☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » א בריק ערגעצוואו - איבער'ן פיגור פון ראבערט מאזעס (וועקער 7)

א בריק ערגעצוואו - איבער'ן פיגור פון ראבערט מאזעס (וועקער 7)

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11312

קינד_אן_קייט » מיטוואך פעברואר 1, 2017 7:46 pm

· #361638
א בריק ערגעצוואו - איבער'ן פיגור פון ראבערט מאזעס (וועקער 7)
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/358096">viewtopic.php?f=4&t=11177&p=358096#p358096</a><!-- l -->

מיין ארטיקל אויף ראבערט מאזעס ערשיינט אינעם הערליכן ״וועקער״ אונטער׳ן פסעוודאנים ״בן שיח״, כ׳האף אז דער עולם וועט דערפון הנאה האבן.

ונבנתה העיר » מיטוואך פעברואר 1, 2017 7:47 pm

· #361639
כ'האב ערשט פרובירט צו דערשנאפען ווער איז דער בן שיח.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך פעברואר 1, 2017 8:22 pm

· #361654
Re: "וועקער" שבט-אדר: קול דודי הנה זה בא!
קינד_אן_קייט
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=11177&p=358096#p358096

מיין ארטיקל אויף ראבערט מאזעס ערשיינט אינעם הערליכן ״וועקער״ אונטער׳ן פסעוודאנים ״בן שיח״, כ׳האף אז דער עולם וועט דערפון הנאה האבן.

איך האב עס נעכטען געליינט. ממש אין מילים! פון ווי האסטו געהערט פון איהם? וואס האט דיר מעורר געווען איהם צו באשרייבען?
און בעיקר, וואס איז טאקע געווען זיין פאליטישע כח?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קינד_אן_קייט » מיטוואך פעברואר 1, 2017 8:42 pm

· #361664
ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב עס נעכטען געליינט. ממש אין מילים! פון ווי האסטו געהערט פון איהם? וואס האט דיר מעורר געווען איהם צו באשרייבען?
און בעיקר, וואס איז טאקע געווען זיין פאליטישע כח?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


בערך א יאר צוריק האב כ׳מיר אנגעשטויסן אינעם גאטעמיסט אינטערוויו וואס כ׳דערמאן אינעם ארטיקל און דערנאך געטראפען מערערע רעקאמאנדאציעס אז דאס איז דער בוך וואס מען מוז לייענען, כ׳האב עס געקויפט און טאקע נישט חרטה געהאט. דער ארטיקל איז בעצם א שטיקל פארש ארבעט געבויעט אויפ׳ן בוך און אויף אנדערע מקורות.

צו דיין שאלה וויאזוי ער האט ערהאלטן אזויפיל מאכט, ער האט אויף א גאונות׳דיגער אופן געשאפן דעם נייעם אויטאריטעט פון ״סטעיט פארק קאמישאן״ (ס׳האט קיינמאל נישט עקזיסטירט בעפאר) און דאס אויפגעבויעט אלץ אן אויטאנאמיע מיט איר אייגענע געזעצן און פרעצעדענטלאזע מאכט.

דאס איז פארשטייט זיך ממש בלויז אויפ׳ן שפיץ גאפל, די מערערע פרטים איז א אריכות הדברים וואס מען מוז לייענען דעם בוך דאס באמת צו פארשטיין. אפשר, און אויב ס׳וועט טאקע זיין א שטיקל אינטערעסע, וועל איך בלי״נ מרחיב זיין דערויף אין א קומענדיגער ארטיקל.

שמערל » מיטוואך פעברואר 1, 2017 10:36 pm

· #361702
א יישר כח בן שיח פאר דעם אינטרעסאנטן ארטיקל.

דער ארטיקל האט בכלל נישט ארויסגעברענגט וואס זענען געווען די חסרונות פון מאזעס, וואס אויבנאויף קוקן זיינע מאסיווע בריקן און הייוועיס אויס ווי געוואלדיגע אויפטוהן, איך פארשטיי אז דאס פארלאנגט א באזינדערע ארטיקל.

נישט לאנג צוריק האט גוגל באערט זשעין זשעיקאבס מיט א גוגל דודל לעילוי נשמתה, ווי איך האב דעמאלטס געליינט איז איר בוך געווען פאראנטווארטליך אויף די אויפוואכונג אנטקעגן מאזעס, זי האט באוויזן אפצושטעלן זיי גראנדיעזן פלאן פון בויען א מאנהעטן עקספרעסוועי וואס זאל אדוירכשניידן די ברייט פון מאנהעטן, און האט אויפגעוועקט די אמעריקאנע פאלק זיך אנטקעגן צושטעלן די ארבעניזעישן פלענינג וואס ביז דעמאלטס געווען אנגענומען.

קינד_אן_קייט » מיטוואך פעברואר 1, 2017 11:06 pm

· #361711
אדאנק @שמערל.

לגבי מאזעס׳ס חסרונות, כ׳דערמאן גראדע יא אז ער האט עוקר געווען הונדערטער טויזענטער מענטשן פון זייערע היימען און מחריב געווען גאנצע געגענטער, אבער ווי דו זאגסט, עס פארלאנגט זיך א באזונדערער און פיל לענגערער ארטיקל כדי דורכצוקעמען מאזעס׳ס פילע קאנטראווארסיאלע אקטיוויטעטן.

לגבי דזשעין דזשעקאבס, זי איז טאקע געווען פון די איינציגסטע צו באזיגן א מאזעס פראיעקט (אויך נאר סוף ימיו), אבער זי איז געווען מער א קאמיוניטי אקטיוויסט און סיי איר קאמפיין קעגן מאזעס און סיי איר בוך האבן זיך פארנומען בעיקר בנוגע פראעיקטן וואס אפעקטירן שטאטישע געזעלשאפט און נישט מאזעס דעם פערזאן, זי האט אליינס נישט געוואוסט פון מאזעס׳ס קארופציע און אומגעהויערע מאכט ביז זי האט שפעטער געלייענט דערוועגן אין קעראו׳ס בוך.

שמערל » מיטוואך פעברואר 1, 2017 11:08 pm

· #361712
דער מאזעס איז געווען א כמו ליפא פריעדמאן אין סאטמאר.

דאס אז ער האט אויסגעריסען גאנצעטע געגנטער קען נישט באטראכט ווערן ווי א חסרון אויב האלט מען אז ער האט עס געטוהן פאר די גרעיטער גוד, די חסרון פון מאזעס לויט זיינע געגנער איז ער האט בכלל נישט אויפגעטוהן. למשל די בי קיו אי שפארט נישט לשיטתם קיין טרעפיק וכדומה.

קינד_אן_קייט » מיטוואך פעברואר 1, 2017 11:24 pm

· #361718
שמערל
די חסרון פון מאזעס לויט זיינע געגנער איז ער האט בכלל נישט אויפגעטוהן. למשל די בי קיו אי שפארט נישט לשיטתם קיין טרעפיק וכדומה.


זיינע חסרונות זענען געווען פילפאכיג, ער האט למשל נישט געגלייבט אין פובליק טראנספארטאציע און דירעקט אויסגעשטעלט ניו יארק אויף אזא אופן אז פובליק טראנספארטאציע זאל נישט טויגן, דאס איז איינס פון די גרעסטע סיבות פארוואס מיר ליידן היינט פון אומגעהויערע טראפיק קאשמארן איבער כמעט גאנץ ניו יארק.

ער איז אויך געווען א פרעכער ראסיסט און אויף א געמיינעם אופן, ער האט אונטערגעשטעלט פיסלעך קעגן מינאריטעטן און מונע געווען זיי זאלן הנאה האבן פון שטאטישע פראיעקטן.

ועוד, ועוד.

קורקלענד » דאנערשטאג פעברואר 2, 2017 1:28 am

· #361728
כ'מיין ס'וואלט געווען כדאי צו מאכן א באזונדערע אשכול צו דיסקוסירן די ארטיקל פון מאזעס.

אזא שיין ארבייט ס'מיר שווער זיך צו לייגן שלאפן פאר איך לייען עס אדורך.

כוכב » זונטאג פעברואר 5, 2017 12:34 pm

· #361938
דער ארטיקל איבער מאזעס איז אטעם פארכאפנד און ליינט זיך העכסט שפאנענד. דערצו איז עס רייך מיט אינפארמאציע און היסטארישע קרישקעלעך. די שפראך און דראמא איז אויף דער ניווא פון שמעון ראלניצקי.
קאדוס פאר קא"ק.

שמעקעדיג » זונטאג פעברואר 12, 2017 9:26 am

· #362550
[ציטאט אראפגענומען]

ער שרייבט דאך יא עטליכע מאל איבער זיין תאוות השררה, געווען א קאנטראל פריעק און אויסגעפירט פראיעקטן וואס מען ליידט נאך דערפון ביז היינט נאר כדי צו ווייזן אז ער האט דאס לעצטע ווארט, וכו'.

גר ותושב » זונטאג פעברואר 12, 2017 12:37 pm

· #362565
גערעכט דאס איז געווען די מאטיוו, אבער ווי אזוי האט ער עס אויסגעפירט זאגט ער נישט.

קינד_אן_קייט » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 1:33 pm

· #362980
קורקלענד
כ'מיין ס'וואלט געווען כדאי צו מאכן א באזונדערע אשכול צו דיסקוסירן די ארטיקל פון מאזעס.

אזא שיין ארבייט ס'מיר שווער זיך צו לייגן שלאפן פאר איך לייען עס אדורך.

ייש״כ @אסף המזכיר פאר׳ן אפטיילן אין א באזונדערן אשכול.

דער עולם קאמענטירט אז מ׳וויל וויסן מער וויאזוי מאזעס איז געווארן אזוי מאכטפול און אז דער ארטיקל באהאנדלט נישט גענוג די שאדענס וואס ער האט אפגעטאן, דאס פארלאנגט באמת א לענגערע אפהאנדלונג ווי שוין ערווענט אינעם ארטיקל גופא, אפשר אין קומענדיגע אויסגאבעס אויב צייט וועט ערמעגליכן בלי״נ.

קורקלענד » פרייטאג פעברואר 17, 2017 4:23 pm

· #363117
שטארק הנאה געהאַט פונעם ארטיקל. גאר קונצליך געשריבן. ס'איז זייער שווער צו באשרייבן אזא גראבן ביכל אין אן ארטיקל פון אפאר בלעטער. מיט דעם אלעם האט @קינד אן קייט באוויזן עס צו שרייבן און קורץ אזוי אז פון יעדע ווארט זאל זיך ליינען א גאנצע זאץ.

ישר כח ס'געווען א ספעציעלע הנאה. איך האב פארן ליינען דעם ארטיקל נישט געוואוסט פון דעם פארשוין אחוץ פון די פאר הייוועי'ס און פארקוועיס וואס רופן זיך על שמו ולזכרו. ס'האט צוגעלייגט א גאר דיקע ביכל צו מיין 'ריעדינג ליסטע'. די איינציגסטע שאלה יעצט איז וואו העט מען נעמען די צייט.

פרייוויליג » מוצ"ש פעברואר 18, 2017 10:51 pm

· #363139
WOW האסטו א פעדער!! הערליך שיין באשריבן, ערשט קלאסיג.

קורקלענד » זונטאג פעברואר 19, 2017 12:02 am

· #363142
@שטיסל ס'נישט מעגליך צו באשרייבן עלף הונדערט בלעטער אין אן ארטיקל פון קוים עלף בלעטער. מ'זעהט פונעם ליינען דעם ארטיקל אז @קינד_אן_קייט האט דורך געליינט די ביכל פון דעקל צו דעקל. ווי אויך האב איך פארשטאנען אז ער האט אויך געליינט נאך דאקומעטעריס און ארטיקלעך אויף איהם. קינד_אן_קייט האט אויך א שטארקע כח אין זיין פעדער מיט דעם וואס ער האט שטארק מקצר געווען אבער מ'האט אין יעדע ווארט געקענט ליינען א גאנצע זאץ. איך האב גאר שטארק הנאה געהאַט פון ליינען און ס'האט מיר געצויגן גאר שטארקע אינטערעסע. איך האב זיך אויך אביסל גע'חידוש'ט אז כ'האב פון דעם פארשוין קיינמאל נישט געהערט. נאכן ליינען דעם ארטיקל האב איך שיינער הייט צוגעלייגט דעם ביכל צו מיין ליסטע פון ביכער וואס דארפן געליינט ווערן.

אז דו ווילסט ליינען מער וועגן איהם זיי אזוי גוט און לייען דעם גאנצן ביכל. פון גוגל'ן א פאר בלעטער פאר צוויי דריי מינוט און טרעפן אפאר פאקטן וואס דער שרייבער האט ארויסגעלאזט מחוסר מקום און אויף דעם קריטיקירן איז נישט יושר. ער האט קלאר געשריבן אז ער קען נישט אלעס שרייבן און האט נאר געשריבן וואס ער האט פארשטאנען איז וויכטיג נאכן ליינען די 'גאנצע' ביכל. ווען דו וואלסט געליינט די גאנצע ביכל און הערשט נאכדעם קריטיקירט וואלט איך אנגענומען דיין קריטיק. אבער אזוי ווי די לאזט קריטיק בעיזט אויף אביסל אינפארמאציע וואס די האסט געזען אויף גוגל איז עס שוואכע קריטיק.

כ'וואלט עס געקענט מאכן קערצער אבער אזוי ווי דו האסט א מנהג פון שרייבן גאר לאנגע הודעות האב איך געפילט אז איך מיז עס אויך מאכן לאנג..

קורקלענד » זונטאג פעברואר 19, 2017 1:12 am

· #363152
פארגעס נישט אז די עלף הונדערט בלעטער וואס קעראו האט געשריבן איז אויך בקיצור נאכן ארויסנעמען כמעט אלעס וואס ער האט געשריבן. מ'קען מן הסתם שרייבן מער ווי עלף הונדערט בלעטער אויף רוב פון זיינע פראיעקטן באזונדער.

שמערל » מיטוואך מערץ 22, 2017 8:51 am

· #366344

מיש-נייעס » זונטאג מערץ 26, 2017 12:39 pm

· #366783
געווען אמאל באשריבן אין שטערן ווער געדענקט וועלכע

טרויבן88 » מאנטאג מערץ 27, 2017 12:17 am

· #366935
Re: א בריק ערגעצוואו - איבער'ן פיגור פון ראבערט מאזעס (וועקע
קינד_אן_קייט
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=11177&p=358096#p358096

מיין ארטיקל אויף ראבערט מאזעס ערשיינט אינעם הערליכן ״וועקער״ אונטער׳ן פסעוודאנים ״בן שיח״, כ׳האף אז דער עולם וועט דערפון הנאה האבן.

שכח קינד און קייט, איך האב עס געליינט 2 וואכן צירוק, און די קוואליטעט פונעם ארטיקל איז ווינדערבאר, די חלק פון מאכן די תמצית אויף אזא ציענדע אויפן איז מיר נאך אלץ אין די ביינער, איך באמת ווינדער זיך וויאזוי די האסט עס געמאכט, איך האב געליינט די ארטיקל אויף איין מאל און הנאה געהאט אויף יעדע ווארט, איך קוק ארויס אויף נאך,

אפטעמיסט » דינסטאג מערץ 28, 2017 10:27 pm

· #367394
גאר אינטערעסאנטע ארטיקל. כ'האב געקויפט דעם בוך זינט, כ'ווייס נאר נישט ווען כ'וועל עס ענדיגן לייענען. ייש"כ!

כלבאשבוע » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 11:28 pm

· #457831
די פילם Motherless Brooklyn רעדט וועגן ראבערט מאזעס

זייער א גוטע פילם, Edward Norton איז מוראדיג