דער איד וויינט אויף יונייטעד מאנרא?
ק/פ פון א וואטסאפ גרופ
ולא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי!!!
די לעצטע פאר יאר זענען די זאליס בני יואל פראקציעס אין קרית יואל, ארויסגעגאנגען מיט גרויס אימפעט שטימען בלינדערהייט פאר יעדע קאנדידאט וואס זייערע געוועזענע חבירים "יונייטעד מאנרא" האבן ארויסגעשטעלט קעגן קרית יואל, כדי נישט צו דערלאזן דער וואוקס פון קרית יואל.
אלע עסקנים וואס טוען פארן וואוקס פון די אידישע ישובים אין אפסטעיט, ווי: מאנסי, בלומענבערג, מאנטיסעלאו, פאלסבורג, וכו' האבן זיך געבעטן ברחמים, אז זיי מאכן שרעקליכע שאדן פאר יעדעם, ווייל די אלע אפסטעיט טאונס שטיין און קוקען וואס טוט זיך אין קרית יואל, און די פירעס פון "יונייטעד מאנרא" זענען די פירערשאפט פון אלע אידן קעגענשארפט אין אלע ישובים, אז עס זאל בלייבן ווי מער אידן ריין, און מיט דעם וואס אידן שטעלן זיך צו זיי, ווייזט דאס אז די אידן אליין זענען נישט פאראיינוגט און צוליב פאריוואטע אינטערעסן ווי געלט, נקמה וכו', זענען זיי זיך אליין גרייט צו שטעכן אין די אויגן, און זיך אויסשחט'ן.
אויך האט עס זיי געגעבען שטארקקייט, אז זיי זאלן ווי מער מסר'ן פאריוואטע אידן אין אפסטעיט איבער סעקשאן 8, פוד סטעמפס וכו'.
יעדער קאנדידאט וואס "יונייטעד מאנרא" האט ארויסגעשטעלט האט געוואוסט אז ער דארף טאן בלויז איין זאך, זיך אראפ זעצן מיט ליפא דייטש און אים גיבן טאשן געלט, און אנהייבן צו זינגען אז ער איז קעגן די "ווילעדזש אוו קרית יואל", גלייך וועלן די זאלי בני יואל קעלבער נאך טאנצען כצאן לזבח, און העלפן בלינדערהייט אז קרית יואל זאל זיך נישט קענען אויסשפרייטען, און מיט דעם אריין שטעכען א מעסער און צענדליגער טויזענטער אידן פון גאנץ אפסטעיט.
אבער די הייליגע הבטחה ממרן רביה"ק זי"ע מייסד הקריה הקדושה קרית יואל יצ"ו, וואס האט געזאגט ביי איר גרינדונג: קרית יואל וועט יעדעם בייקומען, און עס וועט זיין לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי מיט ניסים חוץ לדרך הטבע", האט זיך ווידער ארויסגעשטעלט היינט במלואה!
מען עפענט אויף 'דער איד' די וואך, ליינט מען ווי זיי וויינען בבכיות אז די "העסליכע" יונייטעד מאנרא, ברענגט אונטער די וואוקס פון אידן אין "מאנרא", און אלע אידן דארפן זיך פאראייניגן צו שטימען פאר איין קאנדידאט קעגן "יונייטעד מאנרא".
האמ... העסליכע... וואס איז געשעהן?
פאוואס וויינט דער איד בבכיות אויף "מאנרא", און נישט אויף "קרית יואל"?
די תירוץ איז: פארשטיקענע פיש געגעסען און פון שטאט ארויסגעווארפען!!!
'קרית יואל' גייט היינט ב"ה אפען שוואנג ווי קיינמאל בעפאר, יעצט אויף די מינוט איז דא אין די פייפ ליין קרוב צו 5 טויזענט דירות וואס מען בויעט אין קרית יואל, און דאס איז חוץ די איבער 500 עקערס וואס מען ווארט אפען פסק פונעם געריכט, וואס דאס וועט צו ברענגען נאך 12 טויזענט דירות אי"ה.
די פינף הונדערט עקערס זענען אין געריכט, ווייל א חלק דערפון האט די 'מאנרא טאון בארד' אפראווד, און א חלק דערפון נישט, צוליב די העצע פון די "העסליכע" יונייטעד מאנרא. איצט אז מען קוקט צוריק זעהט מען, אז באמת איז נישט געווען קיין גרויסע נפקא מיני' וואס די "מאנרא טאון בארד" שטימט, יא צו ניין, די באשלוס וועט די געריכט ממילא מאכן, און אפילו ווען מען זאל היינט אריין שטימען נייע טאון בארד מעמבערס, וואס זאלן שטימען צו אפראווען די פינף הונדערט עקער, איז זייער שטימע ווערטלאז, עס ליגט בלויז אין די הענט פונעם געריכט.
קרית יואל דארף היינט גארנישט פון די מאנרא טאון בארד, זיי קענען נישט העלפן קרית יואל, און זיי קענען נישט שאדן מאכן, זיי זענען ווערטלאז! זיי האבן היינט א כוח אויף קרית יואל פונקט ווי די בלומענגראוו טאן בארד האט אויף קרית יואל, גארנישט!!
די אייניציגסטע מאל ווען מען דארף צו קומען צו זיי, איז ביי אנעקסעישאן, די נעקסטע מאל ווען קרית יואל וועט דארפן צו קומען צו א פרישע אנעקסעישאן פון "טאון אוו מאנרא" איז בערך אין 25 יאר ארום.
די איינציגסטע כוח וואס די מאנרא טאון בארד האט היינט, איז צו שטערן זייערע חבירים די זאליס בני יואל פון זייער וואוקס!!! אז טאון אוו מאנרא זאל בלייבן זאלי בני יואל ריין!
זיי האבן זייערע בניני המוסד אין טאון אוו מאנרא, און קענען איצט נישט ווייטער בויען צוליב די בוי מאראטאריום, וואס זייערע חבירים די טאון אוו מאנרא האבן אויף זיי ארויף געלייגט, יא אויף זיי, זייערע חבירים די זאליס בני יואל וואס האבן זיי אריין געשטימט,
און דאס איז וואס דער איד האט זיך דערוועקט אין וויינט מיט ביטערע טרערן, אז: די "העסליכע" יונייטעד מאנרא, ברענגט אונטער די וואוקס פון אידן אין "מאנרא".
אנ"ש בקרית יואל זאגן צו ענק: עסט אויף מיט דער זאט ענקערע אייגענע גארביטש, וואס עטס האטס ענק אליין אנגעמאכט.
די הייליגע הבטחה פון רביה"ק זי"ע וואס האט געזאגט: "קרית יואל וועט יעדעם בייקומען, און עס וועט זיין לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי מיט ניסים חוץ לדרך הטבע", זעהט מען ב"ה עין בעין ביתר שאת!!!
Sent from my LG-K120 using Tapatalk