☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הגרי"ש אלישיב זצ"ל - כ"ח תמוז תשע"ב

הגרי"ש אלישיב זצ"ל - כ"ח תמוז תשע"ב

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1127

משה געציל » מיטוואך יולי 18, 2012 12:45 pm

· #25652
הגרי"ש אלישיב זצ"ל - כ"ח תמוז תשע"ב
הרב יוסף שלום אלישיב זצ"ל איז געבוירן געווארן א׳ ניסן תר"ע אין די ליטא צו זיין פאטער הרב אברהם לעווינזאן און זיין מאמע חיה מושא, זיבעצן יאר נאך זייער חתונה. זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון דעם מקובל הר"ר שלמה אלישיב, מחבר ספר הקבלה "לשם שבו ואחלמה", באקאנט אלס דער בעל הלשם.

אין תרפ"ד ווען ער איז אלט געווען פערצן יאר האט זיך די משפחה צוזאמען מיטן בעל הלשם ארויף געצויגן קיין ארץ ישראל. כדי צו באקומען די נויטיגע דאקומענטן ארויף צו גיין האט זיך אויס געפעלט אז די גאנצע משפחה זאל טראגן דעם זעלבען משפחה נאמען, האבען זיי געטוישט די משפחה נאמען צו אלישיב, אזוי ווי דער זיידע.

אנקומענדיג אויף ארץ ישראל האט ער זיך געזעצט לערנען פאר זיך אליינס מיט א געוואלדיגע התמדה אן קיין חברותות און אן קיין שום מסגרת, ער האט שטארק נושא חן געווען ביי הרב קוק ז"ל. אין יאר תר"ץ ווען ער איז אלט געווען צוואנציג יאר האט אים הרב קוק ז"ל אנגעטראגן די שידוך מיט זיין רעביצין חי' שיינא די טאכטער פון הרב ארי' לעווין, הרב קוק ז"ל איז אויך געווען מסדר קידושין ביי זיין חתונה.

אלס בחור איז ער געווען זייער נאנט צו הר"ר זעליג ראובן בענגיס זצ"ל גאב"ד פון דער עדה החרדית ווי ער האט באקומען סמיכה פון אים אין יאר תרצ"ח.

ער איז אויפגענומען געווארן אלס רב אין ביהמ"ד תפארת בחורים אין מאה שערים נאך זיין פאטערס פטירה ווי ער האט געדינט אלס רב פאר לאנגע יארן און ער האט געגעבן א שיעור אין גמרא א יעדע נאכט ביז ממש סוף ימיו.

אין תשי"א איז ער אויפגענומען געווארן אלס דיין אין די רבנות פון ירושלים, א צייט שפעטער איז ער אויפגענומען געווארן אלס דיין אין די בי"ד הגדול פון ארץ ישראל (באקאנט אלס היכל שלמה), ער האט דארטן געדינט אויף זיין פאזיציע פאר די קומענדיגע צוואנציג יאר, ביז ווען הרב שלמה גורן ז"ל וואס איז אויפגענומען געווארן אלס רב הראשי האט מתיר געווען די קאנטערווערסיאלע שאלה בנוגע ממזרים, דעמאלס האט ער אפגעטרעטן פון די פאזיציע און ער איז געבליבן איינגעשפארט אין זיין הויז כל ימיו, וואו ער האט געלערנט פאר זיך.

זיין דרך הלימוד איז נישט באקאנט, לערנעדיג פאר זיך אן קיין שום רבי פון וועם ער האט מקבל געווען, ווי אויך זיין שיעור וואס ער פלעגט געבן איז געווען אוועקגעשטעלט בעיקר פאר בעלי בתים און קיין ספרים האט ער נישט געשריבן. ער איז געווען א אמת'דיגער שקדן און מתמיד וואס האט נאך אין די הויכע ניינציגערס געלערנט ווי אלס יונג בחור'ל, שעות רצופות בלי הפסק.

אין תשס"א נאך די פטירה פון הרב שך זצ"ל איז ער געווארן מער-ווייניגער דער מנהיג ביי די ליטווישע קרייזן צוזאמען מיט הרב שטיינמאן שליט"א, אבער למעשה האט ער געהאט די עיקר השפעה ווען עס איז געקומען צו סיי וואספארא באשלוס די דגל התורה פארטיי האט געדארפט מאכן.

ער האט געהאט צוועלף קינדער מיט זיין רעביצין, פיר טעכטער מיט איין זון זענען אוועק בחייו. צווישען די קינדער ציילן זיך אפאר פראמינענטע נעמען בעולם התורה, די טאכטער בת שבע ע"ה אשת הגאון ר' חיים קנייבסקי, די טאכטער שושנה ע"ה אשת הרב ר' יצחק זילבערשטיין שליט"א, די טאכטער לאה ע"ה אשת הרב ר' עזריאל אויערבאך שליט"א, די טאכטער גיטה תחי' אשת ר' בנימין רימער שליט"א משגיח ישיבת כוכב מיעקב.

אלבערט » מיטוואך יולי 18, 2012 12:54 pm

· #25657
משה געציל

ער איז אויפגענומען געווארן אלט׳ס רב אין ביהמ״ד תפארת בחורים אין מאה שערים נאך זיין פאטערס פטירה ווי ער האט געדינט אלט׳ס רב פאר לאנגע יארען אין ער האט געגעבן א שיעור אין גמרא א יעדען נאכט ביז ממש סוף ימיו.

יאך האב געהאט די זכי' איינמאל מיטצוהאלטן דעם שיעור. עס איז געווען אן אויסנאם אינטערעסאנטער בילד. עס זיצן איבער 50-60 בעלי בתים און הרב אלישיב ז"ל לערנט פאר מסכת שבת בעיון. יעדע וויילע שטעלט זיך אויף א איד און פרעגט אריין און ווען דער רב ענטפערט און אן אנדערער איז נישט צופרידן פונעם פשט שטעלט זיך א צווייטער אויף און נעמט זיך שרייען אז מען קאן אזוי נישט לערנען. אזוי גייט דארט אן א ריתחא דאורייתא פאר א לענגערע צייט.

אלבערט » מיטוואך יולי 18, 2012 12:55 pm

· #25660
ווער קען אהערברענגען דעם ארטיקל פון אשר לעווין אינעם שטערן איבער זיין באזוך ביי הרב אלישיב ז"ל.

משה געציל » מיטוואך יולי 18, 2012 6:29 pm

· #25851
אין בחדרי חדרים האט איינער אמאל געברענגט א אויסשניט פון א אויסגאבע וואס זאגט אז הרב אלישיב זצ״ל האט אנגענומען די פאזיציע פון די רבנות ע״פ הוראות הרב ר׳ ראובן זעליג בענגוס זצ״ל, ווייסט איינער פון ווי דאס קומט? איז דא עפעס האפט דערין?

זר זהב » דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:46 am

· #26049
ישראל אייכלער איז אים מספיד אין די כנסת
<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/94752">http://www.jdn.co.il/news/94752</a>

משה געציל » זונטאג אוגוסט 19, 2012 12:05 am

· #36769
[ציטאט אראפגענומען]

גאנץ טריקן אין פארגלייך ווי מען שרייבט היינטיגע צייטן אויף יעדן שוסטער נודע ביהודה טיטלען וואס איז ממילא נישט אמת, מה לי מקצת שקר או מקצת אמת, אבער ווען טרעפט זיך א מציבה וואס א יעדע ווארט וואס ליינט זיך זאל זיין כל כלו אמת בלי שום נדנוד שקר אזוי ווי דא?

טעפל » זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:29 am

· #36837
[ציטאט אראפגענומען]

וועט מען איהם ווייזען א ווידיאו ווי ער זיצט און הארעוועט!!

אשכנ » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 10:06 am

· #37742
[ציטאט אראפגענומען]

דער נוסח שטימט מיט זיין מהלך החיים נישט צו מאכען פון זיך אזא עסק און נישט געהאלטען אז ער איז עפעס מער פון איינער וואס לערענט אןם ענטפערט שאלות רק משום הכרח...

פאר הדור » זונטאג יאנואר 20, 2013 9:20 am

· #80933
ב"ה

אביא אשכול מפורומי "אוצר החכמה" שעסק בלידת הגרי"ש לפי מכתב של בו הגר"ש אלישוב (ה"לשם שבו ואחלמה") שמוען לרב קוק: <a class="postlink" href="http://www.otzar.org/forums/viewtopic.php?f=19&t=4530&hilit=%D7%9C%D7%99%D7%93%D7%AA+%D7%94%D7%92%D7%A8%D7%99+%D7%A9&sid=bd1a2b45dad8e54b0b54694c1825d2f6">http://www.otzar.org/forums/viewtopic.p ... 4c1825d2f6</a>