☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » ווער רעפרעזענטירט אונז???

ווער רעפרעזענטירט אונז???

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11315

אייז קריעם » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 2:58 pm

· #362987
ווער רעפרעזענטירט אונז???
<a class="postlink" href="http://matzav.com/photo-moments-ago-trump-takes-question-from-turx-says-it-is-insulting-and-he-lied-about-what-he-was-going-to-ask/">http://matzav.com/photo-moments-ago-tru ... ng-to-ask/</a>

וויפיל מאל מען זאגט עס איז עס נאך אלס נישט געניג. ווען א יוד טיט עפעס, רעפרעזענטירט ער גאנץ יודנטום.

איראניש איז אז ער האט זיך געזארגט פאר אנטי סעמיטיזם און דא האט ער געמאכט א בהמה פון זעך.

דאס קומט פון חסרון און פראפעשינעל עדוקעיסן און עקספיריעס און די נימוסים פון דזורנאליזם.

יעקב מענטש » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 3:13 pm

· #362988
די עמי שארפט זיך שוין די ציין די לעצטע פאר וואכן, זיי קלאפן זיך אויף די פלייצע פארן זיין די 'ערשטע' צו האבן א באבערדעלטער רעפארטער אינעם ווייסן הויז. וואט עי מעס

כלבאשבוע » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 3:22 pm

· #362989
טורקס האט אים נישט גערופן אנטיסעמיט, ער האט סה״כ געפרעגט וואס די גאווערמענט טוט צו אדרעסירן די אויפשטייג אין אנטיסעמיטזם

נאר טראמפ האט זיך באליידיגט און אים געהייסן ווי א טאטעלע זיך אראפזעצן

סווערט שוין ברייט באריכטעט:
<a class="postlink" href="http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4923720,00.html">http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4923720,00.html</a>

בן אדם » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 3:22 pm

· #362990
טראמפ האט זיך אויפגערעגט
#אויפ'ן_גנב'ס_קאפ ברענט_דאס_היטל

כלבאשבוע » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 3:29 pm

· #362991
אגב, האט א איזארעאלי רעפארטער געפרעגט ענליכס נעכטן און דעמאלט האט ביבי ארויסגעברענגט אז טראמפ און ער זענען שוין לאנג שטארקע ידידים און די גאנצע משפחה איז אידישלעך בפרט קושנער וזוגתו

דער טורקס איז א שטיקל טראמפ חסיד, יעצט האט ער פארזוכט אביסל פונעם ריכטיגן מעדיצין

תורה ומדע » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 3:30 pm

· #362992
די חרידישער געמיינדע מוז ארויסקומען קעגען דער עמי און דעם רעפארטער אויפען שארפסטען אופן איבער דעם חילול השם. נאכמער, אזא מיסט אפפארטוניטי, ער וואלט דאך געקענט אויסניצען די געלעגנהייט צו פרעגען וועגען ריכטיגע זאכען העומדים על הפרק ביים היימישען ציבור ווי למשל קרימינאל דשאסטיס און רובאשקין, טעקס דידאקשינס פאר טואישין פעעינג עלטערען, עניני ארץ ישראל וכדו' , ממש א שאד.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 4:22 pm

· #362997
Re: ווער רעפרעזענטירט אונז???
לדעתי, האט טורקס געמאכט אן ארנטליכע מיסטעיק. יעדער זאך וואס ער וואלט געפרעגט וואלט דער פרעזידענט זיך געקענט זיך באליידיגען דערפאר. ס׳מיינט גארנישט.

נאר לדעתי איז עס א גוטע זאך פאר טורקס. זאל ער וויסען אז ער באלאנגט נישט דארט, ער איז צווישען שבעים זאבים, און ער גייט קיינמאל נישט ווערען פאניא בראט מיט דער פרעזידענט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נאכ'ן זיך אביסל ארומגוגל'ן האב איך געזען אז דער מידיא קוקט נישט אן טורקס אלס דער פאררוקטע, נאר אז טראמפ זוכט זיך אויסצודרייען פון א לייכטע קשיא. קוקט'ס דא

חכם-לב » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 6:51 pm

· #363025
Re: ווער רעפרעזענטירט אונז???
טורקס האט קלארגעשטעלט אז ער איז נישט חלילה חושד דאנאלד אדער איינער אין זיין אדמיניסטרציע אין אנטי-סעמיטישקייט נאר וואס ער זאגט צו דעם אויפשטייג אין אנטי-סעמיטישע אינסידענטן.

ער איז געווען א דשורנאליסט, טראמפ איז געווען טראמפ.

קאצקע ציקער » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 7:03 pm

· #363026
עטס זאלטס מיר זייער מוחל זיין. איך זעה נישט וואס ער האט אזוי שלעכט געזאגט
📎 IMG-20170216-WA0059.jpg

mevakesh » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 7:20 pm

· #363028
Re: ווער רעפרעזענטירט אונז???
דער Washington examinar וואס איז היבש פרא טראמפ אין אלגעמיין זאגט אז דער טורקס האט קלאר נישט באשולדיגט דעם פרעזידענט און עס וואלט געווען א גוטע זאך אז דער פרעזידענט זאל צולייגן בעסער קאפ צו די שאלות
http://www.washingtonexaminer.com/jewish-reporter-trump-clash/article/2615067

החוקר » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 7:35 pm

· #363029
Re: ווער רעפרעזענטירט אונז???
לדעתי האט ער נישט שלעכט געפרעגט, אבער, די שאלה איז געווען א טראפקעלע צו לאנג, ער האט געמאכט א הקדמה, נאכדעם א חנופה אז ער איז א "zeidy", און נאכדעם די פאקטישע שאלה.
היות טראמפ איז בכלל אן אומגעדולדיגער, ער האט נישט קיין נערוון זיך צו קאנצענטרירן, און צודעם האט ער מתחילה אפגעמאכט אז טורקס גייט אים אריינפארן, ער האט דאך בעפארצוגט זיין שאלה מיט א סארקאסטישע look how friendly he is, דערנאך ווי נאר ער האט דערהערט די ווארט אנטיסעמיטיזם, האט ער אפגעמאכט אז דא ווארפט מען א באשולדיגונגס פינגער, איז אריין אין כעס און ניטאמאל געלאזט אויסרעדן, בקיצור געווען טראמפ.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 7:41 pm

· #363031
Re: ווער רעפרעזענטירט אונז???
איך קוק עס אן נאך מער. טורקס וויל זיך געפעלען פאר טראמפ און זיך באנוצען מיט דעם וואס ער זעט אויס היבש אנדעריש ווי די אנדערע דזשורנאליסטען.
ער אט געוואלט טאנצען מה יפית און מאכען א גוטען איינדרוק אויף דער פרעזידענט.
האט ער אחהם געגעבען א געלעגענהייט צו שיקען א מעסעדזש צום אידישע וועלט, כאילו דער פרעזידענט שעצט שטארק זיין שטיצע אין וומסב"ג און לעיקוואוד, און ער וויל זיי געבען געווער קעגען די פאר ליבעראלער וואס פרעגען אזעלכע קשיא׳ס.
יעצט האט ער געלערנט אז טראמפ ווייקט זיך נישט אין זיין מקוה, און ער מעלאניע ליינט נישט דער וויסק מאגאזין צו טרעפען רעצעפטען אויף וועטשערע פאר בארראן, און ער זוכט נישט זיך צו פארטיידיגען פאר די יונגעלייט אין סקווער. דער מעיאר פון סקווער קען זאגען וואס ער וויל, אבער טראמפ ווייסט נישט פון איהם צו זאגען און נישט פון סקווער און נישט פון לעיקוואוד און נישט בלומינגבערג (וואודרידזש אפשר יא).

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

כלבאשבוע » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 7:53 pm

· #363032
אין א אינטערוויו אויף ynet טענהט טורקס אז ער איז בידידות מיט טראמפ און האט ערשט נעכטן געהאט מיט אים א פריינטליכן שמועס נאך ביביס וויזיט

ער דרוקט אויס אנטוישונג אז טראמפ האט אויסגעדרייט דעם דאשיק און האלט אז טראמפ האט אים פשוט שלעכט פארשטאנען

עפ״י האמת איז איינס פון צוויי זאכן, אדער האט טראמפ טאקע שלעכט פארשטאנען ווייל זיין מח קען נישט פארנעמען א פשוטע שאלה ווען ער איז דעפענסיוו, אדער האט ער גאנץ גוט געהערט נאר ער האלט נישט ביים ארויסקומען שארף קעגן זיין אייגענע באזע, וואס רעכנט אריין אנטעסימיטן, ווייל זיי האבן אים דעליווערט דאס געווינס

אזוי צו אזוי, איז די מצב נישט גוט און סכאפט א פחד אז דער זקן כסיל שטייט ביים באלעמער

החוקר » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 7:55 pm

· #363033
Re: ווער רעפרעזענטירט אונז???
אדער ווייסט דאס וויפיל טראמפ'ס 'ידידות' איז ווערט, אדער איז ער נישט בידידות מיט טראמפ אזוי ווי ער האט זיך געוואלט נארן.

כלבאשבוע » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 7:59 pm

· #363034
החוקר
אדער ווייסט דאס וויפיל טראמפ'ס 'ידידות' איז ווערט, אדער איז ער נישט בידידות מיט טראמפ אזוי ווי ער האט זיך געוואלט נארן.


ביידע אמת

החוקר » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 8:10 pm

· #363036
החוקר
אדער ווייזט דאס וויפיל טראמפ'ס 'ידידות' איז ווערט, אדער איז ער נישט בידידות מיט טראמפ אזוי ווי ער האט זיך געוואלט נארן.

החוקר » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 8:11 pm

· #363037
.

ירח בן יומו » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 8:17 pm

· #363038
דא קען מען זעהן וואו נאנט ער איז מיט'ן פרעזידנעט. א מיין אוועק.

החוקר » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 8:20 pm

· #363039
Re: ווער רעפרעזענטירט אונז???
אדער ווי דער ברענגסט עס ארויס.
<a class="postlink" href="https://mobile.twitter.com/Mottel/status/831979453815410689">https://mobile.twitter.com/Mottel/statu ... 3815410689</a>

החוקר » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 8:33 pm

· #363040
Re: ווער רעפרעזענטירט אונז???
איינער קען מיר ארויס העלפן, איך בין שטייט כ'פארשטיי נישט. וואס איז "since 1953" עמי, טוויטער, אדער גאר זיין מערכה קעגן פאלשע נייעס.
📎 aviary-image-1487294961448.jpeg

כלבאשבוע » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 8:37 pm

· #363041
יא, א וויץ וועגן פעיק ניוז לכאורה

החוקר » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 8:56 pm

· #363043
Re: ווער רעפרעזענטירט אונז???
קען זיין דאס האט אויפגערעגט טראמפ.
א מינוט א האלב אריין הייבט ער אן...

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 9:12 pm

· #363045
וואס איך וואלט געזאגט ווען איך בין ביי די פרעס קאנפערענס... מר. פרעזידענט. מאך דיך נישט צו טון פון וואס א נארישער איד'ל, וועלכער גלייבט די אלע פעיק ניוס פון די לינקע זאגט. איך וויל פאראפראזירן א ווארט פון תלמוד.. וועלכע לויטעט אז אויב ס'איז נישט דא קיין שכל איז נישט דא קיין אונטערשייד... איך מיין נישט פערזענליך דעם (אידישן) רעפארטער, וועלכער האט געפרעגט אזא אומ-רעלעוואנטע און אומ-סענסיטיווע פראגע. אבער ווען איינער קען נישט אונטערשיידן צווישן עכטע און פעיק נייעס, וועלכע איז געטריבן דורך די לינקע אגענדא, זאללן בעסער נישט רעדן אין נאמען פון די אידישע קאמיוניטי...!

מ'קען זעהן ווי ווייט פרעזידענט טראמפ איז געווארן באליידיגט פון אזא אבסורדאלע פראגע...!

נ.ב.: דער ליט(פ)אק פון בודאפעסט וועט אוודאי זאגן אז דער בעל עגלה איז אן אמארעץ, ווייל די געמארע (אין מס' סוכה) מיינט עפעס אנדעריש. ווען איהם ענטפערן אז ער האט נישט מדייק געווען..איך האב געשריב Pאראפראזירן"...יעצט וועט ער זאגן אז דאס ווארט פארא-פראזירן מיינט עפעס אנדעריש...וחוזר חלילה...וא"כ אין לדבר סוף...(איך מוז שוין ארויסגיין פון ביהכ"ס. דער עולם שטייט אין די ליין. מ'קלאפט שוין צו פיהל אויף די טיר... 😂 🙄 😈

ביבער » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 9:39 pm

· #363049
טראמפ האט ביהעיווט ווי א טיפיקל עיגאו מעניאק, אלעס דרייט זיך אלס ארום אים און נאר אים, ווען איינער פרעגט אים עפעס וואס איז נוגע דעם פאלק און זאגט אים קלאר אז ער מיינט נישט אים און ניטאמאל זיין קאבינעט הערט ער ווייטער נאר זיך. וועגן דעם איז ער גלייך געלאפן אויפן דעפענס כאילו איינער זאל אים האבן באשולדיגט אין אנטיסעמיטיזם און באוואשט אן אומשולדיגן רעפארטער, אינאיינוועגס פליקט ער אויך שוין אריין די מידיע וואס דאס איז געווען זיין גאנצער ציל מיט יעצטיגן פרעסס קאנפערענס. טורקס אין זיין טוויט וואלט נישט געדארפט זיין אפאלאגעטיק, נאר זאגן קלאר, יא אמעריקע, קוקט וואס ענק האבן ערוועלט, א מענטעלי צודרייטער עיגאו מעניאק, זאל אמעריקע זיך אויפוועקן פאר ס'איז צו שפעט.

ליפא » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 9:44 pm

· #363050
ס'איז שפעט... טראמפ איז דיין פרעזידענט!

ביבער » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 9:50 pm

· #363051
ליפא
ס'איז שפעט... טראמפ איז דיין פרעזידענט!

אוודאי אזוי. די שאלה איז נישט יעצט ווער איז פרעזידענט, די קינדער געים איז אווער, יעצט איז ריעל ביזנעס. די פרייהייט פון יעדן בירגער איז אויפן וואגשאל און נאר אונז דער המון זענען די וואס קען עס ראטעווען.

שבת אחים » פרייטאג פעברואר 17, 2017 2:15 am

· #363068
ליפא
ס'איז שפעט... טראמפ איז דיין פרעזידענט!


פאר ווי לאנג נאך מיינסטו גייט ער זיין פרעזידענט?.

מ׳קען נישט וויסן מיט די אמעריקאנער! זיי קענען נאך מאכן אמעריקא זאל זיין טראמפס קעניגרייך.

נעגעל וואסער » פרייטאג פעברואר 17, 2017 10:09 am

· #363082
Re: ווער רעפרעזענטירט אונז???
רוב מידיע נעמט זיך אהן פאר הרב טורקס, און פארשטייען נישט פונקטליך פארוואס טראמפ האט זיך אויפגערעגט אזוי..

כ'האב יעצט צוגעהערט אן איטערוויו מיט טורקס אויף אן ענגלישע ראדיא lbc. Co. UK, ווי טורקס האט זיך שטארק אנגענומען פאר טראמפ, און ארויסגעברענגט ווי שטארק ער האט אייביג געהאלפן אידן בעבר, אין פארשידענע קאמיוניטיס אהן צו זיכן פובליסיטי, און די סיבה פארוואס ער האט זיך אזוי שטארק אויפגערעגט איז טאקע ווייל ער איז אזוי אוהב ישראל, און די מידיע אטאקירט איהם די לעצטע 2 יאהר פארן זיין אנטי סעמיטיק, דערפאר איז ער אזוי סענסעטיוו צו די נושא אין גלייך גענימען די אפענסיוו..

ער האט אזוי שיין משבח געווען טראמפ, אז די פרוי האט געדארפט זיכער מאכן אז ער איז נישט סענסארד, פון די טראמפ אדמיניסטרציה, ער האט זי קלאר געמאכט אז ער איז אליין אין צימער, און זאגט נאר וואס ער האלט איז אמת. די פרוי זאגט אז זי האט עכט רחמנות געהאט אויף איהם בשעת מען האט איהם אראפגעזצט מיט בושות, אבער ער האט עס אוועק געמאכט בשתי ידיים, און ער פארשטייט זייער גוט טראמפ'ס ביהעיוויער.

ס'מיר געווען זייער אינטערסאנט צו הערן זיין אינטערוויו.. מזעהט קלאר ער האט געלערנט אין ישיבה.. ער האט מסביר געווען זיינע ווערטער מיט משלים און אינטערסאנטע מיני וועגען..

ווער ס'קען שאפן א פאדקאסט איז מכובד.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 17, 2017 10:57 am

· #363088
מ'האט מיר געמאלדן אז יעצט אויף NPR רעדן פראנקפורטער און טורקס.
איך קען נישט הערן, אבער דער וואס קען יא, גיבט אונז א באריכט.