☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » הונטן!!!

הונטן!!!

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11326

מישו מאוד מעניין » מאנטאג פעברואר 20, 2017 7:04 am

· #363317
הונטן!!!
א מחלה ביי רוב חרידישע אידן אז מען האט מורא פון הונטן און איך בין אויך פון דער וואס האבן מורא
אבער עס איז נישט קיין תכלי'ס מען גייט אויפן גאס מען זעהט א מאמע מיט 2 קליינע קינדער גיין שיין רויאיג ווען פלוצלינג קומט א קליינע הונט און די 2 קינדער הייבן זיך אן צו ווארפן פאר שרעק און די מאמע נאך מער:
אזוי ווי איך האב פריער דארמאנט בין איך אויך פון דער.
וואס קען מען טוהן נישט מורא האבן פון קיין הונט

פליקער » מאנטאג פעברואר 20, 2017 8:25 am

· #363319
Re: הונטן!!!
מען שעפשעט די ווערטער לכל בני ישראל לא יחרץ כלב לשונו, און אלעס איז זיך מסדר, און נאך די ערשטע מאל מען זעט בחוש אז עס העלפט, באשליסט מען ארויסצינעמען א עד אינעם דבר יום, און מען איז עס מפארצעם.

נ''ב די סגילה העלפט קעגען זיי ווער עס בילט.

בן אדם » מאנטאג פעברואר 20, 2017 8:44 am

· #363327
אויב מ'לויפט ממילא אוועק צו וואס דארף מען נאך א סגולה?

קל וחומר » מאנטאג פעברואר 20, 2017 9:37 am

· #363332
Re: הונטן!!!
איך ליעב גראדע הונטן

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 20, 2017 9:50 am

· #363334
1)האסט מורא פון א קליין קינד?, א הונט איז אזויווי א קינד, נישט קיין חילוק ווי גרויס אדער קליין זיי זענען, זיי דארפן עטענשאון פונקט ווי א קליין קינד. פראגרעם דעס אריין אין דיין קאפ. קודם.

2)ווען א געווענטליכע הונט לעקט דיר זאלסטו וויסן אז סאיז Antiseptic, דאס מיינט אז מקען נישט קראנק ווערן פון דעם, א הונט ווען ער לעקט דיר איז אזויווי דו זאלסט זיך אפוואשן מיט ‏antibacterial soap.

3)א הונט שמעקט אויב א מענטש האט מורא פון אים, און אויב זעהן זיי אז די גרויסע מענטש האט מורא פון זיי, איז עס זייער פאוני פאר זיי און זיי וועלן דוקא דערשרעקן יענעם, ווידער אויב ווייסטו זיי אז דו האסט נישט קיין מורא פון זיי ביסטו זייער בעלבאס, סנעמט צייט צו פראגרעמן דעס! אבער איינמאל מ׳ברעכט עס דורך איז עס זייער גרינג.

ציבעלע-קיגל » מאנטאג פעברואר 20, 2017 9:53 am

· #363335
מישו מאוד מעניין
א מחלה ביי רוב חרידישע אידן אז מען האט מורא פון הונטן און איך בין אויך פון דער וואס האבן מורא
אבער עס איז נישט קיין תכלי'ס מען גייט אויפן גאס מען זעהט א מאמע מיט 2 קליינע קינדער גיין שיין רויאיג ווען פלוצלינג קומט א קליינע הונט און די 2 קינדער הייבן זיך אן צו ווארפן פאר שרעק און די מאמע נאך מער:
אזוי ווי איך האב פריער דארמאנט בין איך אויך פון דער.
וואס קען מען טוהן נישט מורא האבן פון קיין הונט


נאך ערגער, איך האב שוין אסאך מאהל געזעהן ווי זיי לויפען פון א קליין קעצל. עס איז אסאך מאהל א סכנה ווען זיי לויפען אסאך מאהל אריין אין גאס.

מען דארף דאס אנהויבן פון אלץ קליין קינד, איסצולערנען אז עס איז נישט דא פון וואס מורא צו האבען. איך ב"ה האב נישט מורא פון זיי.

ציבעלע-קיגל » מאנטאג פעברואר 20, 2017 9:55 am

· #363336
פליקער
מען שעפשעט די ווערטער לכל בני ישראל לא יחרץ כלב לשונו, און אלעס איז זיך מסדר, און נאך די ערשטע מאל מען זעט בחוש אז עס העלפט, באשליסט מען ארויסצינעמען א עד אינעם דבר יום, און מען איז עס מפארצעם.

נ''ב די סגילה העלפט קעגען זיי ווער עס בילט.


די סגולה העלפט נאר אז זיי זאלען נישט בילהען, עס טוהט גארנישט אויף מורא

ציבעלע-קיגל » מאנטאג פעברואר 20, 2017 9:58 am

· #363337
יעצט געטראכט אז פון די צוויי פוסיגע הינט דארף מען אסאך מער מורא האבען... ודאי לחכימא ברמיזא...

נעגעל וואסער » מאנטאג פעברואר 20, 2017 10:53 am

· #363346
דענק'עך אמאל האב איך שפאצירט אויפן גאס אויף א רעזארט פלאץ, ווי ס'געווען אסאך יודעלעך, קומט מיר אנטקעגען א גוי, און פרעגט מיר "עקסיוז מו?! מעי איי עסק יו א קוועסטשען"?
איך האב מיך שוין געראכטן אויף דאס ארגסטע מיני שאלות. אין אמונה, אין גאט.. צו גאר וואס זענען די צוויי לאקן אויפן זייט פון מיין פנים. אבער ניין, ער פרעגט מיר - נאכן זיך אנטשולדיגן צען מאל אז ער מיינט נישט גארנישט פערזענליך - פארוואס האבן אלע אידן אזוי מורא פון הונט?? ער היינט א קליינעם כלב, און אלע פעלקער שפאצירן דורך געהעריג, אבער די אידן פחד'נן אוועק כאילו ער שפאצירט מיט א בער.

איך האב איהם מסביר געווען בקיצור, אז אונז וואוינן מיר קון קליינע קאמיוניטס, ווי מ'זעהט נישק קיין הונט, און ווען אונזער קינדער זעהן דאס מיינען זיי אז דאס א חיה ארויס פון די וואלד. וכו'. דער ערל איז געווען צופרידן פונעם תירוץ, און זיך ב"ה בארויאיגט.

געוואלדיג » מאנטאג פעברואר 20, 2017 12:22 pm

· #363355
שוין דא כמה וכמה אשכולות על ענין דא עיין <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/288680">viewtopic.php?p=288680</a><!-- l --> ותמצא נחת.

אייז קריעם » מאנטאג פעברואר 20, 2017 5:16 pm

· #363384
בנוגע דעם קעפל פונעם אשכול, סיי ווען מען רעדט פון איין הינט אדער אסאך הינט, זאגט מען הינט.
הונטן ניצט מען ווען מען שמייסט איינעם אויפן הונטן.

אז מען רעדט שוין פון הינט, פארוואס איז עס taboo פאר א היימישע משפחה צו האבן א הינטל? אדער א קעצל?

א פיש טענק איז יא און ארדענונג?

גראדע האב איך געהערט פון א יוד, א זייער באקאנטע נאמען אין סאטמער, זאגט ער מיר אז ביי זיי אינדערהיים און אונגארן פלעגן זיי האבן א הינט.

אישתישבי » מאנטאג פעברואר 20, 2017 5:55 pm

· #363387
אייז קריעם
בנוגע דעם קעפל פונעם אשכול, סיי ווען מען רעדט פון איין הינט אדער אסאך הינט, זאגט מען הינט.
הונטן ניצט מען ווען מען שמייסט איינעם אויפן הונטן.

אז מען רעדט שוין פון הינט, פארוואס איז עס taboo פאר א היימישע משפחה צו האבן א הינטל? אדער א קעצל?

א פיש טענק איז יא און ארדענונג?

גראדע האב איך געהערט פון א יוד, א זייער באקאנטע נאמען אין סאטמער, זאגט ער מיר אז ביי זיי אינדערהיים און אונגארן פלעגן זיי האבן א הינט.



ווייל האבן א הינט איז אזוי ווי האבן אינטערנעט.

נעגעל וואסער » מאנטאג פעברואר 20, 2017 6:13 pm

· #363388
די אמת'ע סיבה פארוואס אונז האבן מורא פון הונטן איז ווייל די נפש ציטערט פון דעם, ווי הייליגע מ'איז אלס מער האט מען מורא. בדוק ומנוסה...
די כלב איז פון די מקור הטומאה אליינס, ונפשו של ישראל סולדת מהם.

עפ"י הלכב איז עס דומה צו א חזיר און צו סאך ארגער! גאר דומה צו נ**ם, ווי עס שטייט "יש להיזהר שלא ילך איש בין שתי נשים, ולא בין שני כלבים או שני חזירים, וכן לא יניחו האנשים שתלך ביניהם אשה או כלב או חזיר" וכו'.
ודי באזהרה זו..

moshav zekeinim » מאנטאג פעברואר 20, 2017 7:20 pm

· #363390
הייסט עס אז א פרוי איז אויך מקור הטמאה.

איז א כף למד בית טמא'נער פון א נחש? און ע"פ געוויסע מקובלים איז דער גמל גאר דער מקור הטמאה דער נחש הקדמוני. און א חמור מקור החומרית. אן עגל פון די הויפט מצרישע עבודה זרות האט אויך נישט אזא גוטער רעפיאציע. שדים ווערן נישט אנדערש אנגערופן אין פסוק נאר שעירים, כי מראהם כשעירים.
און לאמיר נישט פארגעסן פון דעם שפין וואס טראגט מיט זיך קליפות און האט געהאלפן צום חרבן בית שני. און דער שווארצער פיפיגער עורב איז דאך אן אלטער אגענט פון שווארצער מאגיק. און וויפיל מאל האט דער פריץ געניצט דעם שווארצן קאץ אפצורעכטן זיינע מעשי כשפים.

בן אדם » מאנטאג פעברואר 20, 2017 8:19 pm

· #363395
די אבות הק' האבן זיך באנוצט מיט גמלים, בלעם'ס חמור איז געווען א (כעין) נביא, די עגל מיט שעירים זענען כשר'ע קרבנות. (די שווארצע קאץ זאל די פריץ קעיר נעמען).

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 20, 2017 8:23 pm

· #363396
איך האב אמאל געהערט אז האבן א הונט איז א שאלה ע"פ הלכה.
איי כמה זיידעס האבן יא געהאט? תיקו.

קל וחומר » מאנטאג פעברואר 20, 2017 8:25 pm

· #363397
Re: הונטן!!!
חו"מ סי' ת"ט: אסור לגדל כלב רע אא״כ הוא אפור בשלשלאות של ברזל וקשור בהם, ובעיר הסמוכה לספר מותר לגדלו, וקושרו ביום ומתירו בלילה. הגה, וי״א דהשתא שאנו שרוין בין הגוים ואומות בכל ענין שרי, ופוק חזי מאי עמא דבר

בן אדם » מאנטאג פעברואר 20, 2017 8:27 pm

· #363398
אין גמ' שטייט אז מ'טאר נישט מגדל זיין א 'כלב רע', מער פון דעם בין איך נישט באקאנט.
אופס.. קל וחומר האקט שוין. אה, בעסער.. אבער דו מוזט שוין אויסמעקן דיין תגובה ווייל אז נישט ווייס איך שוין וואס די קומענדיגע קול קורא'ס וועלן זיין.

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 20, 2017 8:42 pm

· #363400
מישו מאוד מעניין
א מחלה ביי רוב חרידישע אידן אז מען האט מורא פון הונטן און איך בין אויך פון דער וואס האבן מורא

מיר אידן אינאיינעם, מיר האבן נישט מורא פאר קיינעם...
קענסט דעם ניגון?

קל וחומר » מאנטאג פעברואר 20, 2017 10:04 pm

· #363402
Re: הונטן!!!
איך האב געגליכן הינט פון קינדווייז אהן און מיינע קינדער פירן זיך אויך אזוי. הלוואי ווערט עס א כשר'ע זאך.
ער איז זייער א געפיהלישער בעל חי, און איז זייער סאציאל.

moshav zekeinim » דינסטאג פעברואר 21, 2017 12:25 am

· #363410
זיי בודק דיין יחוס, איך האב מורה אז דו ביסט נישט מזרע ישראל...

שמעון וואלף » דינסטאג פעברואר 21, 2017 1:46 am

· #363416
פונקט לעצטענס באגעגענט די ארטיקל

www.kikar.co.il/222350.html

בן אדם » דינסטאג פעברואר 21, 2017 2:25 am

· #363421
קל וחומר

ער איז זייער א געפיהלישער בעל חי, און איז זייער סאציאל.

יא. אין דעם טאקע ענדלען זיי שטארק אין די שווארצע באפעלקערונג.

זעהסט, ס'פעלט נישט קיין קאמפלימענטן אויף די אפריקען אמעריקענ'ס, מ'דארף זיי נאר אנקוקען מיט א גוט אויג.

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 21, 2017 2:53 am

· #363425
בן אדם
קל וחומר

ער איז זייער א געפיהלישער בעל חי, און איז זייער סאציאל.

יא. אין דעם טאקע ענדלען זיי שטארק אין די שווארצע באפעלקערונג.

זעהסט, ס'פעלט נישט קיין קאמפלימענטן אויף די אפריקען אמעריקענ'ס, מ'דארף זיי נאר אנקוקען מיט א גוט אויג.

א סארקאסיטשער ראסיסט...

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:03 pm

· #363719
אייז קריעם
בנוגע דעם קעפל פונעם אשכול, סיי ווען מען רעדט פון איין הינט אדער אסאך הינט, זאגט מען הינט.
הונטן ניצט מען ווען מען שמייסט איינעם אויפן הונטן.


דאס איז א שטיקל טעות. בנוגע הינט, איז עס איין הונט מערערע הינט..
בנוגע ווי מען שמייסט, ביזטו גערעכט מען שמייסט אויפן הונטן

כפתור » דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:25 pm

· #363724
מ'זעט בחוש אז ס'האט ציטוען מיט אידישקייט. כ'האב באמערקט אפאר מאל אז ווען איינער גייט אטד, די ערשטע זאך (אפשר איינס נאכן פרובירן פאפעראני פיצא) האנדעלט ער זיך אן א הינטל. פלוצלינג פארלירט מען די מורא (אפשר איז דאס א סגולה..) אפילו ביי א מיידעל וואס אלץ פרומע האט זי געהאט א פחד פון א חיה, פלוצלינג זע איך איר שלעפן א הינטל. גאו פיגער.. דוק ותשכח

שמעקעדיג » מוצ"ש פעברואר 25, 2017 10:11 pm

· #363844
די וואך האט מען געליינט אין די פרשה, לכלב תשליכון אותו, האב איך זיך דערמאנט פון דעם אשכול, ווי רש"י זאגט אז דאס איז זייער שכר צוליב "ולכל בני ישראל לא יחרץ כלב לשונו", זעהט אויס אז אין מצרים האבן שוין די אידן מורא געהאט פון די הונט.