☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » בסערת אש - הרב רפאל וולף אויף הרב שך

בסערת אש - הרב רפאל וולף אויף הרב שך

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11339

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 24, 2017 7:12 am

· #363756
בסערת אש - הרב רפאל וולף אויף הרב שך
ס'איז לעצטענס ארויס א ספר פון איינער פון די שטוב מענטשען פון הרב שך זצ"ל, הרב רפאל וולף, און ער האט באשריבען אסאך פריוואטע זאכען וואס ער האט געהערט פון איהם.

ידידינו הרב @הירשל ציג האט ארויפגעלייגט עטליכע בלעטער אויף זיין סייט, און וויבאלד איך בין שוין נישט אינטרעסירט צו ווארטען ביז ער איז מחליט צו ער איז מסכים ארויפצולייגען וואס איך האב צו זאגען צו נישט, וועט מען דא שרייבען דערוועגען.

הרב שך, ווי מ'האט שוין געשריבען, האט געהאלטען אז דער דעה פון דער ליובאוויטשער רבי איז נישט קיין דעה. ער איז נישט קיין ת"ח אין עפעס א וועלטס שיעור קומה, און ס'איז נישט דא קיין סבה אז ער זאל בכלל זיין א בר הכי צו זאגען דעות אויף גאר טיפזינגע און פארצווייגטע נושאים. אלע וואס איך האב געליינט, דא אין שטיבעל און אין אנדערע פלעצער, וואס האבען טענות אויף הרב שך, קענען נישט אוועק מאכען זיין גדלות אין לערנען, און אויב אזוי דארפען זיי איהם גלייך מכבד זיין אפילו ווען ער האט זיך נישט ריכטיג אויפגעפיהרט מיט'ן ליובאוויטשער רבי'ן. און די זעלבע מענטשען ווילען זאגען אז דער ליובאוויטשער רבי האט געהאט אנדערע טעטיגקייטען וואס זענען וויכטיג פאר א מנהיג א פיהרער פון אסאך אידען, דאס מיינט גארנישט לגבי וויסען וואס דער תורה וויל אין א געוויסע אומשטענד. אלזא, דער נושא איז קיינמאל נישט 'ווער איז הרב שך?', נאר 'ווער איז דער ליובאוויטשער רבי?'. ווען ער טויג איז הרב שך נישט גערעכט, און ווען נישט איז ער יא גערעכט. בכל אופן א ת"ח בלייבט ער און מ'איז איהם מחוייב לכבד. (איך מיין נישט די וואס מאכען זיך אן ענין שפעטער אוועק צו מאכען זיין ת"ח'שאפט. דאס פארשטייען אלע אז ס'איז געקומען נאכ'ן מחלוקת, נישט פאר דעם)

די ספר וואס הירשל ברענגט, איז פריוואטע שמועסען, און דארט האט הרב שך זיך שטארק אויסגעדרוקט אויף ליובאוויטש און זייער 'גייסטישע פיהרער' (ביסט צופרידען @berlbalaguleh?) אז מ'זאל נישט דאווענען מיט זיי וכו'. מיר איז דאס געווען א חידוש, ווייל פון אנדערע האב איך געהערט אנדעריש, און אין רוב זאכען האט הרב שך גערעדט רואיגער אין שטוב ווי ברבים און דאס זעט אויס אביסל איבערגעטריבען, אבער אפילו ווען יא, בין איך נישט דערשראקען. בשעת א מערכה פאלען אפט ווערטער וואס מ'וואלט נישט געזאגט אין אנדערע געלעגענהייטען, און מ'דארף זיך נישט שרעקען דערפון. נאכדעם וואס דער מערכה איז שטיל געווארען, קען מען זע'ען וואס אריינצונעמען און וואס נישט.

נאר לאמיר אריינגייען אין די זאכען לגופו של דבר. דער ליובאוויטשער רבי, זייט תשט"ז, האט געהאט א מערכה אויסצופיהרען דער יפוצו מעינותיך חוצה. ער האט זיך נישט באגענוגט מיט'ן פיהרען חסידות חב"ד, נאר ער האט געוואלט אז אלע זאלען לערנען חסידות אזוי ווי ער האט געלערנט, און אלע זאלען גלויבען ווי איהם. ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין הו"א אז אנדערע אידען זאלען נישט לערנען חסידות חב"ד, אזוי ווי זייער רבי'ס האבען זיי אויסגעלערנט, און ער האט נישט געהאלטען ביים בלייבען שטיל אין דער געביט. ער האט געשיקט בריווען צו אלע רביס, געשיקט שלוחים צו אלע געגענטער און פארשפרייט די כתבים פון חב"ד אין אלע ערטער וואס ער האט נאר געקענט. דאס קען מען נישט לייקענען, און אין חב"ד איז מען אויך מודה צו דעם.

איינער וואס איז קלאר אז חב"ד פארט אויף א שלעכטע וועג, זייערע מנהיג זאגט זיי זאכען וואס זענען נישט עפ"י תורה און ער הערט נישט צו קיין שום אנדערע מענטש בחייו, אלע זענען צו איהם כקליפת השום, דארף נישט אריינגייען אין חב"ד זיי אויסצולערנען זייער טעות. זיי זענען דארט און זיי גלויבען אזוי, און ס'איז נישט דא קיין וועג זיי אויפצוקלערען. אבער דאס אז דער וואס פארשטייט אזוי איז מפיץ דעתו בין תלמידיו און שומעי לקחו אז דאס טויג נישט, דאס האט עפעס מיט שנאה? וואס קען איינער וואס איז נישט קיין שונא אבער האלט אז זיי טויגען נישט טוהן? וואס האט שיטות מיט שנאה? חב"ד איז נישט עפעס א פרעמדע זאך ערגעץ וואס מ'קען איגנארירען, זיי קומען דאך אריין אומעטום. דאס איז דאך זייער שיטה, נישט עפעס א סקאנדאל וואס איינער האט ארויפגעלייגט אויף זיי. און ממילא דארף דער ת"ח וואס פארשטייט אנדעריש אויסזאגען זיין תלמידים וואס טויג דארט נישט.

און די תמימישע טענה 'שלא ימחה שבט מישראל', כאילו חב"ד איז א חלק פון אידענטום וואס טאר נישט אויסגעמעקט ווערען. אנטשולדיגט, אבער עטץ זוכען אריינצוגייען אין יעדער שבט מישראל און זיי אויסמעקען דורך זיי שטופען צו ווערען א חלק פון ענקער אמונה. ט'וואס האסטו א רעכט צו עגזיסטירען מער ווי א צוויטען? ווען דו וועסט זיצען איינגעלייגט, פארשטייען אז דיין רבי איז נאר דיין רבי און ער איז קיינעם נישט מחייב אחוץ די וואס האבען זיך אונטערגענומען זיין לאסט, וואלט קיינער נישט געזאגט קיין ווארט. נאר ענקער ווילען זיך אריינצושטופען אין די פרעמד, איבערצונעמען די גאנג אין יעדער געגענט, דאס איז בעוכרכם אז מ'שטופט ענק ארויס. דאס איז נישט קיין מחייה, נאר געשטעלט אין פלאץ

ב"ה היינט איז חב"ד פיהל בעסער ווי אמאל, היינט זע'ען זיי איין שוין ווי זיי באלאנגען און זיי זענען מער פארנומען אינעווייניג נישט אויסעווייניג, און דעריבער זענען די ווערטער וואס הרב שך האט געלאזט פאלען אביסל מאדנע בעינינו. אבער דעמאלס, און בפרט אין א"י, איז דער מערכה געווען זייער פארשטענדליך. נאר אזעלכע ווי הירשל ציג האבען אן ענין אויפצולעבען די אלטע עניינים כדי צו באשמוצען א ת"ח וועגען פארטיישע עניינים.

זאת ועוד, לדעתי די סבה פארוואס חב"ד איז זייער פארנומען מיט היסטארישע מתנגדים און בשעת אז רוב מענטשען האבען שוין דורות אפגעלאזט סיי וועלכע טריטען איינער אנטקעגען די אנדערע, זענען חב"ד נאך אלס פארנומען מיט'ן געדענקען אלטע מעשה'ס פון דער און יענער וואס האט זיי באקריוועדעט און געמסר'ט און גע'אביגדור'ט, איז צוליעב אן ענליכע סבה. ווען איינער זאגט אויף זיי ביקורת, קענען און דארפען זיי איינהערען און זיך נאכקוקען צו ס'איז טאקע א פראבלעם און צו זיי דארפען עפעס פאררעכטען. נאר יעצט האבען חב"ד אן עצה. סיי וועלכע ביקורת קען מען ארויפלייגען אויף היסטארישע מנגדים און זיך אפפטר'ן פון זעלבסט קריטיק. 'דער מענטש מיינט עס נישט ערנסט, ער וויל באשמוצען חסידות פון דער בע"ש'. אזוי זענען זיי פטור פון אלעם און בשרירות לבי אלך. ווען מ'הערט אז דער משיח ביזנעס איז אביסל איבערגעטריבען, מ'איז ווייט אוועק פון די הלכה און די אמונה אין תנ"ך און חז"ל, קען מען ארייננעמען די ביקורת אן יענעם צוצושטעלען צום היסטארישען פיגור (וואס איז גאנץ מעגליך אויך נישט וואס מ'האט דיר פארקויפט)
ס'האט קיינער נישט געמיינט דער בעש"ט, און דו פארטרעטסט נישט דער בעש"ט. מענטשען ווי אלע מענטשען, וואס לערנען א געוויסע וועג און טראכטען א געוויסע וועג, און קריטיק וועט דיר קיינמאל נישט שאטען. באלד וועלען זיי זאגען אז מ'האט ארויסגעווארפען הרב שך פון פאנאוויעזש צוליעב דעם אז ער איז געווארען א שיכור, און צום סוף פלעגט ער קומען צו חסידישע פארברענגענ'ס צו כאפען א גלעזעל וואדקא אויף יעדער יום הבהיר.

בן אדם » פרייטאג פעברואר 24, 2017 8:51 am

· #363765
שיק עס אריין צו 'דער איד'.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 24, 2017 9:11 am

· #363769
Re: בסערת אש - הרב רפאל וולף אויף הרב שך
סאטמאר האלט זיך אויך די איינציגסטע בארעכטיגטע, אבער קומען זיי דען קיין לעיקוואוד איינטיילען וואס צו טוהן? ט׳האט א סאטמארער ׳משפיע׳ זיך אריינגעלייגט אין א פרעמדען סביבה און זיי אויסגעלערנט ׳תורת ההתבדלות׳? ס׳איז נישט דער זעלבע, און סאטמאר רעדט זיך טאקע נישט אפ ׳שלא ימחה שבט מישראל׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » פרייטאג פעברואר 24, 2017 9:50 am

· #363776
@ליטוואק שרייבסט זייער צום פוינט לגבי וואס די ליבאוויטשע האבן געוואלט האבן די שליטה אויף יענעמ'ס חסידות אויך
לדוגמא מיר האט א איד געוויזן א מכתב ווי די ליבאוויטשער האט אים מעודד געווען אנצוהאלטן זיין קריג מיט די עלטערן וואס זענען געווארן זייער פארווייטיגט אז זייער חשובער אויסגעצייכענטער זון ווערט אריינגעכאפט אין א קולט.

...
די וואס זענען מדמה ליטוואק'ס השגה אויף ליבאוויטש ענליך צו סאטמאר, קענען נישט די 2 סארט אידן
א ליבאוויטשער פין יענע תקופה האט געוואלט די זאלסט ווערן פונקט ווי זיין חסידות מיט אלע מובנים
אין סאטמאר טוט מען בסך הכל מחנך זיין און משמיע זיין די דע"ת אויף א געוויסער ענין
בעלזע למשל וואס איז זיך היינט מטפל אנצוקומען איבעראל דורך הדברות און ענליך איז אויכעט נישט בדוגת ווי ליבאוויטש האט אין יענע יארן אפערירט בזמן התקפת הרב שך.

נ.ב. @ליטוואק האסט מיר צום ערשטן מאל גיט פארטייטשט די ווערטער פון הרב שך, אזל גברא דמסתפינא מיני'.

איש את רעהו » פרייטאג פעברואר 24, 2017 10:05 am

· #363783
אינטערסאנט איז אז אויף די ענין פון מאכן זיינע נאכפאלגער גלייבן אין זיין משיחיזעם, זעהט מען נישט קיין גרויסע זאכן אין דעם בסערת אש
האט הרב שך נישט געוויסט דערפון ?

בן אדם » פרייטאג פעברואר 24, 2017 10:23 am

· #363787
@איש את רעהו אויב דו האסט מיך געלייקט האסטו מסתם נישט פארשטאנען מיין כוונה. קענסט מיך נאך דיסלייקען.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 24, 2017 1:55 pm

· #363803
Re: בסערת אש - הרב רפאל וולף אויף הרב שך
ווען קאוועשטיבעל וועט זיך גענוג עוואלווען אז מ׳זאל קענען רעדען וועגען מענטשען און זייער מעלות און חסרונות, אז איינער זאל נישט צונעמען פון די צווייטען וואלט מען געקענט צונעמען דער ליובאוויטשער רבי ווי עס דארף צו זיין, מיט זיין מעלות און חסרונות. נאר די צייט איז נאך נישט דא. איינער זאגט ׳צודרייטע משיח׳ און איינער זאגט ׳געשיקט שלוחים קיין רוסלאנד׳ און לתכליתו לא חתרו.
איך האב דא געשריבען וועגען די נערישע טענה פון הירשל ציג אויף די בוך. נאכאנאנד זאגען זיי ׳שנאה שנאה שנאה׳, ווייל ס׳פאלט נישט איין אין קאפ אז מענטשען זאגען א מיינונג. נאר נגיעות פארשטייט מען, ממילא איז ער נאר א שונא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 26, 2017 1:18 am

· #363860
ליטוואק פון בודאפעסט: מיין פערזענליכע התנגדות (ווער ביניך דען...?) צו די שארפע מאמרים פון הרב ש"ך זצ"ל וועלכע ער האט געלאזט פאללן אין פובליק אקעיגן חסידות בכלל און אקעיגן דעם ליובאוויטשער רבי בפרט, איז געקומען פון דעם וואס איך האב א סאך געליינט איבער הרב ש"ך'ס פערזענליכע גוטסקייט,ווייכקייט און איידלקייט, חוץ זיין גאונות און התמדה. ווי ער האט זיך (שוין אין די עלטערע יארן) מטריח געווען ביינאכט צו רופן אדער אליינס אראפ צו פארן צו א ראש ישיבה און שתדל'ן פאר א בחור וואס מ'האט געוואלט באזייטיגן פון א ישיבה. ווייל לפענ"ד איז די זאכן און אקטיוויטעטן פון ליובאוויטש אונטער די פירערשאפט פון הר"ר מנחם מענדל נ"ע נישט געווען אויף א געפערליכע דרגא אז מ'זאלל מוזן ארויסטרעטן שארף אקעיגן זיי. יא. אמת. ס'איז געווען א ביסל מאדנע ווען זיי האבן געשיקט בחורים און יונגעלייט א יעדן יום טוב אין די חסיד'ישע געגנטער ווי בארא פארק און וויליאמסבורג צו דרשנ'ען איבער בעיסיק אידישקייט. און זיי האבן זיך געשטופט צו רעדן אין בתי מדרשים. די רעאקציע פון נארמאלן עולם איז געווען אז מ'האט זיי געלאזט רעדן. אבער דער עולם האטציך גוט אונטערגעשמייכלט פון אזעלכע תמימים, וואס שטאטס צו זיצן אינדערהיים מיט זייערע בני בית און משפחה קריכן זיי ארום אין די פרעמד און זאגן דרשות וועלכע וואלטן געפאסט צו זאגן פאר דעם עולם אין די 1920'ס. אבער קיין שום אקטיווע אדער פאטענציאלע סכנה איז נישט דא אין דעם. זיי זענען דאך סוכ"ס נישט געווען קיין מיסיאנערן, איבערצורעדן קינדער צו זייער חסידות...! נאר אין סאקמער אין ווילי-טאון האט מען זיי געגעבן מכות. אנשטאטס זיי איינצולאדענען צו מאכן קידוש און עסן א סעודת יו"ט...!

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 26, 2017 1:39 am

· #363862
אבער ווען 2 פון די גרעסטע און רעספעקטירטסטע מנהיגים פונ'ם עולם הישיבות אין די עיר ה'טעירעה לעיקוואוד זאגן אומ-דירעקט אז ליובאוויטש איז נישט קיין חלק פון כלל ישראל. אויף אן ענטפער צו א רעטארישע אדער לאודעד שאלה פון א געוויסן מנהיג און אדמו"ר, וועלכער האט זיי געפרעגט אויב זיי זענען שוין געווען באזוכן ביי ליובאוויטש, כדי זיי איינצולאדענען צו דעם כינוס עולמי אקעיגן אינטערנעט. דאס לאזט איבער א ביטער'ן טעם אין מויל. אני הקטן בין נישט קיין חב"ד'סקער. אבער דאס שטערט מיר זייער שטארק ווען מ'זאגט אויף א שבט מישראל אז זיי זענען נישט קיין חלק פון כלל ישראל...!

איך האב נאך עפעס געוואלט מוסיף זיין וועלכעס איז נישט דירעקט פארבונדן מיט די נושא פון הרב ש"ך ווס. ליובאוויטש. נאר איך קען עס נישט ארויסשרייבן בגלוי, ווייל די חסידים פון יענעם אדמו"ר שליט"א (ניין. נישט סאטמאר) וועלן מיר אויסברעכן די שויבן פון מיינע פענסטערס. און צושניידן די רעדלעך פון מיין באס...אשר על כן וועל איך עס שרייבן ברמז. און ווער ס'פארשטייט, פארשטייט...והנה: --- ----- --- -- ---- --- -------- --- --- --- ------ ---- --- -- ----- א- -- ------ ---- ---------- --- -- 2 ---- ג---- ---- ז--- ---- ----- -- ------- ---ד...!

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג פעברואר 26, 2017 6:00 am

· #363871
Re: בסערת אש - הרב רפאל וולף אויף הרב שך
יורשים פון א פאסט׳ן אין לעיקוואד פארטרעטען נישט הרב שך און ער טראגט נישט קיין אחריות אויף זייער מימרות. אדרבא, פארש זיך נאך וויפיהל מאל זיי האבען אנגעפיפען הרב שך׳ס ווערטער ווען אימער ס׳האט זיי נישט געשמעקט, ואכמ"ל.
גראדע די מימרא ׳זיי זענען נישט קיין חלק פון כלל ישראל׳, ווי שארף זיי זענען, האבען א פאינט. טאמער ס׳מאכט סענס אז אלע קהלות זאלען קומען צוזאם אויף די נושא, באלאנגט חב"ד טאקע נישט דארט. אז מ׳קען טענה׳ן אז אלע קהלות האבען א שייכות אהדדי, און מ׳קען נישט פאררעכטען באבוב ווילאנג בעלז איז נישט קיין חלק דערפון, איז חב"ד נישט די זעלבע.
בכל אופן איז עס א נערישע זאך געווען צו זאגען בפה, אבער מיט הרב שך האט עס נישט.

און לגבי די שארפע זאגס פון הרב שך, מיר פארדריסט עס אויך און בשעת מעשה האט מיין טאטע, א פאנאוויעזשער תלמיד, אויך נישט געגליכענט דער מערכה. אבער דאס פאסירט אייביג אין מיט׳ן א מערכה, און דער וואס קען זיך אויס אין אלטע ספרים און מעשה׳ס, דארף זיך נישט שרעקען דערפון, ווי אויך נישט לערנען א לעקציע לדורות אז אזוי איז א ריכטיגע אפשאצונג פון די בר פלוגתא. פונקט ווי די היינטיגע ׳יתלו אותו על עץ׳ מימרות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » זונטאג פעברואר 26, 2017 7:52 am

· #363872
חב"ד מצדם איז נישט אזוי להוט צו וועלן איינפירען די הנהגות ביי זייער עולם בנוגע אינטערנעט,
פארוואס זאלן אנדערע וועלן אויף זיי באלעסטיגען א הנהגה וואס זיי זעלבסט ווילן אנדערש פאר זיך.

דער כינוס וואס איז פארגעקומען איז געווען א כינוס וואס יעדער פאר זיין עדה האט דאס געוואלט נאר מען האט געדארפט א כח פון א ציבור אז יעדער ביי זיך זאל האבן די השפעה,
חב"ד האט זיך זעלבסט אויסגעשלאסן דערפון.

אישתישבי » זונטאג פעברואר 26, 2017 8:24 am

· #363874
לאזט ענק נישט נער'ן פין ליטוואקס אַססעססמענט אויף ליובאוויטש.

די ליטוואקעס האלטען אז דער חרם פין דער גר"א קעגען חסידים גייט אהן ביז'ן היינטיגען טאג, און געבליבן איז עס אויף ליובאוויטש, ווייל נאר זיי זענען חסידים וואס גייען בדרכי אבותיהם, משא"כ די אנדערע חסידות'ן זענען נישט באמת ממשיכים פין דער דרך וואס דער בעש"ט און דער מגיד פין מעזריטש האבן מגלה געווען.

דער גאנצע רעטאריק כאילו ליבאוויטש איז שולדיג ווייל זיי שיקען שלוחים אריין צו זיי און פראבירן צו כאפן מענטשען און ווילען אז יעדער זאל גלייבן ווי זיי גלייבן וכו', קומט אבער נישט צו, צו דער עיקר נקודה, און וואס איז אזוי שלעכט מיט ליבאוויטש, און דער תירוץ האמיתי איז, אז זיי זענען ממשיכים פין דער דרך וואס דער גר"א האט געלייגט אין חרם.

טראכט אריין אליינס, אפילו אויב וואס זיי זאגן אז דער רבי איז משיח (דאס אז ער לעבט נאך, איז נישט יעדער דארט) לאמיר זאגן זיי מאכן א טעות, מאכט עס זיי פאר אפיקורסים? ליטוואקעס היינט וואס זענען מדקדק במצוות טרינקען נישט וויין פין איטאליע ווייל דער משגיח דארט איז א ליבאוויטשער. וכן בשאר הכשרים, מאכען זיי אזעלכע שטיק. שעים אן דעם.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג פעברואר 26, 2017 8:42 am

· #363877
Re: בסערת אש - הרב רפאל וולף אויף הרב שך
ווען דער עיקר וואלט געווען דער חרם, פארוואס האט מען געווארט ביז חב"ד האבען אנגעהויבען אריינצוקריכען ביי די אלגעמיינע וועלט? דער חרם איז מחייב אפילו איידער דער שלימות הארץ קאמפיין?

למעשה, וועסטו טרעפען אזעלכע מימרות וועגען דער חרם, אבער מעולם איז עס נישט געווארען נחלת הכלל. הרב שך האט עס נישט נאר נישט דערמאנט, נאר דאס קלאר שולל געווען. דער יתד האט עס נישט געדרוקט, און קיין שום פארטרעטער פון דער ליטווישער וועלט האט עס נישט דערמאנט. נאר די וואס נישטערען אין אלטע נושאים און מימרות ווייסען פון דעם.

דער אמת איז, ווען ס׳איז צוליעב דעם חרם איז עס לייכטער צו פארשטייען. מ׳האט דען א טענה אז מ׳פיהרט זיך ווייטער עפ"י דעת גדולי ישראל פון פריערדיגע דורות? ט׳ווי איז עס א טענה ווען מ׳רעדט פון דער ווילנא גאון? נאר למעשה איז עס נישט אמת. דער חרם איז נישט דער נושא.

און טאמער דו פארשטייסט נישט דער טע׳אלאגישע פראבלעם פון א משיח שקר, מוזטו האבען דיין קאפ ערגעץ פארשטעקט. די פראבלעמען פון משיח שקר זענען געשילדערט אין אלע היסטאריא באשרייבונגען, און מסתבר איז אז נאר צוליעב דעם אז רוב כלל ישראל האט געשפעט אין די משיח מעשה׳ס פון חב"ד, האבען זיי נישט געליטען ווי אנדערע משיח באוועגונגען אין היסטאריא.

די הכשרים ביזנעס איז פארקערט ביי מיר. ווען איינער זיצט אין ברוקלין, רימט ער זיך אויס אלס א סאטמארער און מאכט חוזק פון ליובאוויטש און ליינט דער איד ווי זיי מאכען צושפאט דער ׳גייסטישע פיהרער׳ פון ליובאוויטש. פלוצלונג ביים רייזע פאר ביזנעס (צו ערגער) מעגסטו זיך פארלאזען אויף דער חב"ד הויז? דאס איז היפאקריטיוויצע און א ווייז אויף די אנדערע ׳שיטות הקדושות׳. מ׳האט דיר נישט געמאלדען געלט פון א מדינה הטמאה, קענסטו שרייען פוי. דאס איז די גאנצע.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » זונטאג פעברואר 26, 2017 3:18 pm

· #363918
וועגן די משיחיזעם באוועגונג אין חבד
איז ערשינען נאך בחייו פון רמ"מ א מכתב פון מונדשיין ע"ה קעגן די וואס גלייבן אינעם משיחיזעם,היינט איז שוין די מערהייט אין חבד איבערצייגט אז מונדשיין האט געהאט רעכט.

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 26, 2017 5:31 pm

· #363941
איש את רעהו: אבער דער ליובאוויטשער רבי רמ"מ נ"ע האט מיט קיין איין ווארט אדער סטעיטמענט נישט דיסקורידזש'ד די וועלכע האבן געשריגן יחי מלך המשיח אויף איהם. דו ווילסט מיר זאגן אז ער איז געווען אזא תמים. און ער האט נישט געוואוסט אז זיי מיינען איהם פערזענליך ווען זיי שרייען יחי מלך המשיח.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג פעברואר 26, 2017 6:31 pm

· #363945
Re: בסערת אש - הרב רפאל וולף אויף הרב שך
דער שבת נאכמיטאג האב איך געקוקט אין דער ספר ׳בדרכי החסידים׳ פון הרב יואל קאהן. וואס זאל איך ענק זאגען? איינער אין שטיבעל, דוכט זיך איחוד פעלד, האט געהאט אן אונטערשריפט ׳נערישקייטען איז נערישקייטען, אבער דער שטודריען פון נערישקייטען איז שוין חכמה׳. די ספר איז שטודירט נערישקייטען. אן אריכות פארוואס פוילישע חסידים גיבען שלום מיט א האנט און חב"ד נישט. ממש צוואנציג פעידזשעס געשימרט מיט אזעלכע פוסטע נערישקייטען. א סוגיא פון ביטול צום רבי׳ן, נקי מחשש תורה צו חכמה. סתם אויפגעבויעט א בנין פון בויך קרעמפען. פארשטייט זיך מיט א שפאט אין סיי ווער וואס האט עס נישט מקבל געווען בשלימותו.
און דאס איז אלס אן קיין שום מקור פון פריערדיגע רבי׳ס. דער בעל התניא שרייבט עס נישט און דער צמח צדק נישט. ביז צום היינטיגע רבי׳ן איז עס, דוכט זיך, נישט געווען קיין סוגיא. און דא האט זיך געשפראצט פלוצלונג א גאנצע בנין. מי ילד לי את אלה ואני שכולה וגלמודה, א סוגיא פון ביטול געבויט אויף מימרא׳לעך פון ר׳ אייזיק הומלער.
איך האב זיך פארנייגעריגט גענוג אין ספרי חב"ד, אבער דאס איז געווען עפעס אויסנאמליך. ס׳זעט מיר אויס אז זיי האבען איינגעזען די ירידת הדורות, און אנשטאט׳ס איינשלינגען, האבען זיי געמוזט מאכען א סוגיא פון אט די ירידה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אישתישבי » זונטאג פעברואר 26, 2017 8:14 pm

· #363962
ליטוואק
אפאר נקודות, כ'האף וועסט שוין קענען צושטעלען כלפי מה הדברים אמורים.

כ'בין נישט קיין ליבאוויטשער חסיד, אבער ביסט נישט גערעכט בנוגע דער טיים ליין, לויט ווי איך דענק איז דער מחלוקת פין הרב ש"ך קעגען ליבאוויטש געוועהן ביי די בחירות, און נישט געהאט מיט אנדערע ענינים.

פארשטייט זיך, כאן מצא מקום לגבות את חובו, ווייל מען האט אים משלח געוועהן פין זיין א ראש ישיבה אין ליבאוויטש, כידוע.

אבער די טענות זענען נאך נישט געוועהן משיחיזים וכו', ווייל עס האט דעמאלס נאך נישט עקזיסטירט אין ליבאוויטש.

די טענות זענען געוועהן אויף נישט שלאפן אין סוכה כידוע.

אבער ווי אלעס טוט עוואלווען האט עוואלירט צו די אלטע מחלוקת פין חסידים מתנגדים, און לאור זה איז דער ספר הגאון ערשינען.

און רב שך איז שולדיג אין צוריק ברענגען דער אלטער מחלוקת צו די היינטיגע דור.

ווייל פלענטי האבען שוין לאנג פארגעסען און היינט איז עס געווארן א נחלת הכלל.

און בכלל דער מושג אין גלייבען אז דער רבי איז משיח איז נישט קיין שום אפיקורסות, און די פראבלעמען פין די משיחיסטן שקר לאורך הדורות. איז געווען ווען זיי האבען עס געטוהן און מתיר געוועהן כל איסורים שבתורה על סמך זה.

אישתישבי » זונטאג פעברואר 26, 2017 8:17 pm

· #363963
כ'דערמאן זיך, אז א סאטמארער עלטערע בחור וואס האט געלערנט אין לעיקוואד ישיבה בימים בהם, איז געווארן דער גאנצע נציג פאר ליבאוויטש, ווייל מען האט אים אפיר געהאלטן אויף אלע "עוולות" פין ליבאוויטש.

דער כח פין מחלוקת איז גאר גרויס, מקרב רחוקים ומרחק קרובים. רב שך האט זיכער א ליכטיגער גן עדן במחיצתו פין דער גר"א פאר ממשיך זיין די מחלוקת בימים בהם בזמן הזה.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג פעברואר 26, 2017 9:21 pm

· #363968
Re: בסערת אש - הרב רפאל וולף אויף הרב שך
אפילו ווען הרב שך איז נישט גערעכט געווען מיט זיין מערכה, נעמט עס נישט צו פון זיין לעבען פון הארעוואניע אין לערנען און זיין אנדערע מעלות.

ווען דו וואלטסט דאס פארשטאנען, וואלטסטו נישט צוגענומען דער פשוט׳ע מענטשליכע טיטל פון הרב פון איהם. דעמאלס וואלסטו אויך פארשטאנען ווי נעריש דער בלבול פון ׳משלח געווען כידוע׳ איז. ס׳האט קיינער נאך נישט געקענט זאגען ווי וואס און ווען ס׳איז געשען און נאר איינער וואס איז געהאדעוועט אין דער גאדער פון רבישע קינדער פייטס, וואס האט אין זיין לעבען נישט געזען א מנהיג וואס טוט עפעס לש"ש, דארף ארויף שמירען אזא זינלאזע בלבול.

און אזוי איז אויך דיין המשך. הרב שך האט געהאט אן עסק מיט א חרם? קיינער האט עס נישט געהערט פון איהם, הרב אליאך דערמאנט עס נישט און זיין ׳ספר׳ איז געווידמעט קעגען אלע חסידים, נישט דוקא חב"ד. און וואס האט דער חרם מיט בחירות ווייסטו אויך נישט צו ווייזען, אבער ערגעץ האט אן עלטערע בחור זיך געשפירט אחראי פאר חב"ד אין דער ווייטער לעיקוואוד, און דאס איז דער שולד פון הרב שך! בד"וו, נאך א גרויסע דרשה פון הרב שך קעגען ליובאוויטש, איז דער גרעסטע ת"ח פון לעיקוואוד, וואס איז א פערזענליכע נאנטע תלמיד פון הרב שך, געגאנגען צו א פארברענגען אין קראון הייטס.

ווער ס׳האט נישט דער נגיעה פון איינער וואס מעסט הרב שך׳ס חשיבות נאר ארום זיין מערכה מיט חב"ד, קען פארשטייען אז די אלע זייטיגע נושאים, ווי סוכה של"ס משיח ועוד זענען נישט די עיקר נושאים. ׳א נער איז דער וואס ווען מ׳צייגט אויף די לבנה, קוקט ער אויף די פינגער׳. ער האט געהאלטען אז דער ליובאוויטשער רבי איז נישט געווען קיין בעל שיעור קומה אריינצורעדען אין נושאים וואס באלאנגען צו א ת"ח. ווען הרב שך איז נישט גערעכט, איז ער נישט גערעכט. צו אלע זייטיגע נערישקייטען האט עס נישט. פונקט ווי קיינער פון ענק, צוליעב אפשיי פון די מערכה, האט נישט אנגעהויבען נישט שלאפען אין סוכה דערפאר. אזוי אויך האט עס נישט קיין פשט מבזה צו זיין הרב שך דערפאר.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אישתישבי » זונטאג פעברואר 26, 2017 11:40 pm

· #363981
שוין שוין, כדרכך מאכסטו א טשולענט פין אלעם.

און צולייגען צו דיין פוינט אז "הרב" שך האט געהאלטן אז ליבאוויטשער רבי איז פשוט נישט גענוג גרויס צו קענען אריין רעדען אין נושאים ווי צ.ב.ש. בחירות און שלאפען אין סוכה, טאר מען נישט פארגעסען אז "הרב" שך האט געהאלטן אז דער גר"א איז נישט געוועהן אזוי גרויס ווי מען מאכט אים אויך נישט.

זעהט אויס אז עס איז געוועהן א שיטה אזוינס, אז מען איז פשוט נישט גענוג גרויס.

אבער לאמיך דיר זאגען האב ליטוואק, איך, אני הקטן, בין זייער קליין, און כ'ווייס אז "הרב" שך איז געוועהן א גדול הדור אין זיין דער גרעסטער מחרחר ריב בדורנו.

ממילא בין אני הקטן מודה צו דיין פוינט, ער איז געווען א "גדול" נאך אלעם.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג פעברואר 27, 2017 3:01 am

· #363999
Re: בסערת אש - הרב רפאל וולף אויף הרב שך
באמת, ווי פריער דערמאנט, קען מען עפענען אשכולות אויף ביידע נושאים, סיי די וואוילטעטיגקייטען פון דער ליובאוויטשער רבי׳ן און סיי די משוגעת׳ן זיינער. ווען מ׳נעמט ארויס זיין געדרוקטע שיחות קען מען זיך אנשטויסען אין מימרות און חשבונות און צושטעלס וואס מ׳קען פלאצען פון געלעכטער דערפון. און אין די זעלבע צייט קען מען שטארק נתפעל ווערען פון זיין מעשים און זיין ברייטע אחריות. דער טעיפ פון זיין דאווענען פאר׳ן עמוד עשרה בטבת איז הארץ רירענדיג און די אלע מימרות נעמען נישט צו פון דעם.

נאר אין א וועלט וואס איז צו איינפארביג און מצומצם צו קענען איינשלינגען א הו"א אז מעלות און חסרונות עגזיסטירען צוזאמען אין א מענטש, האט עס נישט קיין פשט ארויפצוברענגען אזא ענין.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אישתישבי » מאנטאג פעברואר 27, 2017 8:20 pm

· #364061
אדרבה, כ'בין מסכים צו דעם.

די הייב אהן מיט רב שך, און דערנאך וועט מען ממשיך זיין מיט דער ליבאוויטשער רבי

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 27, 2017 9:55 pm

· #364091
די שקלא וטריא פון ליטוואק מיט אישתישבי דערמאנט מיך א מעשה וועלכע איז זיך פארלאפן ערגעצוואו אין מזרח אייראפע אדער מערב גאליציע (די זעלבע זאך...?)..והנה: 2חסידים פון אנדערע רבי'ס זענען געשטאנען אין שול הויף און געשמועסט איבער די גדלות פון זייער רבי.הייבט אן דער ערשטער חסיד דעם סיפור המעשה...והך קאווע. ס'איז אמאל געווען אין א ווינטער'דיגן ערב שבת חנוכה. ס'איז געווען א גרויסע פרעסט און א שניי. די אלע פיש כאפערס/פארקויפערס זענען נישט אנגעקומען אין שטעטל אריין. עת צרה היא ליעקב. ס'נישט דא קיין פיש אויף שבת. זענען חסידים אריינגעלאפן צום העיליגן רעבי'ן אין זיין חעידער המיוחד און איהם פארציילט איבער די צרה. האטציך די רבי אויפגעהויבן און ער איז ארויסגעגאנגען צום ברעג פון טייך. און ער האט ארויסגענומען זיין פאטשיילע און געמאכט מיט די הענט . און ס'האט אנגעהויבן צו קומען פישן, גרויסע און קליינע. פון פארשידענע מינים. און דער עולם האט געהאט פיש פאר שבת בשפע גדול.

רופט זיך אן דער 2'טער חסיד....דאס איז דען א מופת...?! ביי מיין רבי'ן האטציך אמאל געטראפן אז ס'איז שוין געווען דער סוף זמן קידוש לבנה. און ס'איז געווען זייער שטארק פארוואלקנט. מ'האט נישט געזעהן קיין לבנה. ס'איז שוין נאנט צו חצות. און די לבנה באווייזט זיך נאכאלץ נישט. וואס טוט מען...?זענען די חסידים אריינגעלאפן צום רבי'ן און איהם פארציילט איבער די עת צרה. איז די רבי ארויסגעגאנגען אין הויף און ר'האט גענומען די פאטשיילע און געפאכעט דערמיט אהין און צוריק. לארבע רוחות העולם. און ס'האט אנגעהויבן צו קומען לבנות. קליינע און גרויסע. פון אלע קאלירן און סייזעס.

רופט זיך אן דער ערשטער חסיד...ס'קען נישט זיין. א לבנה איז נאר דא איינס...! האט איהם זיין חבר געזאגט. ...אויב דו וועסט נאכלאזן פון די פיש, וועל איך נאכלאזן פון די לבנה'ס... 😂

איש את רעהו » מאנטאג פעברואר 27, 2017 10:24 pm

· #364096
ליטוואק פון בודאפעסט
באמת, ווי פריער דערמאנט, קען מען עפענען אשכולות אויף ביידע נושאים, סיי די וואוילטעטיגקייטען פון דער ליובאוויטשער רבי׳ן

דהיינו ?
פירן א עדה למטה פון 10 טפחים
איינפירן נייע מושגים אלץ די העכסטע מבצעים.
נעמען די יוגנט אין זיי פארווארפען בארבע כנפות תבל
עפענען צום ערשטן מאל א חסידישע באוועגונג מיט אויפשריפטן אויפן קאפ/זאגן בעת קשירת התפלין יחי אדונינו...

איש את רעהו » מאנטאג פעברואר 27, 2017 11:06 pm

· #364098
שאולזאהן שווערט נקמה
ליינענדיג ווי ווילד שאולזאהן רעספאנדעט צו די חיבור פון הרב שך, האב איך זיך דערמאנט אז די הינט בילט האט דער צילער געצילעוועט צום נקודה שבנקודה
במשך של שנים קיויתי כי יבינו כי אין טעם למחלוקות מיותרות וההסתה נגד גדולי החסידות תפסק, היו כמה שנים שנדמה היה כי זה הולך בכיוון זה, אבל למדנו כי בקרב הציבור הליטאי נחשים ועקרבים מי אשר ממשיכים בכל הזדמנות בהוצאות ספרים וחוברות שכל מטרתן אחת להכפיש את העולם החסידי וציבורים שהרב אליעזר מנחם מן שך התנגד להם פוליטית. שתקנו והבלגנו קיוינו שבאיזשהו מקום הצד האחר יבין כי אי אפשר למשוך חבל יותר מדי כי בסוף זה יקרע, אבל הם לא לוקחים זאת בחשבון ולכן אין לי ברירה אלא לעשות את מה שקיויתי שלא אצטרך ולהעלות את הכל על הכתב ובאינטרנט על מנת שעד שמשיח יבא לפחות, יוכלו למצוא את החומר להוכיח מי היה באמת הרב שך, למנוע את היכולת מיצורים המבקשים מחלוקת לבנות עליו בעתיד בניינים על גבי בניינים דברים שלא היו ולא נבראו

מן הנסיון למדנו, כי הרוצה לשקר ירחיק עדותו, הם ממתינים שנים קם דור חדש ומוכרים לו סיפורים כאילו שזה היה כך וכך, לכן חשוב מאוד שהחומר יהיה, על מנת שתמיד יוכלו להפריך ולהוכיח כי הם משקרים וכי כל מטרתם היא אחת להלחם בחסידים ובמנהיגיהם

אגלה כאן דעתי, כי בשביל לקדם את ביאת המשיח אנו צריכים אחדות בין כל חלקי החרדים, ולכן המתנתי כל כך הרבה זמן למרות שבידי כל כך הרבה חומר, ככה לתרום שמשיח יבא מהר יותר, אבל מאחר ואני רואה כי הצד האחר לא לוקח בחשבון את הגאולה, הם מעדיפים מחלוקת על גאולה, אז אין ברירה אלא להעמידם על מקומם

בבלוג זה אני יעלה חומר בכמויות ענק על הרב שך, אשתדל מדי יום להוסיף עוד ועוד, חלק ממה שכבר הדפיסו בעבר וחלק שעדיין לא התפרסם, על מנת שהאמת תתברר ותנצח

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 28, 2017 3:46 am

· #364117
איש את רעה: איך האב געמעגט געבן א לייק...?! די לייק איז פאר חיימ'קע שאולזון. בדך כלל א נידעריגע בריאה. אבער דא זאגט ער דעם אמת. ווייל כאטש איך בין נישט קיין ליובאוויטשער. (אפשר האביך געהאט א חב"ד'סקער עלטער זיידן. ס'דאך באוואוסט רש"י'ס ווארט פון ..."עד עשרה דרי"...) אבער ס'האט מיר מורא'דיג געשטאכן די דיבורים פון הרב ש"ך אויף דעם ליובאוויטשער רבי'ן רמ"מ בפרט. און אויף חסידות, בכלל..!

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 28, 2017 4:32 am

· #364120
Re: בסערת אש - הרב רפאל וולף אויף הרב שך
וואס האט הרב שך געזאגט אויף חסידות?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אוהב ספרים » דינסטאג פעברואר 28, 2017 10:32 am

· #364141
דער עולם פרייעט זיך דא א פאר בלעטער קעגען חב"ד, יאפי דא.


דער ספר איז א בזיון פאר הרב שך, א בזיון פאר די אינטילעקט


איך האלט אז חב"ד דארף דרוקען דעם ספר און טיילען אומזיסט עס איז מבזה הרב שך וואס א פרעמדער האט נישט געקענט


מלא שטותים והבלים קליינקעפיגקייט וכו'

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 28, 2017 11:00 am

· #364148
איך האלט אויף אז דער ספר איז נישט אויסגעהאלטען. איך האב מער באשריבען דער הירשל ציג'ס זיך פרייען אויף דער בוך, נישט כאפענדיג אז דאס איז פריוואטע שמועסען און אזוי פאסירט בעת א מערכה.

אוודאי איז נישט אויסגעהאלטען צו טיילען ברבים זאכען וואס זענען געזאגט געווארען בצנעא, ובפרט אז ברבים האט ער געווענדליך געמאסטען זיין ווערטער.

נאר איינרע מיט זויער מילך אין די בריללען זעט נאר זויער מילעך. הרב שך האט גע'ענטפערט אלע 'מחרחי ריב' טענות אין זיין דרשות ברבים, נאר טאמער איינער קען עס נישט מקבל זיין, איז פארפאלען. וואס קען מען טוהן?

אוהב ספרים » דינסטאג פעברואר 28, 2017 11:37 am

· #364153
נישט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן

It puts him in a very poor and bad light


חוצמזה רואים שם דברים שאינם מדוייקים

לדוגמא הסיפור אודות הסיומים של חב"ד, שזה פשוט שקר, בחב"ד אכן מהדרים לעשות סיומים בתשעת הימים אבל בכלל לא אוכלים בשר אז, ושלא כמנהג שאר חצרות החסידים

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 28, 2017 11:48 am

· #364155
Re: בסערת אש - הרב רפאל וולף אויף הרב שך
ס׳איז אזוי שלעכט ווי דער טאלנער וויקיליקס?

ס׳איז נישט אנדעריש ווי מ׳האט סייווי געוואוסט, נאר אביסל עקסטרעמער. עכ"פ לויט וואס איך האב געזען פון דעם. איך האב די גאנצע נאך נישט געליינט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אוהב ספרים » דינסטאג פעברואר 28, 2017 1:46 pm

· #364164
ליטוואק פון בודאפעסט
ס׳איז אזוי שלעכט ווי דער טאלנער וויקיליקס?

ס׳איז נישט אנדעריש ווי מ׳האט סייווי געוואוסט, נאר אביסל עקסטרעמער. עכ"פ לויט וואס איך האב געזען פון דעם. איך האב די גאנצע נאך נישט געליינט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נישט די חלק האקסטרים.... פשוט הרבה טפשות בעבישקייט ועוד

לא לחינם אמרו חז"ל אין רואים מלך וכולי

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 28, 2017 1:58 pm

· #364166
Re: בסערת אש - הרב רפאל וולף אויף הרב שך
א חבר וואס האט עס האט מיר געזאגט אז ס׳איז אן א רמה.

איך האב געקענט זיין טאטען......

Sent from my LG-K373 using Tapatalk