☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מארק צוקערבערג - פרעזידענט 2020

מארק צוקערבערג - פרעזידענט 2020

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11266

ירח בן יומו » מוצ"ש יאנואר 28, 2017 9:03 pm

· #360962
איז ער נישט קיין יוד? קענסט זיין זיכער אז אמעריקא איז נאך נישט גרייט פאר א אידישע פרעזידענט.

איסר האטלקי » מוצ"ש יאנואר 28, 2017 9:41 pm

· #360963
עס איז געווען באריכטעט עטליכע טעג צוריק אז ער האט געלאזט פאלן א סטעיטמענט אנדייטענדיג אז ער פלאנט נישט צו לויפן פאר פרעזידענט, נאך וואס אזעלכע שפעקולאציעס האבן צירקולירט אין שפאלטענעס פון די מידיע קארידארן.
ביי מיר איז דאס די גרעסטע באווייז אז ער האט ערנסטע פלענער זיך אריינצולאזן דערינען.

איסר האטלקי » מוצ"ש יאנואר 28, 2017 9:43 pm

· #360965
ירח בן יומו
איז ער נישט קיין יוד? קענסט זיין זיכער אז אמעריקא איז נאך נישט גרייט פאר א אידישע פרעזידענט.

מאן יימר?
האט נישט סאנדערס געהאט ערנסטע מעגליכקייטן דערצו?
האט נישט גאור געוואונען די פאלולערע שטומען אין יאר 2000?

בן אדם » מוצ"ש יאנואר 28, 2017 10:05 pm

· #360971
איז ער נישט קיין שונא ישראל? (און אן אוהב ישמעאל?)

שבת אחים » זונטאג יאנואר 29, 2017 2:48 am

· #361011
אז ער לויפט האט ער מיין שטימע.

תמים » זונטאג יאנואר 29, 2017 3:07 am

· #361012
יעדער וואס זאל לויפן קעגן דעים נארסעסיסטישע מטורף האט מיין שטימע! פון טעד קרוז ביז בערני סענדערס ביז רענט דעם טו היי קאנדידאט..

איך גלייב שווער אז ער זאל זיכען צי לויפן, אין זיך אריינצילייגען אין טראמפס גארבידזש שמוציגען פיסק אין אזא יונגע עלטער.

מען פלעגט טאקע לאכן פון טראמפ'ס נארישע צונעמען אין ביליגע אטאקעס, אבער יעצט נאך זיינע געווינסען אין איבער פארן מיט א טראקטאר די גרעסטע פאליטישע קאנאנען פון די לעצטערע יארן, וועט יעדער טראכטען צוויי מאל פארן זיך אריינלייגען אין די שמוץ.

סוועט זיין גאר אינטערעסאנט ווער סוועט זיין די קאנדידאטן 2020, ביי די היפאקריטישע ריפובליקאנע גלייב איך שווער אז איינער וועט זיך ארויסשטעלן קעגן אים. איך קלער אז די בעסטע קאנדידאט אין 2020 קעגן טראמפ איז מייקעל בלומבערג א אמת'ע ביליאנער א מחוצף מיט עשיר יענה עזות גאטס.

אבער לאמיר האפן מען וועט נישט דארפן ווארטן פיר יאר, אין די קאשמאר זאל זיך אפטוהן פון אונז שנעלער פון דעים.

קלוגע יודל » זונטאג יאנואר 29, 2017 3:05 pm

· #361062
Re: מארק צוקערבערג - פרעזידענט 2020
די היפאקריטישע דעמאקראטן זענען עפעס בעסער?

תמים » זונטאג יאנואר 29, 2017 3:26 pm

· #361069
קודם כל בלומבערג וועט נישט לויפן אלס ריפובליקען, אויב עפעס אלס אינדעפענדעט.

אין די דערמאנסט מיר אז זיי זענען דעמעקראטען, גערעכט. אבער פאר סאם ריזאן האט ער געטשאסט צי לויפן אויפן ריפובליקאנע טיקעט, אין נאך ווי דער האט ידע נפש בהמתו בעסער ווי יעדער האט פארגעשאצט..

צי קען געשען די זעלבע ביי די דעמעקראטען, אז איינער זאל פארכאפן די פארטיי אין די אגענדע, אין אלע פירער וואס האבן נעכטן געזאגט אז ער איז א קענסער אין א קאן ארטיסט, אין האלטן אז ער איז א חורבן סיי אין כאראקטער, אין אפילו אין פאליסי, אין אויפגעבן אלע מאראלישע אין אפילו פארטייאישע ווירדן פאר מאכט? קען זיין! אין איך גלייב אז יא! אבער למעשה דערווייל האט עס פאסירט ביי די שמייליגע, אין קאנסערוועטיווע, פרינציפען גענויגטע ריפובליקאנע..

לאשיצער » זונטאג יאנואר 29, 2017 3:38 pm

· #361073
ירח בן יומו
איז ער נישט קיין יוד? קענסט זיין זיכער אז אמעריקא איז נאך נישט גרייט פאר א אידישע פרעזידענט.

איר זענט זיכער אז אמעריקע וועט נאך עקסיסטירן אין יאר 2020? 🙄

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 29, 2017 4:10 pm

· #361077
רבותיי: אויב מארק צוקערבערג וועט לויפן און געווינען די פרעזידענטשאפט וועללן מיר האבן א טשייניעז פוירסט לעיד. אויף די מאדערנע שפראך. אן אזיאטיש-אמעריקאנער פוירסט לעידי.

נאר דער נאאיווער יונגל פון געוועזענעם אידישן אפשטאם, ווייסט נאכנישט אז א סינטעטישער איד (עשרה דורות) טאר זיך נישט אריינשטופן די נאז איבעראל, און נישט זיין צו שטארק בולט און פראמינענט אין די נייעס.

ס'מאכט נישט אויס. די הארד קאור אנטיסעמיטן און שונאי ישראל וועללן איהם שוין אויסלערנען. )ער וויסט גארנישט. אדער ווילל ער נישט וויסן וואספארא ים פון שונאי ישראל ס'זענען דא אין אונזער אמעריקע. די מלכות של חסד. אויף דעם איז טאקע אפראפאו דער מאמר חז"ל אין פרקי אבות..."הוי מתפלל בשלומה של מלכות, שאלמלא מוראה, איש את רעהו חיים בלעו"...!

שמעון וואלף » מאנטאג יאנואר 30, 2017 8:49 pm

· #361274
איסר האטלקי
ירח בן יומו
איז ער נישט קיין יוד? קענסט זיין זיכער אז אמעריקא איז נאך נישט גרייט פאר א אידישע פרעזידענט.

מאן יימר?
האט נישט סאנדערס געהאט ערנסטע מעגליכקייטן דערצו?
האט נישט גאור געוואונען די פאלולערע שטומען אין יאר 2000?

גאור איז נישט קיין איד

אייז קריעם » מאנטאג יאנואר 30, 2017 9:16 pm

· #361285
איך ווייס נישט צו דער צוקערבורג איז א יוד, איך גיי פאר די סאונד פון: פרעזידענט צוקערבורג.
אסאך אלטע באבעס וועלן קוועלן.

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 14, 2017 11:36 pm

· #365556
אייז קריעם
איך ווייס נישט צו דער צוקערבורג איז א יוד, איך גיי פאר די סאונד פון: פרעזידענט צוקערבורג.
אסאך אלטע באבעס וועלן קוועלן.

יא יא, כידוע האט אייזקריעם אסאך צוקער..

קורקלענד » פרייטאג מאי 26, 2017 12:44 pm

· #372471
צוקערבורג ביי זיין קאמענסמענט רעדע אין הארווארד אוניווערסיטעט (פון ווי ער איז ארויסגעפאלן אינדערמיט) האט גערופן פאר א בעיס סעלערי וואס די גאווערמענט זאל צוטיילן פאר יעדן (אמעריקאנער). א זאך וואס ברענגט ארויף פאר מיר אין מח א גרויסע פחד. איך קוק אן אזא קאנצעפט ווי א פארעם פון שקלאף אבער ס'איז א לענגערע שמועס.

איין שטארקע קשיא איז דא אויף די אלע ווי איהם וואס ווארפן כסדר אזעלכע 'פרי סטאףף' רעטאריק בתורת הומאניסטישע און יושר'דיגע סיבות. דהיינו ס'איז אלס פיין ווען ס'קומט איינער אן ארימאן און מאכט א פארטיי 'רענט איז טא דעמנ היי'. איהם פארשטיי איך. ער איז אן ארימאן און האט נישט קיין געלט. ער האלט אז אנדערע האבן פארדינט שלא ביושר. און ער אפעלירט צו זיי אדער צום רעגירונג אדער צו די וויילער. עפעס אנדערש קען ער נישט טוהן. אבער דער צוקערבורג ער האט גענוג געלט צו נעמען דאס געזעץ אין די הענט אריין און אנהייבן טיילן מוצה'ת. ער האט אפי' א כח און השפעה אויף אנדערע וואס זאלן איהם נאכטוהן. דאס איז (געווען) איינער פון די שטערקסטע יסודות פון אמעריקע אז יעדער איז אינגאנצן בעל הבית אויף וואס ער פארמאגט און קען טוהן מיט זיין פארמעגן וואס ער וויל. טא פארוואס דארף ער אפעלירן צום רעגירונג אז מען זאל ביי איהם און אנדערע מיט געוואלד צונעמען וואס ער פארמאגט מיט געוואלד. פארוואס טוהט ער עס נישט וואלונטערי?????

קורקלענד » דאנערשטאג יולי 13, 2017 11:49 pm

· #379031
נאכן לעבן אזויפיל יאר אינעם אייגענע באבעל מיט כל מיני פריוועליגיעס. שבת וואלט געזאגט נאכן קאקן אזויפיל יאר אויף א גאלדענע טוילעט. האט זיך פאר דעם צוקערבורג אויך פארגליסט די תאוה צו ווערן פרעזידענט.

אלס חלק פונעם מארקעטינג האט ער זיך ארויסגעלאזט אויף א באזוך צו זעהן וואס זיינע ארעמע קאלעגען אין די פאראייניגטע שטאטן מאכן. אזוי פארענדיג האט ער זיך דערזען אז נישט אלעס איז אזוי מען פארקויפט אויפן גאס. און פלוצים האט ער זיך און א פאוסט אויף זיין פעיסבוק קאנטע זיך געלאזט הערן אז ער הייבט אן קריגן אן אנדערע בליק אויף אונזערע ארעמע ברידער.

טיילער דורדן פון זערא העדזש צולייגט זיין פאוסט אויף קליין געלט.