דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #11254
14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11254
דארט שטייט סך הכל אז איינער האט אים געהייסן טוישן נושאים, עס איז נישט קלאר אויב די אנוועזנדע האבן עס אפילו אויפגעכאפט.
און לויט ווי איינער האט איבערגעגעבן פאר בחדרי, איז עס געווען די רב שליט"א.
בקיצור עס איז נישט קלאר איר קראנטקייט.
איך האב שוין געוואלט לויפן זיך קוויטלן מיט דעם חשובן רב, אבער איך בין שוין מסופק אין די אמת'דיגקייט פונעם מעשה.
און לויט ווי איינער האט איבערגעגעבן פאר בחדרי, איז עס געווען די רב שליט"א.
בקיצור עס איז נישט קלאר איר קראנטקייט.
איך האב שוין געוואלט לויפן זיך קוויטלן מיט דעם חשובן רב, אבער איך בין שוין מסופק אין די אמת'דיגקייט פונעם מעשה.
איך גלייב נאכנישט די מעשה, אויב איז עס אבער יא אמת איז עס א גרויסע חידוש פון אים ווייל סאיז נישט זיין טיפּ און זיין סטייל שטיל צומאכן א רעדנער ביי א דינער, ער איז זייער א צוריקגעצויגענע שטילע נאאיווע מענטש בדרך כלל מיט שוואכע סאושעל סקילס און גאנץ א קנאפער פאליטשאן.
ער האט סך הכל געוויזן פארן שאול זאל ווייטער גיין מיטן קומעדיגע שאלה וכך הוה
אנאנים: קודם א ייש"כ. נאר איך וויל זאגן אז היינטיגע צייטן ליידער האטציך דער מצב אזוי שטארק דערקייקלט אז ווען א רב שטעלט זיך אויף און איז מקיים דעם לא תגורו מפני איש איז עס א חידוש נפלא. ווייל ליידער, רוב רבנים ווילן מיטגיין מיט'ן שטראם און זיין פאליטיקלי קארעקט. זיי זוכן זיך נישט צו פארטשעפנען מיט די ביריונים און סיקריקין. און ממילא דאס געט זיי כח זיך משתלט זיין אויפ'ן ציבור. און ווען א רב איז אן אויסנאם און ער שטעלט זיך אויף און זאגט ארויס דעם אמת, איז עס ראוי לשבח און מ'מוז עס מפרסם זיין. ממנו ילמדו וכן יעשו. און לאמיר האפן אז מער רבנים וועללן נאכטון נאך די אמת'ע ערליכע אידן וועט בעז"ה אריינקומען א שינוי לטובה...!
מען קען אריינלייגן 'סך הכל' אין דעם ליסטע...
דער צודרייטער אינג
קען נישט האלטן זיין צונג
רעדט אלעס וואס ער האט אויף זיין לונג
קריטיקירט שטיסל פארן מאכן א שטינק
אינגאנצן "בסך הכל"
האט דער רב געגעבן א וואַקל
ווען דער בעל דרשן האט געמאכט א קאַקל
ואחרי ככלות הכל
האט ער געהייסן יענעם סטאַפן
אבער רוב עולם האט בכלל נישט געטוהן כאפן
אז דעס גייט די 'שומרים קארטלעך' אינגאנצן צוקלאפן
און זיי וועלן אויפהערן מעשיות באקן
און די רשעים וועלן צום סוף גיין קאַקן
די אמתדיגע וואוילע אידן וועלן ראַקן אויף אלע באַקן...
קען נישט האלטן זיין צונג
רעדט אלעס וואס ער האט אויף זיין לונג
קריטיקירט שטיסל פארן מאכן א שטינק
אינגאנצן "בסך הכל"
האט דער רב געגעבן א וואַקל
ווען דער בעל דרשן האט געמאכט א קאַקל
ואחרי ככלות הכל
האט ער געהייסן יענעם סטאַפן
אבער רוב עולם האט בכלל נישט געטוהן כאפן
אז דעס גייט די 'שומרים קארטלעך' אינגאנצן צוקלאפן
און זיי וועלן אויפהערן מעשיות באקן
און די רשעים וועלן צום סוף גיין קאַקן
די אמתדיגע וואוילע אידן וועלן ראַקן אויף אלע באַקן...
שבת אחים: אייגנס...? וואו. יו ראק. דו שטייסט אויף איין מדריגה מיט די גרעסטע פאעטן פון קאווע שטיבל האלל אוו פעים...ווי רויטע וואנצעס און כוכב...!
ווי איז דא צו באקומען די קארטלעך איך זעה נישט אז מען זאל עס האבן
און וועלכע קינדער ווערן דערפון מחוצפים
אלע סארט קינדער?
אדער נאר וואס זענען הייפער"ד קינדער
ביי מיר ב"ה איז עס נאכנישט אויסקומען מיטצוהאלטן.
און וועלכע קינדער ווערן דערפון מחוצפים
אלע סארט קינדער?
אדער נאר וואס זענען הייפער"ד קינדער
ביי מיר ב"ה איז עס נאכנישט אויסקומען מיטצוהאלטן.
ביסט פארהיירעט?
berlbalagulehשבת אחים: אייגנס...? וואו. יו ראק. דו שטייסט אויף איין מדריגה מיט די גרעסטע פאעטן פון קאווע שטיבל האלל אוו פעים...ווי רויטע וואנצעס און כוכב...!
דאנקע שיינע. פארשעם נישט די גרויסע לייבן דא אין שטיבל מיטן מדמה זיין מיך צו זיי כביכול. 🙂
איש את רעהוווי איז דא צו באקומען די קארטלעך איך זעה נישט אז מען זאל עס האבן
און וועלכע קינדער ווערן דערפון מחוצפים
אלע סארט קינדער?
אדער נאר וואס זענען הייפער"ד קינדער
ביי מיר ב"ה איז עס נאכנישט אויסקומען מיטצוהאלטן.
היינט געזען גאנצעטע אלבומס אין סאטמאר חדר אין ווילי.
אויב האב איך געהאט א צל של ספק אז דער מפיץ פונעם א.ג. השומרים פראבירט צו האבן גוטע כוונות, האב איך נאכן ליינען דעם אויספירליכן אינטערוויו אינעם "מאמענט" מיטן מפיץ, זיך איבערצייגט, אז דער מפיץ, איז א שקרן וכזבן, און אן אומפארשעמטער פריוואריקעטאר. דער אומאידענטיפיצירטע באנדיט הילט זיך איין אין א איצטלא פון אומבאוויסטע רבנים וואס שטיצן אים אין געהיים - א מושג וואס גיבסט נישט אין דת היהדות. און לאזט לויפן א רינדע פון גראבע שקרים וכזבים דורכאויס זיין אינטערוויו, אז אלע רבנים שטיצן אים, און מכלומר'שט האט שוין די קארטלעך אפגעראטעוועט טויזענטער אידן פון אינטערנעט. איך גיי נישט דורכלויפן דעם גאנצן אינטערוויו, און ווער עס וויל קען דאס לייינען. דער שחצן שרייבט, אז די קריטיק קומט נאר אפיר אויף אינטערנעט, און דורך דעת פון בעלי בתים. א זאך וואס איז שקר וכזב, און יעדער רעכדענקעדיגער מענטש זעט און פארשטייט דעם בור ברשות היהדות וואס די גרוליגער קארטלעך טוען גראבן. דער גאנצע אינטערוויו קוקט אויס אזוי ווי דזשוליען אסאנדזש וואס געבט אן אינטערוויו פון א געהיימע קעלער, און האט מורא פון זיין לעבן. כל דבריו וואס דער מפיץ זאגט נאמרו ברוח שקר. און עס איז א וואונדער פארוואס דער מאמענט האט נישט ארויסגעלייגט א דיסקלעמער אז השומרים קארטלעך, איז פארדאמט ביי יעדער ראציאנאלער מענטש, אבער מיר האבן זיך געטון פארבינדן מיט די מפיצים, צו באקומען א קאליר פון זייער זייט, און ארויסברענגן די צביעות לעיני שמש.
פון איין פלאץ הער איך גאר אז די מחבר פון די רשעותדיגע קארטלעך איז גאר א מאנסי-וויזניצער חסיד, און מאנסי וויזניץ שטיצט עס יא, און פון די אנדערע זייט הער איך אז הרב יצחק יוחנן האט שטיל געמאכט דעם טויבער אינמיטן א העלן דינער, קען איינער אויסקלארן. הרב @אנאנים