☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אשכול אן א טיטל #11295

אשכול אן א טיטל #11295

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11295

— » דאנערשטאג פעברואר 9, 2017 1:39 pm

· #362397

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג פעברואר 9, 2017 3:09 pm

· #362399
איך האב אן אנדערע זאך וואס מ׳קען זיך אפלערנען פון די שלוחים. לאמיר אלע גייען וואוינען אין א ווארעמע פלאץ ווי דא, און קיין שניי וועט נישט אפשטעלען די תינוקות של בית רבן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

וואלווי » דאנערשטאג פעברואר 9, 2017 4:14 pm

· #362405
ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב אן אנדערע זאך וואס מ׳קען זיך אפלערנען פון די שלוחים. לאמיר אלע גייען וואוינען אין א ווארעמע פלאץ ווי דא, און קיין שניי וועט נישט אפשטעלען די תינוקות של בית רבן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ווי האט זיך יענער נאר לעצטענסט געצויגען? סאוט דעקאוטע?...

[ציטאט אראפגענומען]


די באשרייבונג דערמאנט וואס מ'ווערטעלט אויפ'ן מנח"א אז ער וואלט ענדערש מכבד געווען די מונקאטשער גלח מיט בענטשען ווי איידער אן אגודיסט. אבי מ'לערנט זיך פון אנדערע רעליגיעס און נישט פון אייגענע און היימישע כמאמר העולם אז חב"ד איז די נענסטע רעליגיע צו יודישקייט...

די ווערטעל איז עקטואלי קוואטעד ביי די או יו:
"Meanwhile, some of Chabad’s most scathing Orthodox critics refer to the movement as “the religion closest to Judaism”

<a class="postlink" href="https://www.ou.org/jewish_action/06/2014/lubavitch-movement-thrives-absence-living-rebbe">https://www.ou.org/jewish_action/06/201 ... ving-rebbe</a>

ונבנתה העיר » דאנערשטאג פעברואר 9, 2017 4:44 pm

· #362408
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/228803">viewtopic.php?p=228803#p228803</a><!-- l -->

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג פעברואר 9, 2017 5:42 pm

· #362413
דער אויסדרוק ׳קרוב ליהדות׳ האב איך געהערט פונ׳ם שרף מוואודרידזש שליט"א אויף פרשיסחא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שמעון וואלף » דאנערשטאג פעברואר 9, 2017 8:45 pm

· #362424
קרן הבנין? פארוואס?
אפשר פאר די סערווער.

די מעלה פון א ווירטואלע ת"ת איז אויך אז קינדער וועלן זיך נישט חבר'ן מיט אזעלכע וואס קומען פון שוואכערע שטיבער

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 9, 2017 9:56 pm

· #362431
אנאנים: ייש"כ. אבער אויב דער פלאן וועט בעז"ה אדורכגעפיהרט ווערן וועט עס זיין איינס פון די גרעסטע איראניעס פון לעבן. ווייל די טעלעוויזיע. יא, די טמא'נע טעלעוויזיע איז נתייסד געווארן אלס עדזשוקעישאנאל הילף. אזוי האט געזאגט דער ערשטער איינפיהרער פון טעלעוויזיע בראדקעסטס בשעתו. דער (אידישער) בעה"ב פון די ען.בי.סי. בראדקעסטינג נעטווארק. און צום סוף איז עס געווארן א געצייג אין די הענט פונ'ם שטן אליין. מיט די ערגסטע דעמאנסטראציעס פון עבודה זרה, גילוי עריות און שפיכת דמים. וואס האט אראפגעפיהרט פון נארמאלן וועג מיליאנען קינדער. אידישע ווי גוי'אישע...!

לעומת די אינטערנעט, וועלכע איז פארשריגן געווארן מיום היוולדה אלס דער אבי אבות הטומאה. און זייער א סאך רבנים און אזוי-גערופענע רבי'ס האבן געטומלט און געליארמט איבער דעם חורבן היהדות וואס דער אינטערנעט ברענגט אן אויף כלל ישראל. א טייל האבן געהאט זייער אגענדא. אנ'אנדער טייל האבן געשריגן מכח פחד. און א דריטער טייל זענען נעבעך אזוי נאאיוו און זיי ווייסן נישט בין ימינם לשמאולם. און ברוב תמימותם זענען זיי מיטגעגאנגען מיט די הויפט טומלערס, וועלכע האבן מבזה געווען א גרויסן חלק פון כלל ישראל.אויך איז געווען איינער א קלוגער אדמו"ר וועלכער האטציך ברוב חכמה ארויסגעדרייט דיפלאמאטיש פון באטייליגן זיך אין זייער נארישע און צוועקלאזע אסיפות..."כלל ישראל"...!

און יעצט גייט גאר ווערן די אינטערנעט א וויכטיגער ווערקצייג אין די הענט פון די ערליכע מחנכים להרבות ולחזק לימוד התורה.
\
ס'לאזט זיך (כמעט) זאגן דעם פסוק אין תהילים..."אבן מאסו הבונים, היתה לראש פינה"...דהמע"ה האט באשריבן איינס פון די גרעסטע איראניעס פונ'ם לעבן כדי צו ווייזן אז אלעס ווערט געפיהרט בהשגחה פרטית מאת ה'...!

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 10, 2017 4:04 am

· #362455
ר׳ בערל, אז דער זאך ווערט אויסגעפיהרט למעשה, האסטו נישט קיין דזשאב מוריש צו זיין דיין קינדער. דו דארפסט זיין די ערשטע מוחה צו זיין היל"ת רח"ל

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

וואלווי » פרייטאג פעברואר 10, 2017 2:46 pm

· #362500
ר' בערל קען ווערען די ווירטועל בעל עגלה, א מאנ'ס פערזאן צו צופירען די צאן קדשים צו די ריכטיגע וועב זייטלעך, אזוי מרת קארטאנא פון מייקראסאפט...

אייז קריעם » פרייטאג פעברואר 10, 2017 3:44 pm

· #362506
שטאטישע פראגראמען פאר באסעס און אזוי אויך לאנטש פראגראמען וועלן מיר נאך אלס באקומען. מען וועט דארפן קומען און חדר איינמאל און זעקס וואכן זיך איינשרייבן.

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 13, 2017 12:59 am

· #362637
אייז קריעם: מיט א טשעק וואס מ'באקומט איינמאל אין זעקס וואכן קענמען נישט מאכן קיין לעבן... 😂