☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » נייער פארום: "צימעס"

נייער פארום: "צימעס"

50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1130

Shmilly » מיטוואך יולי 18, 2012 3:40 pm

· #25735
אשריך

אלבערט » מיטוואך יולי 18, 2012 3:46 pm

· #25742
יישר כוחכם.

שמואל הלוי » מיטוואך יולי 18, 2012 3:47 pm

· #25744
א הארציגן דאנק פאר אייך און פאר אלע איינגעשטעלטע

זר זהב » מיטוואך יולי 18, 2012 3:48 pm

· #25748
וועט עס ארויפקומען ביי אקטיווע אשכולות?

שמואל הלוי » מיטוואך יולי 18, 2012 3:48 pm

· #25749
ניין

זר זהב » מיטוואך יולי 18, 2012 3:51 pm

· #25752
😢 😢

פראפעסאר שפירא » מיטוואך יולי 18, 2012 3:58 pm

· #25759
זייער פיין,אבער כ'פארשטיי נישט פארוואס מען קען נישט מאכען נאך א אקטיווע אשכולות קנעפעל וואס נעמט אריין אלעס פאר די וואס ווילען אזוי, אז מען קען גרינגערהייט ציפרידען שטעלען יעדעם פארוואס נישט ?

זר זהב » מיטוואך יולי 18, 2012 4:01 pm

· #25763
פארוואס קען מען נישט "לייקן" אין דעם אשכול?

יידל » מיטוואך יולי 18, 2012 4:05 pm

· #25765
זר זהב
פארוואס קען מען נישט "לייקן" אין דעם אשכול?

אפשר ווייל עס איז אן הכרזה גלובלית?

אבי גערעדט » מיטוואך יולי 18, 2012 4:12 pm

· #25769
וואס איז פשט פון די נאמען צימעס?
דאס איז די לעצטע נאמען וואס איך וואלט געטראכט פאר אזא פארום

לעמיל » מיטוואך יולי 18, 2012 4:27 pm

· #25771
שמואל הלוי
א הארציגן דאנק פאר אייך און פאר אלע איינגעשטעלטע

גם אני מצטרף א גרויסען יישר כח! האלטס אן די פיינע ארבעט!!

נפתלי » מיטוואך יולי 18, 2012 4:58 pm

· #25791
פראפעסאר שפירא
זייער פיין,אבער כ'פארשטיי נישט פארוואס מען קען נישט מאכען נאך א אקטיווע אשכולות קנעפעל וואס נעמט אריין אלעס פאר די וואס ווילען אזוי, אז מען קען גרינגערהייט ציפרידען שטעלען יעדעם פארוואס נישט ?

ס'דא אזא עקסטערע קנעפל, ס'הייסט 'צימעס'
קליק דערויף קומט ארויף די אקטיווע אשכולות פונעם צימעס פארום

שמואל הלוי » מיטוואך יולי 18, 2012 4:58 pm

· #25792
אדער קען מען קליקן אויף "נייע הודעות" וועט ארויף קומען ממש אלעס.

דולה ומשקה » מיטוואך יולי 18, 2012 5:28 pm

· #25801
א גרויסע דאנק פאר מזכה זיין אזא הערליכע זייטל מיט פיל כח מח און געדולט, איהר קוקט נישט אויף אייערע אייגענע יגיעות און עגמת נפש, נאר אלעס כדי מזכה צו זיין א צווייטע, אויף א כשר'ע און געשמאקע פארנעם.

ס'גארנישט דא קיין ווערטער ווי אזוי איך זאל מיך קענען אויסדריקען מיט א לשון פון שבח והודאה. דער סייעתא דשמיא אין די הצלחה פון אונזער "קאווע שטיבל" זאגט שוין אלעס. ס'בלייבט מיר נאר איבער אייך צו ווינטשען המזכה את הרבים זכות הרבים תלוי, מיט הרחות הדעת ומנוחת הנפש, בבני חיי ומזוני.

טאמבל סאס » מיטוואך יולי 18, 2012 5:42 pm

· #25811
דולה ומשקה
א גרויסע דאנק פאר מזכה זיין אזא הערליכע זייטל מיט פיל כח מח און געדולט, איהר קוקט נישט אויף אייערע אייגענע יגיעות און עגמת נפש, נאר אלעס כדי מזכה צו זיין א צווייטע, אויף א כשר'ע און געשמאקע פארנעם.

ס'גארנישט דא קיין ווערטער ווי אזוי איך זאל מיך קענען אויסדריקען מיט א לשון פון שבח והודאה. דער סייעתא דשמיא אין די הצלחה פון אונזער "קאווע שטיבל" זאגט שוין אלעס. ס'בלייבט מיר נאר איבער אייך צו ווינטשען המזכה את הרבים זכות הרבים תלוי, מיט הרחות הדעת ומנוחת הנפש, בבני חיי ומזוני.

שרייבער » מיטוואך יולי 18, 2012 5:44 pm

· #25814
[ציטאט אראפגענומען]

אלבערט » מיטוואך יולי 18, 2012 5:55 pm

· #25823
פארוואס אין דעם אשכול ווען מען קליקט צו זען די פרישע הודעה קומט מען אלעמאל אן צום אויבן פונעם בלאט?

פראפעסאר שפירא » מיטוואך יולי 18, 2012 7:05 pm

· #25879
שמואל הלוי
אדער קען מען קליקן אויף "נייע הודעות" וועט ארויף קומען ממש אלעס.


געוואלדיג,
איז דא א חילוק צווישען "נייע הודעות" אין "אקטיווע אשכולות", אדער ס'די זעלבע זאך נאר אנדערע נעמען ?

בן תמליון » מיטוואך יולי 18, 2012 8:38 pm

· #25911
שרייבער
[ציטאט אראפגענומען]


ג"א מצטרף כיהודא ועוד לקרא.

אלבערט » מיטוואך יולי 18, 2012 11:04 pm

· #25990
איך האב געמיינט אז עס גייט נישט ארויפקומען ביי "נישט געליינטע הודעות" - מיט וואס איך באנוץ זיך אייביג, איך זע אבער אז יא, זייער גוט אזוי.

געפילטע פיש » מיטוואך יולי 18, 2012 11:05 pm

· #25991
איך האב געמיינט אז עס גייט נישט ארויפקומען ביי "נישט געליינטע הודעות" - מיט וואס איך באנוץ זיך אייביג, איך זע אבער אז יא, וואס טוט מען?

יונגערמאנטשיק » דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:23 am

· #26077
געפילטע פיש
איך האב געמיינט אז עס גייט נישט ארויפקומען ביי "נישט געליינטע הודעות" - מיט וואס איך באנוץ זיך אייביג, איך זע אבער אז יא, וואס טוט מען?


יעדער לויט וויזוי זיין הארץ באגערט, ווער ס'וויל עס ליינען ליינט, און נישט ליינט עס נישט.

נפתלי » דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:25 am

· #26080
געפילטע פיש
איך האב געמיינט אז עס גייט נישט ארויפקומען ביי "נישט געליינטע הודעות" - מיט וואס איך באנוץ זיך אייביג, איך זע אבער אז יא, וואס טוט מען?

זעה ס'זאל נישט ארויפקומען ביי "געליינטע הודעות"

זר זהב » דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:51 am

· #26090
איך בין זייער זייער זייער זייער זייער זייער זייער נישט העפי
זייער פיין,אבער כ'פארשטיי נישט פארוואס מען קען נישט מאכען נאך א אקטיווע אשכולות קנעפעל וואס נעמט אריין אלעס פאר די וואס ווילען אזוי, אז מען קען גרינגערהייט ציפרידען שטעלען יעדעם פארוואס נישט ?

קרעדיט:פראפעסער שפירא

גאלד » דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:29 am

· #26114
איך שטים מיט זר_זהב וחביריו, איז בכלל דא עפעס א אפציעלע לינק אנציקומען צו דעם נייעם אפטיילונג דורך די הויפט סייט? גארנישט?
דאס מיינט איינער וואס באזוכט קאווע שטיבל האט קיין שום וועג מיטאמאל צי וויסן אז ס'עקזיסטירט אזא אפטיילונג?
קען מען שוין פאר דעם געלט מאכן א נייע סייט, tzimes.com

אויסערדעם, ווייס איך נישט וואסי פשט פון דעם נאמען "צימעס" לפענ"ד געבט מען נישט קיין קאמישער נאמען אויף א אפטיילונג פון א סייט,

וגם דער קאליר איז פאצעריש,

בלויז קאנסטראקטיוו קריטיסיזעם,

יונגערמאנטשיק » דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:29 am

· #26115
זר, ווילאנג דו ביסט א חסיד וועסטו נישט זיין העפי! פרעג נאר מרס וויזעל. אבער אז דו ווילסט קענסטע נוצן די לינק "נייע הודעות" וועסטו זעהן יעדע אשכול אין אלע פארומס וואס איז צוגעקומען עפעס פריש זינט דו האסט געליינט די לעצטע מאל.

זר זהב » דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:35 am

· #26120
גאלד
איך שטים מיט זר_זהב וחביריו, איז בכלל דא עפעס א אפציעלע לינק אנציקומען צו דעם נייעם אפטיילונג דורך די הויפט סייט? גארנישט?
דאס מיינט איינער וואס באזוכט קאווע שטיבל האט קיין שום וועג מיטאמאל צי וויסן אז ס'עקזיסטירט אזא אפטיילונג?
קען מען שוין פאר דעם געלט מאכן א נייע סייט, tzimes.com

אויסערדעם, ווייס איך נישט וואסי פשט פון דעם נאמען "צימעס" לפענ"ד געבט מען נישט קיין קאמישער נאמען אויף א אפטיילונג פון א סייט,

וגם דער קאליר איז פאצעריש,

בלויז קאנסטראקטיוו קריטיסיזעם,

פונעם היים פעידזש איז דא א קנעפל "צימעס" , קוק גוט

זר זהב » דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:37 am

· #26121
יונגערמאנטשיק
זר, ווילאנג דו ביסט א חסיד וועסטו נישט זיין העפי! פרעג נאר מרס וויזעל. אבער אז דו ווילסט קענסטע נוצן די לינק "נייע הודעות" וועסטו זעהן יעדע אשכול אין אלע פארומס וואס איז צוגעקומען עפעס פריש זינט דו האסט געליינט די לעצטע מאל.

א האלבע ישועה, א דאנק

יונגערמאנטשיק » דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:38 am

· #26123
גאלד
איך שטים מיט זר_זהב וחביריו, איז בכלל דא עפעס א אפציעלע לינק אנציקומען צו דעם נייעם אפטיילונג דורך די הויפט סייט? גארנישט?
דאס מיינט איינער וואס באזוכט קאווע שטיבל האט קיין שום וועג מיטאמאל צי וויסן אז ס'עקזיסטירט אזא אפטיילונג?
קען מען שוין פאר דעם געלט מאכן א נייע סייט, tzimes.com

אויסערדעם, ווייס איך נישט וואסי פשט פון דעם נאמען "צימעס" לפענ"ד געבט מען נישט קיין קאמישער נאמען אויף א אפטיילונג פון א סייט,

וגם דער קאליר איז פאצעריש,

בלויז קאנסטראקטיוו קריטיסיזעם,


אויף די היים בלאט איז דא א פארום וואס הייסט צימעס. און מ'דארף נישט נישט מאכן א סייט צימעס . קאם, ס'איז שוין דא. די אדרעסס איז היידפארט . קאם

אבער איך שטום מיט מיט דיר אז מ'טוט דיסקרימינירן אביסל קעגן סאטמאר מיטן מאכן די סאטמארע פאליטיק אלס צווייטע קלאס. מ'רענט נישט די תגובות אינעם חשבון פון 75. פארוואס ווען איינער שרייבט קעגן הערשל קלאר ווערט די תגובה יא גערעכענט, ווייל די אשכול איז דער שטערן, און ווען איינער שרייבט קעגן א זאלי/ארויני רעכענט מען דאס נישט, ווייל ס'איז א בלאט/יוד אשכול?

גאלד » דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:43 am

· #26128
זר זהב

פונעם היים פעידזש איז דא א קנעפל "צימעס" , קוק גוט


גערעכט יעצט זעה איך, סליחה,

אבער ווי איר ערווענט, ס'א שטיקל דיסקרימינעשן פאר די אקטיווע צימעס שרייבער, ווי איך און זר, צו באלעסטיגן צו גיין אן אומוועג צו זעהן די פרישע צימעס סחורה, מיר ווילן א באזונדערע לינק (אויב מעגליך) צו זעהן "אלע" אקטיווע אשכולות

יונגערמאנטשיק » דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:46 am

· #26130
גאלד, נוץ די "נייע הודעות" לינק.

גאלד » דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:47 am

· #26136
די געזעצין איז נאר געזאגט געווארן פאר ווילד פרעמדע מענטשן, אבער מיר זענען גוטע פריינד און מיר פארשטייען זיך וויזוי אימער,

😉

דאס זאג איך אלס פאר מיין שוויגער ווען זי קאמפלעינט,

😉

יונגערמאנטשיק » דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:49 am

· #26137
אוי! וואס האב איך דא געטוהן? דער אנאנים אליין שרייט אויף מיר. איך האב נישט געזאגט אז מ'רעכנט אלע הודעות פון אנדערע פארומס, נאר דא רעכנט מען נישט קיין איינס!

יונגערמאנטשיק » דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:54 am

· #26143
[ציטאט אראפגענומען]



דיין "ביי דע וועי" איז גערעכט, און איך האב אפילו שוין געוואלט שרייבן מיין צווייטע טייל תגובה פריוואט פאר א מנהל, אבער איך האב באשלאסן אז ס"ה טוהן די מנהלים א טובה מיטן צושטעלן דאס פלאץ, פארוואס זאל איך זיי באלעסטיגן? אצינד אז גאלד האט געשריבן א זאך וואס שטערט עם, האב איך געשריבן פאר עם אז מיך שטערט אויך עפעס ענדליך, מיינע ווערטער זענען בכלל נישט געוואנדן צו די מנהלים.

יונגערמאנטשיק » דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:58 am

· #26146
[ציטאט אראפגענומען]



דו ווילסט טאקע איך זאל יעצט אנהייבן ארויסצוברענגען אלע זאכליכע תגובות פון דעם פארום? אדער מעגליך גאר אז דו האלסט אז א סאטמארער קען בשום אופן נישט שרייבן צו די זאך.

זר זהב » דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:58 am

· #26147
יונגערמאנטשיק
גאלד, נוץ די "נייע הודעות" לינק.

ווען מ'איז אינעם 'אקטיווען אשכול' קען מען נישט גיין צו 'אומגעליינטע הודעות'. מ'מוז צוריקגיין צום הויפט בלאט, און דאס מאכט אויך נערוועז.

נפתלי » דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:22 pm

· #26159
פארשטייסט אז מ'האט אריינגעלייגט די אשכולות אין צימעס פארום ווייל רוב עולם וויל עס נישט זעהן פאר די אויגן
סך הכל רעד מען דא פון צוויי עקסטערע קליקס וואס נעמט געווענליך א סעקונדע
נו! אויב מאכט דיך די צוויי עקסטערע קליקס נערוועז גלייב איך אז דו האסט א גרויסע ליסט פון זאכן וואס מאכן דיר נערוועז

זר זהב » דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:28 pm

· #26163
נפתלי יו אר מיססינג די פוינט. זייער אסאך מאל פארגעס איך פשוט פון צימעס ווייל ס'קומט נישט ארויף. ס'דא גענוג און נאך וואס ווילן עס יא זען אין מ'מעג פאר זיי געבן אן אפציע פון א "אקטיווע אשכולות מיט צימעס" קנעפל.

שמואל הלוי » דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:31 pm

· #26164
ר' זר; ס'איז געווען וואלן, און דאס רוב האט געשטימט אז ס'זאל נישט ארויפקומען ביי אקטיווע אשכולות, אלזא אנשטאט פארפירן און ליארעמען, ביטע שטעלט אייך צו צום רוב ציבור.

נפתלי » דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:33 pm

· #26167
זר זהב
נפתלי יו אר מיססינג די פוינט. זייער אסאך מאל פארגעס איך פשוט פון צימעס

איז דאך זיכער גוט

אלבערט » דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:22 pm

· #26192
זר זהב
יונגערמאנטשיק
גאלד, נוץ די "נייע הודעות" לינק.

ווען מ'איז אינעם 'אקטיווען אשכול' קען מען נישט גיין צו 'אומגעליינטע הודעות'. מ'מוז צוריקגיין צום הויפט בלאט, און דאס מאכט אויך נערוועז.

איך האב דעם נייע הודעות קנעפל אלס בוקמארק און איך נוץ בלויז דאס.

משה געציל » דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:25 pm

· #26194
עס איז ווערט געווען די גאנצע זאך נאר צו זען אז זר מיט גאלד קענען זיך אויף עפעס יא פאראייניגען...

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג יולי 19, 2012 3:48 pm

· #26291
שמואל הלוי
ר' זר; ס'איז געווען וואלן, און דאס רוב האט געשטימט אז ס'זאל נישט ארויפקומען ביי אקטיווע אשכולות, אלזא אנשטאט פארפירן און ליארעמען, ביטע שטעלט אייך צו צום רוב ציבור.

וואלסט שוין געמעגט וויסן, אז ידידינו ר' זר קען האבן אן אנדערע אויסגאנג ביי וואלן ווי די אפיציעלע אויסגאנג.....

זר זהב » דאנערשטאג יולי 19, 2012 6:24 pm

· #26383
נפתלי
זר זהב
נפתלי יו אר מיססינג די פוינט. זייער אסאך מאל פארגעס איך פשוט פון צימעס

איז דאך זיכער גוט

ס'נישט גוט, וווייל די צד שכנגד געדענקט דאך יא... זיי זענען מער אינוואלווד, און זיי וועלן בלייבן אנטשאלענדזשד. און דאס טויג נישט! איין מינוט אפשר ביסטע יא גערעכט... ווארט

זר זהב » דאנערשטאג יולי 19, 2012 6:25 pm

· #26385
שמואל הלוי
ר' זר; ס'איז געווען וואלן, און דאס רוב האט געשטימט אז ס'זאל נישט ארויפקומען ביי אקטיווע אשכולות, אלזא אנשטאט פארפירן און ליארעמען, ביטע שטעלט אייך צו צום רוב ציבור.

וואלט ווען געווען אזא אפציע ביים וואוטען וואלט עס ווארשיינליך געווינען. וואס גייט איינעם אן אז ס'דא אן "אקטיווע אשכולות מיט צימעס" קנעפעל?

זר זהב » דאנערשטאג יולי 19, 2012 6:26 pm

· #26387
משולם שטיינפעלד
שמואל הלוי
ר' זר; ס'איז געווען וואלן, און דאס רוב האט געשטימט אז ס'זאל נישט ארויפקומען ביי אקטיווע אשכולות, אלזא אנשטאט פארפירן און ליארעמען, ביטע שטעלט אייך צו צום רוב ציבור.

וואלסט שוין געמעגט וויסן, אז ידידינו ר' זר קען האבן אן אנדערע אויסגאנג ביי וואלן ווי די אפיציעלע אויסגאנג.....

ווי למשל 4000 ארוינישע וואוטס ווען ס'נאר געווען 3700 און אסאך דערפון גיים....?? הא?

משה געציל » דאנערשטאג יולי 19, 2012 7:11 pm

· #26407
זר זהב

וואלט ווען געווען אזא אפציע ביים וואוטען וואלט עס ווארשיינליך געווינען. וואס גייט איינעם אן אז ס'דא אן "אקטיווע אשכולות מיט צימעס" קנעפעל?

ווען אבאמא וואלט ווען געלאפען קעגן ראמני אים 08' וואלט ווען ווארשיינליך ראמני געווינען... איך מיין וואס ווילסטו???

זר זהב » דאנערשטאג יולי 19, 2012 7:22 pm

· #26410
איך וויל א קנעפעל "אקטיווע אשכולות מיט צימעס"

ס'איז דא א באזונדערע קנעפעל פאר אקטיווע אשכולות-פארברענגען ==== אקטיווע אשכולות-תורה ודעת ==== און א אקטיווע אשכולות פאר אלעס אויף אמאל. דיר גייט אן אזויפיל באזונדערע אפציעס? ניין!

דעמאלטס פארוואס גייט דיר אן אז ס'וועט זיין נאך א סארט: "אקטיווע אשכולות-צימעס" ??????????

הא ???????? אזא שלעכטער ביזטע ?????

ברוין » דאנערשטאג יולי 19, 2012 8:01 pm

· #26443
ווען גייסטו ארויסקרוכן פון דיינע פאפוטשן?

זר זהב » דאנערשטאג יולי 19, 2012 8:04 pm

· #26446
ארויסקרוכן? מ'גייט באלד אריין דערין.