שבת אחיםווידער די רעכטע זענען מוראדיג עדזשיוקעטעד! מ׳זעהט טאקע בחוש אז אלע קלוגע געלערנטע מענטשען אין אמעריקא זענען די רעכטע! קוק אן די קאלעדזשעס און סייענטיסטן אין אמעריקע! אלע פון זיי זענען ????
די חילוק פון די רעכטע און די לינקע:
.The rich and corporate America versus the poor and the working families
Clean energy versus profitable oil companies
Science versus religion
The past versus the future
Ignorance versus intelligence
דו מישט צאם. איך רעד נישט דא פון די ערשטע דעמאקראטן. איך רעד פון די אלע ארימע און מינאריטעיטן וועמען די דעמאקראטן האבן מקרב געווען. ס'איז געווען אזא שטייגער אזוי ווי די תימנ'ער ווען זיי זענען ארויף קיין א"י און די ציונים האבן צוגענומען זייער קאפל און ציצית און ס"ת און מ'האט זיי אריינגעוארפן אין די חינוך ממלכתי סיסטעם און דארט זענען זיי געווארן געברעינוואשט. פונקט אזוי האבן די דעמאלסטיגע דעמאקראטן געטון צו די מינאריטעיטן פון אמעריקע און אויסלאנד ווי ס'געווען זייער גרינג זיי צו טוישן, קומענדיג פון ארימע צוריקגעבליבענע לענדער צו א לאנד וואס וואקסט גאלד . מ'האט זיי געמאכט אוועק ווארפן זייערע אלטע טראדיציעס און מ'האט זיי אריינגעשיקט און שולע ווי מ'האט דארט געמאכט א גאנצע סיסטעם וויאזוי זייערע עדוקעישען זאל זיין אויסגעשטעלט ספעציעל פאר זיי, און זייט דעמאלטס איז דאס שוין געבליבן ביי די דעמאקראטן א מנהג קדוש לדורות.
אבער די רעפאבליקאנער האבן נישט געדארפט צוקומען צודעם. זיי זענען טאקע געווען בד"כ ראסיסטיש געשטימט אבער גלערנט זענען זיי אויך געווען פון די יוגנט, און אפי' שפעטער ווען זיי האבן זיך אויך צוגעכאפט צו די דעמאקראטישע קאלעדזש סיסטעמס האבן זיי נישט געפילט אז זיי דארפן אראפ ווארפן זייערע רעליגיעס מיט וואס זיי זענען אויפגעוואקסן.