☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » אשכול אן א טיטל #11344

אשכול אן א טיטל #11344

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11344

— » מיטוואך מערץ 1, 2017 9:36 am

· #364204

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

אייז קריעם » מיטוואך מערץ 1, 2017 10:59 am

· #364210
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב בעסער ליב די הופער נאמען ווי בעדפארד פארק. עס שמעקט עפעס ווי בארא פארק.

בד"ו, וועלכע נאך אמט איז עוועילעבל פאר סעיל? עס איז געווען בידדינג אויפן ראש הקהל'שאפט?

גראדע האב איך אפאר טאלער און לאו סעלפ עסטים, סאו איך קען ניצן א בוסט.

שמעון וואלף » זונטאג מערץ 5, 2017 3:03 am

· #364478
אז די האסט אזוי ליב די נאמען הופער, עמיר לכבודך רופן די נייע שול 'ביהמ"ד הגדול קיט"ל סאטמאר הופער'

יעקב מענטש » מיטוואך מערץ 8, 2017 1:55 pm

· #364925
געהערט אז ס'איז לא דובים ולא יער.

סך הכל האט א פריוואטע אינוועסטירער וואס פראבירט צו מאכן געלט פון די אויבערשטע שטאקן, געזוכט א פאסיגען קאנדידאט פאר די ערשטע שטאק, און אזוי ווי יענער איז א שטיקל אנדרייער ביי קהילות מהר"א מאכט ער א ווינט, אבער דערווייל איז נישטא קיין געלט פאר אזוינע פראיעקטן.

signout » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 7:05 pm

· #367665
יעקב מענטש
געהערט אז ס'איז לא דובים ולא יער.

סך הכל האט א פריוואטע אינוועסטירער וואס פראבירט צו מאכן געלט פון די אויבערשטע שטאקן, געזוכט א פאסיגען קאנדידאט פאר די ערשטע שטאק, און אזוי ווי יענער איז א שטיקל אנדרייער ביי קהילות מהר"א מאכט ער א ווינט, אבער דערווייל איז נישטא קיין געלט פאר אזוינע פראיעקטן.

קוקט אויס אז מהרז''ל האט געגבן געלט פאר מהר''א...

ירמי' » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 9:32 pm

· #367692
אז מען שלעפט צוזאם ''אלע'' נגידים פון די קהילה האט מען זיך עטוואס מסדר געווען, אבער אמת בלייבט אמת זיי באדן זיך אין חובות.
quote="אויסגעשלאפן"]מזל טוב תלמידי וחסידי סאטמאר! ברוך שהחיינו וקימנו והגייענו לזמן הזה

*מיט גרויס פרייד טוהן מיר מעלדן אז מען האט בשעה טובה ב"ה היינט ״געקלאוזט״ אויפן ריזיגע שטח בעדפארד קאר.-פארק ווי עס וועט בעזהשי״ת געבויעט ווערן די צענטראלע בית המדרש הגדול דקהל יטב לב ד'סאטמאר וויליאמסבורג*

די שול וועט אי"ה האבן נאנט צו 5000 זיצן אינעם היכל הביהמ"ד און אויף 2 גאלאריען, 6 רחבות'דיג חדרי תפילה פאר מנינים כסדרן, א פראכטפולע היכל התורה און א הערליכע גרויסע מקוה. מיט אלע צוגעהערן וואס פעלט זיך אויס פאר אזא ריזן בנין מפואר. און צו דעם א דירה מפוארה פאר ביתו נאוה קודש לכבודו של כ"ק אדמו"ר שליט"א.
די שנעלע קלאוזינג איז צושטאנד געקומען אדאנק די הילף פון חשובע ראשי הקהלה, נגידים חשובים און פארי עסקני אנשי שלומינו וועלכע האבן נישט געשוינט קיין כח און מוח, צייט און געלט, אז דער גרויסער פראיעקט זאל קענען ווערן אויסגעפירט מכח אל הפועל.

ה"ה מוה"ר *מנחם גרשון לעבאוויטש* הי"ו, ס.ראה"ק ובנו ר' *חיים* הי"ו. מוה"ר *יעקב זוסמאן סופר* הי"ו. מוה"ר *עקיבא הערש קליין* הי"ו. מוה"ר *אברהם בראך* הי"ו. מוה"ר *שלום יצחק יאקאבאוויטש* הי"ו. מוה"ר *יחזקאל דוד בערקאוויטש* הי"ו. מוה"ר *אברהם יודא באנדא* הי"ו. מוה"ר *אברהם יצחק קאהן* הי"ו. מוה"ר *אברהם יודא גאלדבערגער* הי"ו. מוה"ר *מרדכי אלעזר הירש הי"ו. מוה"ר *אברהם יודא ליכטענשטיין* הי"ו מוה"ר *הערשל זילבערשטיין* הי"ו. מוה"ר *יואל בראווער* הי"ו.

ספעציעל האבן דא ארויס געהאלפן מוה"ר *חיים שלמה פישער* הי"ו משב"ק. מוה"ר *נפתלי הירצקא שטיין* הי"ו
‏‎
*ועל צבאם כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועלכע האט מיטגעהאלטן און צוגעהאלפן מדי יום ביומו מיט וואס נאר מעגליך פארן סוקסעס פון די שנעלע קלאויזניג.*

‏אשריך! וואויל איז צו די חשובע נגידים ועסקנים וועלכע האבן געמאכט דעם היסטארישען מקח זאל צושטאנד קומען.
אנשי שלומינו דריקן אויס א הכרת הטוב עד אין שיעור!!!!

און דער בית המדרש הגדול ווי אזויפיל אידישע תפילות און אזויפיל שעות לימוד התורה, הייליגע הקפות און טישן וועלן געפראוועט ווערן וועט זיי אוודאי מגין זיין לזכות געבענטשט צו ווערן בכל מילי דמיטב‎.‎
א ספעציעלע ועד קרן הבנין וועט פארמירט ווערן אהנצופירן מיט דעם פראיעקט אין די קומענדיגע טעג, וחפץ ה' בידינו יצליח להרחיב גבולי הקדושה להגדיל תורה ולהאדירה .‎
[/quote]

signout » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 10:17 pm

· #367698
ירמי'

נאר דער רבוש''ע דער רופא כל בשר קען דיך טרייסטן

טרויבן88 » פרייטאג מערץ 31, 2017 1:41 am

· #367724
[ציטאט אראפגענומען]

My

קיל אראפ אביסל, געהערט האב איך אז בסך הכל האבן זיי א האלבע לאט, א שטח וואס אברהם בראך האט אפגעקויפט א יאר צירוק און יעצט געענדיגט קאנטראקט, און יעצט אויף די אנדערע האלב וואס זיי ווילן מאכן די שול וועלן זיי דארפן אפקויפן יעדע הויז באזונדער, וואס וועט דאסטן מינימום 20 מיליאן דאלאר, מינימום... און וועט דארפן האנדלען מיט יעדע מענטש באזונדער, און אויב דאס איז נישט גענוג וואוינט דארט דער עושר דוד סימקאוויטש ביי פארק און סקילמאן, און זיי דארפן זיין לאט אויך, און וויפיל געלט די זאלסט עם באצאלן... אפילו 20 מיליאן דאלאר, דארף ער עס נישט, דערפאר לעטס וועיט ענד סי

signout » פרייטאג מערץ 31, 2017 2:42 am

· #367733
דאס הערט מען אין ראדני?

טרויבן88 » פרייטאג מערץ 31, 2017 2:48 am

· #367734
האסט עפעס געענפערט אויף וואס איך האב געזאגט? איך בין נישט גערעכט אדער יא גערעכט? סתם שיסן דיין בויך וויי, שיס עס ערגעץ אנדערש

אינטערשריפט: פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל גע'אסר'ט, אזוי זענען נעבעך צופיל פון אונזערע מנהגים.

טרויבן88 » פרייטאג מערץ 31, 2017 12:20 pm

· #367771
📎 IMG_20170331_020315_278.jpg
📎 IMG_20170331_020338_120.jpg

טרויבן88 » פרייטאג מערץ 31, 2017 12:27 pm

· #367774

די ערשטע בילד זענען הייזער אויף פארק וואס מען דארף אפקויפן, די צווייטע בילד זענען הייזער אויף סקילמאן, וואס זיי ווילן אפקויפן, און דארט ווילן זיי מאכן די עזרת נשים

אינטערשריפט: פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל גע'אסר'ט, אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים

שמעון וואלף » פרייטאג מערץ 31, 2017 5:17 pm

· #367810
פארוואס דארפן זיי סימקאוויטש'ס הויז? אבי געהאקט
זיי קענען האבן די גוי'ס הויז אויף סקילמאן אן סימקאוויטש'ס הויז

טרויבן88 » פרייטאג מערץ 31, 2017 6:19 pm

· #367812
שמעון וואלף
פארוואס דארפן זיי סימקאוויטש'ס הויז? אבי געהאקט
זיי קענען האבן די גוי'ס הויז אויף סקילמאן אן סימקאוויטש'ס הויז

זיי מיזן טאקע נישט סימקאוויטש הויז אבער זיי ברויכן עס, און אפשר דארפן זיי עס פאר מהר"א'ס הויז

אינטערשריפט: פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל גע'אסר'ט, אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים

שמעון וואלף » זונטאג אפריל 2, 2017 2:33 am

· #367858
אויף גוגל מעפס
📎 QuickMemo+_2017-04-02-02-30-42-1.png

טרויבן88 » זונטאג אפריל 2, 2017 2:39 am

· #367860
שמעון וואלף
אויף גוגל מעפס

לויט דעם זעט אויס ווי זיי נעמען אויך אריין סימקאוויטש'עס הויז

אינטערשריפט: פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל גע'אסר'ט, אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים

שמעון וואלף » מאנטאג אפריל 3, 2017 12:48 am

· #367992
טרויבן88
שמעון וואלף
אויף גוגל מעפס

לויט דעם זעט אויס ווי זיי נעמען אויך אריין סימקאוויטש'עס הויז

אינטערשריפט: פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל גע'אסר'ט, אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים

בכלל נישט, ווי זעסטי דאס? סימקאוויטש וואינט סקילמאן קארנער פארק

ירמי' » מאנטאג אפריל 3, 2017 11:42 am

· #368008
נעכטן שפעט נאכמיטאג איז פארגעקומען די מיטונג ווי די נגידים ועסקני וראשי הקהילה זענען זיך צוזאמגעקומען אויסצוארבייטן ווי מען גייט ווייטער.
עס איז אויפגעברענגט געווארן א פלאן זיך צו פארלייגען אפצוקויפן 14 הופער און די גאז סטאנציע פון די זייט, און פארק זאל זיין א קלענערע בית מדרש און דירות העכערס דעם.

עכ''פ עס איז נאכנישט דא א געהעריגע פלאן ווי צו גיין ווייטער געשלאסן די מקח האט מען נאך די דרוק פון א. ב. דערנאך וואס ער האט זיך פארחשבונט ביים עס אפקויפן.

יעקב מענטש » מאנטאג אפריל 3, 2017 2:20 pm

· #368024
לדעתי, ספענדן געלט אויף א נייע סמעדרעש ווען מ'פארמאגט עטליכע אין די פאר גאסן ארום, בשעת די מוסדות מוטשען זיך געפערליך אזוי ווייט אז מ'רעדט שוין פון הייסן די קינדער קומען אין חדר געפרישטיגט. איז א עוולה!

ווילאנג מ'ספענדט נישט מיין געלט ? הו קעירס

איש את רעהו » מאנטאג אפריל 3, 2017 6:48 pm

· #368039
די ספענדערס ספענדן עס פאר זיך
אין זייערע הייזער און פארברענגען ליגט מער געלט איינגעשטעקט

signout » מאנטאג אפריל 24, 2017 12:27 pm

· #368892
ירמי'
נעכטן שפעט נאכמיטאג איז פארגעקומען די מיטונג ווי די נגידים ועסקני וראשי הקהילה זענען זיך צוזאמגעקומען אויסצוארבייטן ווי מען גייט ווייטער.
עס איז אויפגעברענגט געווארן א פלאן זיך צו פארלייגען אפצוקויפן 14 הופער און די גאז סטאנציע פון די זייט, און פארק זאל זיין א קלענערע בית מדרש און דירות העכערס דעם.

עכ''פ עס איז נאכנישט דא א געהעריגע פלאן ווי צו גיין ווייטער געשלאסן די מקח האט מען נאך די דרוק פון א. ב. דערנאך וואס ער האט זיך פארחשבונט ביים עס אפקויפן.
וואס מען ווייסט אלס נישט צווישן חסידי מהרז''ל, ווייל דער א. ב. איז אויך געווען אינוואלווד אינעם אפקויפן 14 הופער

signout » מאנטאג אפריל 24, 2017 12:28 pm

· #368893
טרויבן88

די ערשטע בילד זענען הייזער אויף פארק וואס מען דארף אפקויפן, די צווייטע בילד זענען הייזער אויף סקילמאן, וואס זיי ווילן אפקויפן, און דארט ווילן זיי מאכן די עזרת נשים

אינטערשריפט: פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל גע'אסר'ט, אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים

די קונים זיצן נאך אויף די פלענער אין די ווייסט שוין ווי זייער עזרת נשים גייט זיין