דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #11340
98 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11340
בלאט: 1 2
די זעלבע ארויסגעבער פון קינדליין?
סמבטיוןדי זעלבע ארויסגעבער פון קינדליין?
ניין
עס שמעקט ווי א דיירעקטע קאמפעטישן פארן קינדליין. זיי גייען האבן נאר ערליכע חומר, און נאר קינדער מיט ווייסע טשאלמי קאפלעך וועלן זיין אין די בילדער.
מעגליך אז קינדליין עפנט איר אייגענע קאמפעטישען
נישט קיין אויסגאבע
נאר קאמפעטישען מיט שומרים קארטלעך
<a class="postlink" href="https://twitter.com/hasidic1/status/835217284398518273">https://twitter.com/hasidic1/status/835217284398518273</a>

קרעקערנישט קיין אויסגאבע
נאר קאמפעטישען מיט שומרים קארטלעך
<a class="postlink" href="https://twitter.com/hasidic1/status/835217284398518273">https://twitter.com/hasidic1/status/835217284398518273</a>
אלעס קען זיין דארף מען נאר צו ווארטן.
דער נאמען איז זייער קריעטיוו, אבער דאס אינגל געפעלט מיר נישט. קינד-ליין וואלט געהאט א בעסער בילד.
וואו איז געווען דער עד?
וואו איז געווען דער עד?
איסר האטלקידער נאמען איז זייער קריעטיוו, אבער דאס אינגל געפעלט מיר נישט. קינד-ליין וואלט געהאט א בעסער בילד.
וואו איז געווען דער עד?
קריעטיוו? איך זע דא אין די די לאגא אליינס, ווי די גאנצע נאמען, קאלירן, און אטאמען, זענען נאכקאפירט און לויפן אויפן טריביון שניט פון נאכמאכן יעדן, אן האבן אביסל שעפערישקייט.
איך ווער זייער אויפגעלייגט ווען עס קומט צו די נושא פון נייע אידישע אויסגאבעס, דא אבער כאפט עס מיר נישט די הארץ פאר עטליכע סיבות.
1. קינדליין איז א רעוואלוציע, זיי זענען אויפגעכאפט אין יעדן סארט קרייז, זיי האבן געשוויצט און פארשטאנען זייער ליין, אזוי אז קינדליין איז די איינציגסטע אויסגאבע אין אידיש וואס מען בארימט דאס סיי אויף קאווע שטיבל, און סיי אויף אייוועלט, אין יעדע קהילה אדער מוסד לאזט מען אז די קינדער זאלן דאס ליינען, עס איז פול מיט ידיעה, פארש, און וויסנשאפט, אויף א פארנעם וואס איז קיינמאל נישט געווען בעפאר, זינט איך ליין אדער געדענק אויסגאבעס.
2. דער נייע אויסגאבע קינד-ערליך איז נישט דא מיט קיין ערליכקייט, ער זאל פארקויפן דאס פאר זיין באבן. ער רייט אויף די שוואכקייט וואס מאנכע פארקויפן אויפן קינדליין, נעמליך כ'האב געהערט א פרומער אינגערמאן זיך אפרעדן אויף די אראנדזשע בא'חנ'טע "באו" וואס די קינדליין קערעקטער פארמאגט, מען זוכט א שפיץ פון קריטיק, מען זוכט א ספאט, מען טרעפט א שטויבעלע און גראד שפרונגט מען ארויף דערויף מיט א סטראטעגיע צו כאפן די עקסטרעמע פרומערע פאמיליעס, (וואס דארט גלייב איך אז ער האט זייער א שוואכע קלייענטאל, ווייל אט די מענטשן באיקאטירן אלסדינג, און וועלן קיינמאל נישט ספענדן די עטליכע דאלער אויב איז דאס נישט קיין אויסגאבע מיט באריכטן איבער די לעצטערע מחאות קעגן גיוס בני הישיבות) און אויב איז ראובן גערעכט אז דער טריביון גיבט דאס ארויס מאכט עס נאך מער סענס, ווייל זיי האבן שוין א היסטאריע מיטן זיך ארויפזעצן אויף שוואכקייטן, ווי ביי זייער גרויליגע בליץ מערכה קעגן דער שטערן, מיטן פארדעקן די פנימ'ער רייטנדיג אויף די ווינט וואס צימערמאן חברה האבן געבלאזן, מיטן פארפירן אז דער שטערן האט גוי'אישע געזיכטער, היינט איז דער בליץ צוריק די זעלבע, נאכן שאפן זיין קאסטומער באזע, נישט באדעקנדיג גארנישט. דאס איז זייער סטיל אויך אין טריביון "נאכמאכן יענעם."
3. דאס אז ער נעמט די ווארט קינדערליך, איז דאס שוין נאכקאפירט פון קינדליין. ער האט כמעט די זעלבע נאמען, רייטנדיג אויף די ברענד נעים מיט וואס קינדליין פארפיגט. א קאנקורענט גיבט א צווייטע סארט נאמען געווענליך, א שטייגער ווי וואס מיר האלטן מיט יעצט, ווען אייוועלט'ס נייע גרייזן העפט הייסט לאמטערנע. שטעלט אייך פאר זייער ביכל ערשיינט, און עס הייסט "וועקער זייגער," (פיין וואלט עס געזייגט...) אויך זייער לאגא איז אזוי בולט, אז איך האב זיך גראד אנגעהויבן קראצן אין קאפ, כאפנדיג אז זייער לאגא איז נאכגעמאכט די טויס-אר-אס לאגא, איז טוט מיר וויי צו זען וואס זיי פארקויפן דא אינעם ערשטן אנאנס שוין, נאכגעמאכט די געדאנק פון א קערעקטער, (קוקט נעבעך אויס ווי דער איז הונגעריג, זיי האבן אויסגעוועלט א אינגל פון מאה שערים, פילייכט ווייל דאס שמעקט פון ערליך-קייט, אממם... קינד.
4. און אויב גיבט דאס טאקע טריביון ארויס, וועט דאס זיין א אפגעפליקטע זאך, טריביון האט א פאר'סמ'טע נאמען, זיי ברענגען ארונטער די מארקעט מיט זייערע גארבידזש, זיי שטעכן די רעדער, און מאכן חרוב אלע אויסגאבעס וואס ערשיינען מיט תוכן, דורך זיין ביליגער און גארנישט פארקויפן, און דא וועט דאס זעלביגע זיין, זיי וועלן פארעמען דעם געדאנקענגאנג פונעם ציבור אז קינדליין איז מאדערן, און אזוי וועט זיך טוישן און איבערמאכן, דאס איינציגסטע אויסגאבע, וואס האט יא שיינקייט און אינהאלט, כאטשיג וואס זיי זענען פרום, און האבן אסאך קונדן.
איך קען נישט פארשטיין טריביון, אדער סיי ווער, עס איז דער ארויסגעבער, מ'זאגט א ווערטל, אז די חילוק צווישן א איד און א גוי איז, אז ווען דער גוי באשטעלט עפעס פון א רעסטוראנט, באצאלט ער, און גייט ווייטער, דאקעגן א אידל, מאכט גראד א חשבון, "הייסט איך באצאל אים 10 דאלער, אים קאסט עס 7, מאכט ער פון מיר 3 דאלער, נאך 10 מענטשן קויפן דא מאכט ער אזויפיל, און ארויסגייענדיג ווייסט ער שוין פונקטליך וויפיל דער געשעפט מאכט, און צומארגנס איז שוין דא א קאנקורענט קעגן איבער...
איינער איז מצליח, מוזן קומען אנדערע און הרג'ענען.
די פרייזן פאר קאמיקס וועלן שטייגן, די מארקעט וועט ווערן עטוואס טייטער, און יעי עס איז ששון ושמחה.
קינדליין איז דא מיט טויזענטער סובסקרייבער, זיי האבן הערליכע ארטיקלעך, זיי ווייזן גוטע רעזולטאטן, און עס קומט זיי קרעדיט. גיימיר זיי ווייטער קויפן פאר די קינדע-ערליך.
קאמפעטישאן איז אלץ גוט. אז נישט וועט קינדליין קאסטן $10 אין צוויי יאר ארום.
זיי גייען מסתם זיין -טיפיקעל זיי- ביליגער ווי קינדליין
[ציטאט אראפגענומען]
ווי זענען געוועהן די אלע אידישע אויסגאבעס ווען איך בין געוועהן א קינד און געלעכצט צו ליינען עפעס מעהר ווי ׳דער איד׳ און די ׳עונג שבת׳ ? היינטיגע צייטן שפראצן ארויס אידישע אויסגאבעס ווי שוואמען נאך א רעגן, איך האב נעבעך געמוזט ליינען די קלאספיידיס פון דער איד ווייל כהאב נישט געהאט וואס צו ליינען אין די לאנגע שבת נאכמיטאגס, כהאב שוין געהאט איבערגעליינט ״די שטורמישע וואסערן״ פון מנחם גץ זעקס און זיבעציג מאל און ביינאכט האב איך שוין געחלמט ווי די אינקוויזיציע פארברענט דעם דיעגא לעבעדיגערהייט... 😂
שבת אחים[ציטאט אראפגענומען]

האסט געקענט ליינען די שרעקעדיגע שדים געשיכטעס, מיט דיבוקים און וואולקעינאוס, אין די יפה בעתו'ס שווארץ ווייסע קונטרס'ל פון ר' יפה פרץ'ן וואס איז ערשינען איינמאל א מאנאט מיט די האריגע דעקלעך, אדער געקענט ליינען די כזית'דיגע אפטיילונג מיט די "קלער" ווינקל פון חידות, אין די עונג שבת, אדער שפעטער איז געווען אין סטייל די קינדער שפיל מאנאטליכע אויסגאבע, אנגעפולט מיט געימס, אבער איז למעשה געווען א צייט שטופער ביכל, אן האבן ערנסטע ארטיקלען אדער תוכן, אדער איז געווען די בעלייכטונגען מיט די ירושלמי סטיל אידישע קאמיקס, און שפעטער איז געווען א אויסגאבע "דער בליק," אויך מאנאטליך מיט א שיינע קאלירפולע אפטיילונג פאר קינדער, וואס דאס איז געווען דער ערשטער ערנסטע קינדער אפטיילונג, מיט די שרעקעדיגע פארזעצונג פון די בית שמעי קינדער, און די אלטע שכן מיט די מאדנע בעיסמענט, (איך זאג אייך, איך ליין אסאך, מיינע אויגן נישטערן פאר אויתיות) אקעי, און דאן איז געווען דער מעלות, מיט די ברוך און זרח שמועסן, די הארציגע וויצן פון די יונגווארג, א קאלום פון דרוקעריי און יאכנישע ווייטאגן פון אלע שכנים, האסט פונקטליך געקענט וויסן ווער עס איז אויסגעלאפן פון צומיס, וועמענס שוועסטער פייניגט די אינגערע קינדער, און וועמענס טאטע שרייעט אן אלע קינדער ביי די שבת'דיגע סעודות... איך לייד נאך עד היום, פון מיין געוואוינהייט, צו אנהויבן ליינען ביכער און אויסגאבעס, פונעם לעצטן זייט, צוליב די מעלות, דארט ביי דער שווארץ ווייסע, פיר קעסטלדיגער קאמיקס, וואס די מעלות לאזט ספעציעל ליידיג, אז מען זאל דאס קענען קאלירן...
העלס יע, אפילו די אור אלטע בעלייכטונגען, מיט די קאמיקס וויאזוי די תימנע אידן זענען געווארן געפירט מיט די אייזערנע אדלערס, האב איך זיך אויך געשאפט פון מיין באבנס לייברערי, און אפגעליינט.
כ'בין העפי אז די קינדער האבן היינט קינדליין, א אויסגאבע א סוקסעס, שיינע ארטיקלען, עקסקלוסיווע מאלערייען, האסט דארט די בארימטע גולד, און דער רעספעקטירטער שטערן גדי פאללאק, און ווער נישט, וויסנשאפטליכע קאלומס, חיות, לענדער, אקטיוויטעטן צו טון אין די פרייע צייט, אינטערוויוס מיט מענטשן, עס איז א אויסטערלישע סוקסעס, עס שמעקט פון רעוואלוציע, און דאס איז וואס מאנכע קענען נישט פארגינען, און מוזן קומען מיט איבלדיגע תורת לאקשן, ווי כאילו דער קינדליין איז נישט ערליך, פאלג מיר א גאנג, טו א טובה, דריי א קאפ פון דיין שוויגער'ס בעביסיטער, לאז מיר ארויס פון בילד. א חוזק'דיגע פורים שפיל מאכט ער דא, פארוועם אינטערסירט א פרומערע אויסגאבע? פאר בני יואל אין קרית יואל? אפשר פאר די נייע תלמוד תורה פון עלטערן אן סמארטפאונס? מענטשן זענען זייער צופרידן פון קינדליין, זיי האבן די פרומסטע איבערקוקער, שרייבער, מחנכים, זיי האבן ארום דעם טיש די טייערסטע מגיהים, נעמען, פערזענליכקייטן, עס ליגט דא געלט, מיט קאפ, יארן פלאנירונג, און אויסטערלישע דרוק.
עס איז נישט ווי מען מאכט א סענדוויטש, מ'גיט א ווארף אריין אפאר געדינסטע צוויבל, אביסל זאפט, און אייערשפייז, און היידא, עס איז דא א אויסגאבע. עס דארף ליגן הארץ, מיטגעפיל, און געטריישאפט ביים רעדאקטירן, האבן א ציל אז מענטשן זאלן עכט זיין עמעזד פון דיין ארבעט, קאנעקטירן מיט די ליינער, און ספענדן געלט, נישט נאכקארמען פון בקהילה, און משפחה.
די נייע אויסגאבע האט שוין זיכער א דיעל מיט בקהילה'ס קינדער אפטיילונג, אז מען וועט דאס נאכקאפירן ווארט ביי ווארט, און מ'וועט שוין מאכן, מ'וועט שוין נעמען. האלאו, גיבט אכטונג.
שבת אחים[ציטאט אראפגענומען]
ווי זענען געוועהן די אלע אידישע אויסגאבעס ווען איך בין געוועהן א קינד און געלעכצט צו ליינען עפעס מעהר ווי ׳דער איד׳ און די ׳עונג שבת׳ ? היינטיגע צייטן שפראצן ארויס אידישע אויסגאבעס ווי שוואמען נאך א רעגן, איך האב נעבעך געמוזט ליינען די קלאספיידיס פון דער איד ווייל כהאב נישט געהאט וואס צו ליינען אין די לאנגע שבת נאכמיטאגס, כהאב שוין געהאט איבערגעליינט ״די שטורמישע וואסערן״ פון מנחם גץ זעקס און זיבעציג מאל און ביינאכט האב איך שוין געחלמט ווי די אינקוויזיציע פארברענט דעם דיעגא לעבעדיגערהייט... 😂
שלשה אחים האסט נישט געליינט 10 מאל...?
שמעקעדיגשבת אחים[ציטאט אראפגענומען]

כ'זוך מיט לעכט די שלשה אחים'ס דריי בענדער. כ'וויל געבן מיינע קינדער מיט וואספארא פאנטאזיעס נאך פונדערהיים מיר זענען אויפגעוואקסן. ר' אברהם מיט די מענטשן פרעסער מיט פיש מענטשן. עס איז נאך א ראמאנס אויך אלעס זיך צו טרעפן מיט די בת מלכה.
איינער פארקויפט עס נאך?
אז מ'רעדט שוין, ווי קומט עס אז 'די שטורמישע וואסערן' האט געהייסן כשר'ע ליין מאטריאל? ס'דאך ריין ציונות! די אידישע נקמה נעמערס?!
בײ מיר אין הערצעלע האט עס איינגעפלאנצט די ערשטע קערעלעך פון לעכצעניש נאך אידישע זעלבסט-שטענדיגקייט.

איך געדענק נאך ווי איך פלעג גארן און פאנטיזירן, ווי די אידישער נקמה נעמער'ס קומען זיך נוקם זיין אין די גאנצע שפאנישע פאלק פאר דון קארלאס' בלוט. מיינע פאנטאזיעס זענען געלאפן אז זיי פארמאגן שוין טאנקען, און זיי קומען אן ממש אין די סאמע לעצטע סעקונדע, ווען די אומשילדיגע אנוסים זענען שוין געבונדען אויפן אויטא דע פע, און דער הענקער גייט צו מיטן פאקל אינטערצונדען די נעבעכדיגע אידן. און אין יענעם מאמענט, ווערט די ערד דערציטערט פון די מעכטיגע רעש פון גרויסע טאנקן, די פאנאטישע פארזאמלטע פאלן אריין אין שרעקליכע פאניק פון די מאדנע ריזיגע מאשינען, זיי מיינען אז גאט אליין האט אראפגעשיקט שדים ורוחות...
אך וואסערע זיסע קינדערישע פאנטאזיעס....
אך וואסערע זיסע קינדערישע פאנטאזיעס....
*דון מאניועל. נישט דון קארלאס, וואס איז פון חיים אליאב\משה גרילק.
בן תמליון
כ'זוך מיט לעכט די שלשה אחים'ס דריי בענדער. כ'וויל געבן מיינע קינדער מיט וואספארא פאנטאזיעס נאך פונדערהיים מיר זענען אויפגעוואקסן. ר' אברהם מיט די מענטשן פרעסער מיט פיש מענטשן. עס איז נאך א ראמאנס אויך אלעס זיך צו טרעפן מיט די בת מלכה.
איינער פארקויפט עס נאך?
הממ... דער ראצפערטער ז"ל לעבט דאך שוין נישט...
אגב, דיין אוואטאר איז מעיד אויף דיר אז דו זוכסט מיט לעכט...
בעל מידות איז דאך אזוי גערעכט, איך קען די ארויסגעבער פון קינדליין פערזענליך , און צו זאגן אז זיי פרובירן יעדעם צופרידן צושטעלען איז א אנדערסטעטמענט, זיי שוויצן יעדע וואך ארויף צו קומען מיט פרישע איידיעס וואס איז אויסגעהאלטן ביי אלע שיכטן און קרייזן, מען מעקט און מען פארעכט אבי יוצא צו זיין אלע שיטות, סענישט משיג צו זיין וויפוהל כח און פלאג עס גייט אריין און יעדע וועכענטליכע אויסגאבע, די רשעות און די אומרעכט פון ארויסגעבן די קינדערליך (אויב סע אמת) איז אין לשער. קען מען שוין טאקע נישט פארגינען אז א מאגאזין איז אזוי מצליח?
און בד"וו , מיין זון פון 3 יאהר צייכענט שענער ווי דער מעלער פונעם ערליךקינד

ווי איז די אשכול "פארוואס איך קויף נישט קינדערליך" היתכן מ'גופעלט אריין אין קינד-ליין? ווי זענען די בינגאו קאמיוניסטן?
כ'מיין אז קינדליין האט נישט וואס מורא צו האבן דערווייל
בן תמליוןשמעקעדיגשבת אחים[ציטאט אראפגענומען]
ווי זענען געוועהן די אלע אידישע אויסגאבעס ווען איך בין געוועהן א קינד און געלעכצט צו ליינען עפעס מעהר ווי ׳דער איד׳ און די ׳עונג שבת׳ ? היינטיגע צייטן שפראצן ארויס אידישע אויסגאבעס ווי שוואמען נאך א רעגן, איך האב נעבעך געמוזט ליינען די קלאספיידיס פון דער איד ווייל כהאב נישט געהאט וואס צו ליינען אין די לאנגע שבת נאכמיטאגס, כהאב שוין געהאט איבערגעליינט ״די שטורמישע וואסערן״ פון מנחם גץ זעקס און זיבעציג מאל און ביינאכט האב איך שוין געחלמט ווי די אינקוויזיציע פארברענט דעם דיעגא לעבעדיגערהייט... 😂
שלשה אחים האסט נישט געליינט 10 מאל...?
כ'זוך מיט לעכט די שלשה אחים'ס דריי בענדער. כ'וויל געבן מיינע קינדער מיט וואספארא פאנטאזיעס נאך פונדערהיים מיר זענען אויפגעוואקסן. ר' אברהם מיט די מענטשן פרעסער מיט פיש מענטשן. עס איז נאך א ראמאנס אויך אלעס זיך צו טרעפן מיט די בת מלכה.
איינער פארקויפט עס נאך?
<a class="postlink" href="http://www.yiddishbookcenter.org/collections/yiddish-books/spb-nybc212663/shtern-bela-shlosha-ahim/spb-nybc212663">http://www.yiddishbookcenter.org/collec ... nybc212663</a>
יאסל ראקאווערווי איז די אשכול "פארוואס איך קויף נישט קינדערליך" היתכן מ'גופעלט אריין אין קינד-ליין? ווי זענען די בינגאו קאמיוניסטן?
נו. במקום שאין איש...
איז דאס די זעלבע טעראריסט ארגעניזאציע ווי די שומרים קארטלעך??
בן תמליוןשמעקעדיגשבת אחים[ציטאט אראפגענומען]
ווי זענען געוועהן די אלע אידישע אויסגאבעס ווען איך בין געוועהן א קינד און געלעכצט צו ליינען עפעס מעהר ווי ׳דער איד׳ און די ׳עונג שבת׳ ? היינטיגע צייטן שפראצן ארויס אידישע אויסגאבעס ווי שוואמען נאך א רעגן, איך האב נעבעך געמוזט ליינען די קלאספיידיס פון דער איד ווייל כהאב נישט געהאט וואס צו ליינען אין די לאנגע שבת נאכמיטאגס, כהאב שוין געהאט איבערגעליינט ״די שטורמישע וואסערן״ פון מנחם גץ זעקס און זיבעציג מאל און ביינאכט האב איך שוין געחלמט ווי די אינקוויזיציע פארברענט דעם דיעגא לעבעדיגערהייט... 😂
שלשה אחים האסט נישט געליינט 10 מאל...?
כ'זוך מיט לעכט די שלשה אחים'ס דריי בענדער. כ'וויל געבן מיינע קינדער מיט וואספארא פאנטאזיעס נאך פונדערהיים מיר זענען אויפגעוואקסן. ר' אברהם מיט די מענטשן פרעסער מיט פיש מענטשן. עס איז נאך א ראמאנס אויך אלעס זיך צו טרעפן מיט די בת מלכה.
איינער פארקויפט עס נאך?
פארשטייט זיך מ'קען עס שוין היינט באקומען אין קאמיקס ביכער. די זעלבע איז מיט אויף שטורמישע וואסערן.
בעל מדות
קריעטיוו? איך זע דא אין די די לאגא אליינס, ווי די גאנצע נאמען, קאלירן, און אטאמען, זענען נאכקאפירט און לויפן אויפן טריביון שניט פון נאכמאכן יעדן, אן האבן אביסל שעפערישקייט.
איך ווער זייער אויפגעלייגט ווען עס קומט צו די נושא פון נייע אידישע אויסגאבעס, דא אבער כאפט עס מיר נישט די הארץ פאר עטליכע סיבות.
1. קינדליין איז א רעוואלוציע, זיי זענען אויפגעכאפט אין יעדן סארט קרייז, זיי האבן געשוויצט און פארשטאנען זייער ליין, אזוי אז קינדליין איז די איינציגסטע אויסגאבע אין אידיש וואס מען בארימט דאס סיי אויף קאווע שטיבל, און סיי אויף אייוועלט, אין יעדע קהילה אדער מוסד לאזט מען אז די קינדער זאלן דאס ליינען, עס איז פול מיט ידיעה, פארש, און וויסנשאפט, אויף א פארנעם וואס איז קיינמאל נישט געווען בעפאר, זינט איך ליין אדער געדענק אויסגאבעס.
2. דער נייע אויסגאבע קינד-ערליך איז נישט דא מיט קיין ערליכקייט, ער זאל פארקויפן דאס פאר זיין באבן. ער רייט אויף די שוואכקייט וואס מאנכע פארקויפן אויפן קינדליין, נעמליך כ'האב געהערט א פרומער אינגערמאן זיך אפרעדן אויף די אראנדזשע בא'חנ'טע "באו" וואס די קינדליין קערעקטער פארמאגט, מען זוכט א שפיץ פון קריטיק, מען זוכט א ספאט, מען טרעפט א שטויבעלע און גראד שפרונגט מען ארויף דערויף מיט א סטראטעגיע צו כאפן די עקסטרעמע פרומערע פאמיליעס, (וואס דארט גלייב איך אז ער האט זייער א שוואכע קלייענטאל, ווייל אט די מענטשן באיקאטירן אלסדינג, און וועלן קיינמאל נישט ספענדן די עטליכע דאלער אויב איז דאס נישט קיין אויסגאבע מיט באריכטן איבער די לעצטערע מחאות קעגן גיוס בני הישיבות) און אויב איז ראובן גערעכט אז דער טריביון גיבט דאס ארויס מאכט עס נאך מער סענס, ווייל זיי האבן שוין א היסטאריע מיטן זיך ארויפזעצן אויף שוואכקייטן, ווי ביי זייער גרויליגע בליץ מערכה קעגן דער שטערן, מיטן פארדעקן די פנימ'ער רייטנדיג אויף די ווינט וואס צימערמאן חברה האבן געבלאזן, מיטן פארפירן אז דער שטערן האט גוי'אישע געזיכטער, היינט איז דער בליץ צוריק די זעלבע, נאכן שאפן זיין קאסטומער באזע, נישט באדעקנדיג גארנישט. דאס איז זייער סטיל אויך אין טריביון "נאכמאכן יענעם."
3. דאס אז ער נעמט די ווארט קינדערליך, איז דאס שוין נאכקאפירט פון קינדליין. ער האט כמעט די זעלבע נאמען, רייטנדיג אויף די ברענד נעים מיט וואס קינדליין פארפיגט. א קאנקורענט גיבט א צווייטע סארט נאמען געווענליך, א שטייגער ווי וואס מיר האלטן מיט יעצט, ווען אייוועלט'ס נייע גרייזן העפט הייסט לאמטערנע. שטעלט אייך פאר זייער ביכל ערשיינט, און עס הייסט "וועקער זייגער," (פיין וואלט עס געזייגט...) אויך זייער לאגא איז אזוי בולט, אז איך האב זיך גראד אנגעהויבן קראצן אין קאפ, כאפנדיג אז זייער לאגא איז נאכגעמאכט די טויס-אר-אס לאגא, איז טוט מיר וויי צו זען וואס זיי פארקויפן דא אינעם ערשטן אנאנס שוין, נאכגעמאכט די געדאנק פון א קערעקטער, (קוקט נעבעך אויס ווי דער איז הונגעריג, זיי האבן אויסגעוועלט א אינגל פון מאה שערים, פילייכט ווייל דאס שמעקט פון ערליך-קייט, אממם... קינד.
4. און אויב גיבט דאס טאקע טריביון ארויס, וועט דאס זיין א אפגעפליקטע זאך, טריביון האט א פאר'סמ'טע נאמען, זיי ברענגען ארונטער די מארקעט מיט זייערע גארבידזש, זיי שטעכן די רעדער, און מאכן חרוב אלע אויסגאבעס וואס ערשיינען מיט תוכן, דורך זיין ביליגער און גארנישט פארקויפן, און דא וועט דאס זעלביגע זיין, זיי וועלן פארעמען דעם געדאנקענגאנג פונעם ציבור אז קינדליין איז מאדערן, און אזוי וועט זיך טוישן און איבערמאכן, דאס איינציגסטע אויסגאבע, וואס האט יא שיינקייט און אינהאלט, כאטשיג וואס זיי זענען פרום, און האבן אסאך קונדן.
איך קען נישט פארשטיין טריביון, אדער סיי ווער, עס איז דער ארויסגעבער, מ'זאגט א ווערטל, אז די חילוק צווישן א איד און א גוי איז, אז ווען דער גוי באשטעלט עפעס פון א רעסטוראנט, באצאלט ער, און גייט ווייטער, דאקעגן א אידל, מאכט גראד א חשבון, "הייסט איך באצאל אים 10 דאלער, אים קאסט עס 7, מאכט ער פון מיר 3 דאלער, נאך 10 מענטשן קויפן דא מאכט ער אזויפיל, און ארויסגייענדיג ווייסט ער שוין פונקטליך וויפיל דער געשעפט מאכט, און צומארגנס איז שוין דא א קאנקורענט קעגן איבער...
איינער איז מצליח, מוזן קומען אנדערע און הרג'ענען.
די פרייזן פאר קאמיקס וועלן שטייגן, די מארקעט וועט ווערן עטוואס טייטער, און יעי עס איז ששון ושמחה.
קינדליין איז דא מיט טויזענטער סובסקרייבער, זיי האבן הערליכע ארטיקלעך, זיי ווייזן גוטע רעזולטאטן, און עס קומט זיי קרעדיט. גיימיר זיי ווייטער קויפן פאר די קינדע-ערליך.[/justify]
איך לייען אזוי דעם תגובה און איך זע אז דער שרייבער פאררופט זיך 'בעל מדות'. עס דערמאנט מיר וואס מיין זיידע ז"ל פלעגט אונז אנזאגן: "ווען איר זעט א געשעפט, וואו עס שטייט געשריבן פונדרויסן 'שומר שבת', זאלט איר נישט אריינגיין אהין. ווייל אויב דארף דער מוכר שרייבן אויף זיך 'שומר שבת', צריך בדיקה אחריו".
והנמשל מובן מאליו.
נאסוידער רב

א כהן וואס איז מסיטרא דחסד איז א קפדן
א בעל מידות פארליידט נישט קיין מענטשן מיט שלעכטע מידות.
איך זע נישט אין דעם תגובה קיין שום מדות, ערליכקייט, אמונה אדער בטחון.
נאסוידער רבאיך זע נישט אין דעם תגובה קיין שום מדות, ערליכקייט, אמונה אדער בטחון.
איך זעי נישט אונעם קינד-ערליך קיין שום ערליכקייט נאר קאפי קאטס און שלעכטע מידות פון תמות נפשי עם פלישתים.
גר ותושבנאסוידער רבאיך זע נישט אין דעם תגובה קיין שום מדות, ערליכקייט, אמונה אדער בטחון.
איך זעי נישט אונעם קינד-ערליך קיין שום ערליכקייט נאר קאפי קאטס און שלעכטע מידות פון תמות נפשי עם פלישתים.
א מין געשעפט! אויף וועלכע פלאנעט לעבט איר?
טאר איך נישט ארויסגעבן קיין חסיד'ישע טעיפ, ווייל גרונם גיבט ארויס?
טאר איך נישט עפענען קיין גראסערי, ווייל זעליג האט שוין געעפנט איינס?
איך טאר נישט דרוקן קיין זמירות, ווייל מפואר האט שוין געמאכט אזוינס?
give me a break!
שלעכטע מדות??? איך מיין אז דער קינדליין קומט דא ארויס אביסל אין שווארצע קאלירן.
נאסוידער רבאיך זע נישט אין דעם תגובה קיין שום מדות, ערליכקייט, אמונה אדער בטחון.
וועלכע מערכת האט דיך אהערגעבראכט...?
נאסוידער רבגר ותושבנאסוידער רבאיך זע נישט אין דעם תגובה קיין שום מדות, ערליכקייט, אמונה אדער בטחון.
איך זעי נישט אונעם קינד-ערליך קיין שום ערליכקייט נאר קאפי קאטס און שלעכטע מידות פון תמות נפשי עם פלישתים.
א מין געשעפט! אויף וועלכע פלאנעט לעבט איר?
טאר איך נישט ארויסגעבן קיין חסיד'ישע טעיפ, ווייל גרונם גיבט ארויס?
טאר איך נישט עפענען קיין גראסערי, ווייל זעליג האט שוין געעפנט איינס?
איך טאר נישט דרוקן קיין זמירות, ווייל מפואר האט שוין געמאכט אזוינס?
give me a break!
שלעכטע מדות??? איך מיין אז דער קינדליין קומט דא ארויס אביסל אין שווארצע קאלירן.
איש כל הישר בעיניו יעשה די גמרא זאגט א חנוני מעיג טיילן אגוזים ווייל די אנדערע קען טיילן אנדערע זאכן אבער ווען איינער קומט מיט א שלייער פון ערליכקייט אז ער איז ערליכער פונעם צווייטען מיינט דאס נישט קיין ערליכע קאמפעטישען אזוי ווי צוויי פראדאקשענס וואס געבן ארויס א פורים טעיפ נאר דאס מיינט צוטרעיטן יענעם און און זיך בויען אויף יענעםס געביין ולדעתי צריך ביאור צו מען טאר דאס טוהן ווייל די ערשטע קען גארנישט טוהן דערקעיגן.
איך בין א פשוט'ע ליינער וואס קויף יעדע וואך קינדליין, און איך האב געזען עדווערטייזט א נייע ביכל, האב איך געוואלט אויסטשעקן פריער וואס ס'איז. איך האב זיך געזעצט ליינען דא און געזען ווי מ'באזידלט א אויסגאבע אין דער וועלט אריין. פשוט אומפארגינערשאפט. ווען כלל ישראל איז פול מיט קאנקורענץ פון אלע מינים. נאר אונזערע קינדער טארן נישט האבן צוויי סארט ביכלעך? נאר דעי אייטעם טאר נישט זיין קאנקורענץ וואס וועט ברענגען ביליגערע פרייזן און בעסערע סחורה? כ'מיין וואס איז דא געשען, אויס וועלט?
אויב האט ער געשריבן אז ער איז ערליכער ווי קינדליין, האט ער טאקע געטון א עוולה. אבער איך האב עס נאכנישט געעפנט, האב איך דאס נישט געזען. איך וועל מעיין זיין דערין בלי נדר און נאך שבת קומען דא מיט מיינע הערות.

.
איך וועל יעצט איבערלייענען דעם בעל מדות בריוו, און אייך ווייסן ווי לעכערליך עס איז
נאסוידער רבאיך וועל יעצט איבערלייענען דעם בעל מדות בריוו, און אייך ווייסן ווי לעכערליך עס איז
קוקט נישט אויס ווי די ביסט אזא פשוטע קינדליין ליינער קוקט אויס ווי די ביסט דא אויף א מיסיע.
מיינסט אונז קענען ווארטען ביז נאך שבת?
בעל מדות
1. קינדליין איז א רעוואלוציע, זיי זענען אויפגעכאפט אין יעדן סארט קרייז, זיי האבן געשוויצט און פארשטאנען זייער ליין, אזוי אז קינדליין איז די איינציגסטע אויסגאבע אין אידיש וואס מען בארימט דאס סיי אויף קאווע שטיבל, און סיי אויף אייוועלט, אין יעדע קהילה אדער מוסד לאזט מען אז די קינדער זאלן דאס ליינען, עס איז פול מיט ידיעה, פארש, און וויסנשאפט, אויף א פארנעם וואס איז קיינמאל נישט געווען בעפאר, זינט איך ליין אדער געדענק אויסגאבעס.
גיב א טשאנס, וועט ער אויך זיין אזוי. יא, ס'קומט די קרעדיט פאר קינדליין. און עס קומט די קרעדיט פאר שומרים, אז אדאנק זיי זענען היינט דא חברים ארגאניזאציעס. עס קומט די קרעדיט פאר בוני עולם, אז היינט איז דא עי טיים. קינדליין האט געשוויצט, יעצט וועט ער שוויצן. קינדליין איז אנגעקומען, און ער קען אויך אנקומען.
סאשי פישנאסוידער רבאיך זע נישט אין דעם תגובה קיין שום מדות, ערליכקייט, אמונה אדער בטחון. נאר אז עס איז געשריבן געווארן דורך איינעם פון די קינדליין מערכת.
וועלכע מערכת האט דיך אהערגעבראכט...?
בעל מדות
2. דער נייע אויסגאבע קינד-ערליך איז נישט דא מיט קיין ערליכקייט, ער זאל פארקויפן דאס פאר זיין באבן. ער רייט אויף די שוואכקייט וואס מאנכע פארקויפן אויפן קינדליין, נעמליך כ'האב געהערט א פרומער אינגערמאן זיך אפרעדן אויף די אראנדזשע בא'חנ'טע "באו" וואס די קינדליין קערעקטער פארמאגט, מען זוכט א שפיץ פון קריטיק, מען זוכט א ספאט, מען טרעפט א שטויבעלע און גראד שפרונגט מען ארויף דערויף מיט א סטראטעגיע צו כאפן די עקסטרעמע פרומערע פאמיליעס, (וואס דארט גלייב איך אז ער האט זייער א שוואכע קלייענטאל, ווייל אט די מענטשן באיקאטירן אלסדינג, און וועלן קיינמאל נישט ספענדן די עטליכע דאלער אויב איז דאס נישט קיין אויסגאבע מיט באריכטן איבער די לעצטערע מחאות קעגן גיוס בני הישיבות) און אויב איז ראובן גערעכט אז דער טריביון גיבט דאס ארויס מאכט עס נאך מער סענס, ווייל זיי האבן שוין א היסטאריע מיטן זיך ארויפזעצן אויף שוואכקייטן, ווי ביי זייער גרויליגע בליץ מערכה קעגן דער שטערן, מיטן פארדעקן די פנימ'ער רייטנדיג אויף די ווינט וואס צימערמאן חברה האבן געבלאזן, מיטן פארפירן אז דער שטערן האט גוי'אישע געזיכטער, היינט איז דער בליץ צוריק די זעלבע, נאכן שאפן זיין קאסטומער באזע, נישט באדעקנדיג גארנישט. דאס איז זייער סטיל אויך אין טריביון "נאכמאכן יענעם."
די ערשטע פאר שורות איז דאך פשוט שנאת חנם, וועל איך זיך בכלל נישט באציען דערצו.
אויף די איבריגע איז דער ענטפער: קנאת סופרים תרבה חכמה. מען האט אונז אלע יארן מחנך געווען צו נאכמאכן יענעם מיט גוטע זאכן. וואס איז דער פראבלעם דערמיט?
סאשי פישמיינסט אונז קענען ווארטען ביז נאך שבת?
זעט נישט אויס אז דו זאלסט קענען. אבער איך וואלט דיר געראטן זיך צו אנגארטלען מיט געדולד, ווייל דו וועסט עס א סאך דארפן אינעם עתיד...
און לאמיר זיך קלאר מאכן. איך וועל נישט אריינגיין אין קיין טענהריי איבער קינדליין און קינדערליך. איך וועל ליינען ביידע פון זיי די וואך, און נאך שבת ברענגען א באריכט. גוט שבת
יעצט געזען אויף אייוועלט אז קינדליין נעמט לעגאלע שריט
@נאסוידער. קנאת סופרים תרבה חכמה איז טייטש איינער זאל נאכמאכן דעם אנדערן?
איך האב גראדע געטראכט פון קויפן, אבער לויפן קען איך נישט, ס'איז צו שווער.
גיב אבאכט לויף נישט, קענסט זיך איבערקערן
יודל'ס האט מער נישט די קינדליין, אנשטאט געפאקט מיט קינדערליך. דאס טויג נישט פאר קינדליין. גאלדבערגס וויל אויך נישט פארקויפן די קינדליין, זאגט זיי בעטן צו אסאך. נישט קיין וואונדער די קינדליין האט לעצטענס אנגעהויבן א שטארקע סובסקריפשן דורך מעיל פראגראם.
בלאט: 1 2