז די ערשטער וואס איינער האט געווארפען אויף איהם און ער ווייסט נישט ווער. זייט דעמאלס האט ער געכאפט אז ווען ער נעמט צוזאמען אלע מאראנצען וואס מ'ווארפט אויף איהם, וועט ער נישט האבען קיין פלאץ אין טאשקע פאר אלע אנדערע וויכטיגע געצייג.
ה. צען באקסעס קרייד, וואס ער האט אמאל געקויפט בייליג אין קאסטקא. דער חדר איז אריבער צו די נייע טאוולען אויף וואס מ׳נוצט א מארקער, און ער איז געבליבען שטעקען מיט די קרייד.
ו. א צעטעל מיט זיין נאמען און טלפון נומער, על כל צרה שלא תבוא. טאמער ער פארגעסט זיין נאמען, קען ער שנעל כאפען א בליק. ס׳איז איהם שוין צונוץ געקומען. איך האב איהם געפרעגט ׳אז דיין נאמען האסטו פארגעסען, ט׳ווי וועסטו געדענקען דער קאמבינעישען?׳ ער האט מיר אנגעקוקט מיט קעלבענע אויגען, נישט פארשטייענדיג די שאלה.
ז. איין שוך. ער זוכט נאך זיין פארעל.
ח. א פאפיער מיט אנווייזונגען וויאזוי אנצוקומען צום מלמדים׳ס צימער, וואס מ׳טיילט צו אלע מלמדים אנהייב יאר. אזוי ווייסען זיי אז זיי זענען מלמדים נישט קינדער. ווייל זיי האבען די צעטעלע.

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 1, 2017 1:54 pm

· #364217
ליטוואק פון בודאפעסט: אז דו רעדסט פון העיליגע אידן וועלכע קענען דערשפירן קדושה. (אבער טומאה, זעהט אויס קענען זיי נישט דערשפירן. דארט ארבעט נישט די רוח הקאקאש.)

ומעשה שהיה כך היה. איך גיי אהיים פון ביהמ"ד שבת אינדערפריה ווען איך זעה אויף די אנדערע זייט גאס. די גאס וואו די גרויסע טשוירטש ביי 57 סטר. און 13'טע עוו. אין בארא פארק געפונט זיך. איך, בערל בעל עגלה בין מקפיד נישט אריבערגיין אויף יענע זייט סיידוואק. אבער פלוצלינג האביך געזעהן איינער א קאק מיר אן אדמע"ר שליט"ע וועלכער פארקויפט זיך אלס קדוש וטהור. און ער זאגט פינסטערע שאלעשידעס טוירעה. אויך האט ער א ווייסע קאפל אונטער זיין 3 שטאקיגן שטריימל. ער שטעלט זיך אפ ביים קארנער. דארט וואו ס'איז דא גרויסער, ריזיגער צלם אויפ'ן וואנט. און ער באגריסט איינעם פון זיינע חסידים וידידים. ער שטייט דארט לכה"פ 5 מינוט און שמועסט. און ער באמערקט גארנישט ווי דער צלם שרייט אראפ צו איהם...דו הייליגער יוד וואס טוסטו דא נעבן מיר...!
מסתמא איז ער אהיימגעגאנגען. געמאכט קידושא רבא און געגעסן קוגל מיט פארמאכטע אויגן. און געמאכט די ריכטיגע הוויות מיט די הענט...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 1, 2017 2:20 pm

· #364218
און דער קאק מער דיינער קען נישט דערקענען אן עפל פון שמ"ע? אפילו ווען נישט, וואלט ער געוואוסט אז דער עפל איז קדוש בקדושת שביעית, גלויב מיר

ציבעלע-קיגל » מיטוואך מערץ 1, 2017 2:21 pm

· #364219
איך האב אויך געזעהן א בעג פאטעטא צ'יפס

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 1, 2017 2:21 pm

· #364220
בד"וו, עפל מיינט apple אדער pomme אין דיין שפראך, נישט עפ"ל. דאס מיינט גאר עפעס אנדעריש

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 1, 2017 2:45 pm

· #364225
ציבעלע-קיגל
איך האב אויך געזעהן א בעג פאטעטא צ'יפס

פול צו ליידיג?
אדער יחלוקו און האלב פול און האלב ליידיג?

ציבעלע-קיגל » מיטוואך מערץ 1, 2017 3:13 pm

· #364232
אוודאי ליידיג, געדענקסט נישט ווען דער רבי פלעגט צונעמען עפעס אין חדר, און עס אליין אויפעסען

ווייל אזוי » מיטוואך מערץ 1, 2017 6:57 pm

· #364245
די ספעציעלע משפטים שטעקן איז שוין מער נישט געווען דארט?

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 1, 2017 8:43 pm

· #364253
ליטוואק פון בודאפעסט
בד"וו, עפל מיינט apple אדער pomme אין דיין שפראך, נישט עפ"ל. דאס מיינט גאר עפעס אנדעריש

דאס איז ר' סענדער דער דייטש'ס זכותו יגון עלינו שפראך...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 1, 2017 8:43 pm

· #364254
איך האב געוואוסט אז דאס וועט דיר אויפלעבן

וואלווי » דאנערשטאג מערץ 2, 2017 1:38 am

· #364281
די בלויע ראול בוק!!! ער האט נישט געהאט א בלויע ראול בוק מיט די געפאלדעט פעדזשעס נאך די נעמען? כ'האב מורא די גאנצע זאך איז מזויף מתוכו. ער האט דיך קיינמאל נישט אריינגעלאזט בחדרי חדרים, משוגע דארף ער זיין דיך אויסצוזאגען סודות פון חד"ר.
📎 s-l300.jpg