א היימישע יונגערמאן רעוואלטירט... 32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11251
א היימישע יונגערמאן רעוואלטירט...
פאריגע וואך האט עפעס א אינגערמאן געווען ביי א חתונה און האט געניצט זיין סמארטפאן צי אפכאפן די חתונה, אינמיטן איז ציגעקומען א איינער און זעט אויס עם געהייסן אוועקלייגן די סמארטפאן און ער האט עם נישט געפאלגט האט דער מענטש עם גענומען שלאגן דער אינגערמאן האט נישט געפוילט, ער איז געגאנגען צי די פאליסי און געפיילט א רעפארט, פאליס האט יענעם אנגעקלאגט מיט 2 ערענסטע קלאגעס. דאס וועט אשר ברענגן די חתונה טעראריסטן צי סטאפן טעראריזירן מענטשן וואס ניצן זייער סמארטפאן צי כאפן בילדער, דא האט איר די ריפארט פון news 12
VIDEO
news 12 clip ס'הייבט זיך אן מיט א סמארטפאון און נאכדעם גייט עס צו מסירה! ווער ווייסט וואו ווייט די סמארטפאון קען אונז נאך ברענגען.
Re: א היימישע יונגערמאן רעוואלטירט...
קורקלענד ס'הייבט זיך אן מיט א סמארטפאון און נאכדעם גייט עס צו מסירה! ווער ווייסט וואו ווייט די סמארטפאון קען אונז נאך ברענגען.
איך פארשטיי נישט? וואס הייסט ספאנגט זיך אן? אן וואס? און צווייטנס שלאגן מעג מען און צי די פאליס טאר מען נישט גיין? אויב די האלסט די תורה שלאג נישט, און בכלל הייסט עס נישט מסירה
Re: א היימישע יונגערמאן רעוואלטירט...
זייט ווען וואוינט ער אין מאנסי? ער האט דאך געוואוינט אין לעיקוואד און געמאכט די דעליוועריס פאר NPGS. דוכט זיך ער איז א העלבראנץ פליט. למעשה האט מען איהם בא׳עוולט, אבער קודם דארף מען גייען אין ב"ד. ווען ס׳איז אן אפטער ערשיינונג, צו בשעת מעשה, קען ער אפשר גלייך קלינגען פאליציי. Sent from my LG-K373 using Tapatalk
כ'קען נישט פסקנ'ן. כ'האב סך הכל גערעדט בדרך צחות און די האסט עס גענומען אזוי ערענסט. דעס אז יענער טוט עבירות מיינט נישט אז דו מעגסט אויך.
Re: א היימישע יונגערמאן רעוואלטירט...
׳כמיין, טיילען שומרים קארטלעך קומט נישט פון גוים, נאר קירוב שבתונ׳ס. יעדער גוי ווייסט אז ווי אפטער מ׳מאכט קירוב שבתונ׳ס, וואס מער גליקליך מ׳איז. יאשקע אליינס האט געהאלטען אין איין מאכען שבתונ׳ס, מאנטאג, דינסטאג, וואס מער שבתונ׳ס. אבער שומרים קארטלעך וואלט ער קיינמאל נישט געטוהן. נאר אידען טוהן אזוי. Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: א היימישע יונגערמאן רעוואלטירט...
ווי הרב שטיסל האב והמחנך זאגט, דער שלעגער איז סתם קראנקע נשמה, איך וויל נישט זיין שאקט צו הערן איין טאג, אז ער האט זיך געשאסן.
אויב איז ער אזוי קראנק פארוואס האבן די ארומיגע נישט גערופן פאליס ווען ער האט געשלאגן? געווענדליך ווען א קראנקע מענטש צופירט זיך די הענט פאלט יעדער אריין אין פאניק און מען רופט 911
דאס איז דער אנפאנג פון זייער אינטערגאנג שכוח עקסטערעמיסטען יעצט האבן ענק געוויזן ענקער אמת'ע פרצוף
כסדום היינו. כעמורה דמינו: דער שלעגער האט געמעגט שלאגן. און קיינער האט נישט מוחה געווען. כ'מיין מיט הענט. אבער דער נשלג (כדברי ר' ראובן), ער איז דער שולדיגער. ווייל ער איז געגאנגען צו די פאליציי. און אויך צו די טעלעוויזיע...! צו וועמען האט ער געזאלט גיין...?! צו איצא שייגעץ פון התאחדות הגזלנים...! אט דער מצב איז דער גרעסטער חילול ה' אנגעווערטשאפט דורך די פאלשע דיינים און אנפיהרערס ווי די אויף 85 דיוויזשן, אין ברוקלין. עין רש"י פ' משפטים...! עה"פ ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם...! איי וועט דער ל--פ-- פון ב---- פרעגן אנדעריש... איז דער תירוץ, אז ס'איז דא אזעלכע אנפיהרערס פון א בית דין ווי איצא שייגעץ. האט מען נישט קיין ברירה און מ'מוז גיין אין גוי'אישן געריכט...! און דאס איז דער גרעסטער חילול ה'...! ואין פוצה פה ומצפצף. אבער צו ארגאניזירן באסעס צו פארן קיין וואשינגטאן צו שרייען פוי אויף ביבי נתניהו. אויף דעם איז מען יא דא...! נאר רופן פאליס אויף א אידישן רויבער און רוצח הייסט נישט מסירה...!
Re: א היימישע יונגערמאן רעוואלטירט...
מ׳האט יעצט גע׳ענדיגט די פרשיות פון יוסף הצדיק. מ׳זעט פון איהם א געוואלדיגע זאך. ס׳איז דא א שלחן ערוך פון א נרדף. א מענטש קען זיין דער ׳גערעכטע׳ אין א קעמפף און פון דעסטוועגען האט ער אויך באגרעניצונגען. ער מעג נישט טוהן וואס ער וויל, נאר לויט דער דין. יוסף האט געמוזט אויסלערנען זיין ברידער וואס זיי האבען געטוהן, אבער זייער געלט האט ער נישט געמעגט נעמען. דער יונגערמאן מעג האבען א סמארטפאון און יענער מעג איהם נישט שלאגען. די ארומקוקער׳ס האבען געדארפט אדער אראפשלעפען דער שלעגער אדער רופען פאליציי. נאכ׳ן שלאגען איז דער נשלג בארעכטיגט מעגליך צו חבלות, ווענד זיך אויפ׳ן ענין. נקמה נישט און מעגליך געלט יא. איי, באנדיטען האבען געגנב׳ט דער ב"ד סיסטעם? לערנט׳ס די הלכה, טרעפט׳ס אן עצה. אבער שמד׳ן איז נישט קיין עצה און אויסרייסען א הלכה אויך נישט. מיין נישט, איך פארשטיי דער קעניג זייער פיין. איך משפט איהם נישט, אבער גערעכט איז עס נאך נישט. אחוץ ווען יענער איז מצער דער רבים וכדו׳. אבער אלס מיט א קנה מדה פון הלכה. Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק, כ'פארשטיי נישט די טענה פון רופן פאליציי ווי איידער גיין צום בי"ד. לויט בי"ד, ווי מ'זעט תמיד אויף פלאקאטן און מ'הערט ביי דרשות, איז א סמארטפאון א כלי משחית וואס הרג'ט מענטשן — מילד גערעדט. יעצט וואָס וואָלט איר געטאן, איר זענט אין עטרת חי שרה, איר זענט נאך א בעקיטשע אין דער האנט-אויף-מחילה מעררי-גאו-ראונד וואס רוקט זיך אומגעפער צוויי מייל פער שעה, און מיטאמאל ציט פון בוזעם-טאש עמיצער ארויס א רעוואלווער, און האלט אים אויסגעשטרעקט קעגן דער מאסע. וואס איך וואלט געטאן? גע'קטנ'ט אין די הויזן, און געדאנקט גאט אז ס'איז פונקט אנוועזנד געווען אן אזויגערופענער "משוגענער" גענוג דרייסט אריינצושפרינגען אין פיסק פון לייב, און דערביי פארמיידן מאסן פאטאליטעטן. נישט בלויז איז דאס געווען אן אקט פון זעלבסט-פארטיידיגונג, דער וואנזיניגער איז גאר א העלד. גיין צום בי"ד? ער קריגט דאך א גאלדענעם פלעק. הערט זיך מאדנע? הערט זיך איבערגעטריבן? וועל, דאס איז ממש וואס מ'זעט און הערט זיך אן כסדר. אין פאקט, נוצן א רעוואלווער אלס א ביישפיל פאר אן אייפון איז זיכער אונטערגעשאצט. אפשר אויף א בלעקבעררי. אן אייפון? א מאשין גאן אויב נישט א טאנק.
Re: א היימישע יונגערמאן רעוואלטירט...
זיך געראנגעלט פאר געלעכטער ארום דרייסיג סעקונדען פער שורה דא... ווען יואב איז אין די גיסטע איז נישטא קיין מעצור.
ווען דער רוצח, ישי שליסל, וועלכער האט דערמארדעט די שיקסע שירה בנקי, וואלט געמשפט' געווארן ביי די התאחדות הגזלנים מיט איצא שייגעץ בראש, וואלט מען איהם געגעבן ששי און מפטיר. און געזעצט אויבנאן אין ס'מעדריש...! נאך א מזל אז די איזראעלי פאליציי האלטן נאכנישט די געזעצן פון איצא שייגעץ וסייעתו... 😂 🙄
ישי שליסל איז נישט קיין רוצח, ער איז א מקנא קנאת ה' במסירת נפש.
Re: א היימישע יונגערמאן רעוואלטירט...
איך בין מסכים אז בשעת מעשה האט מען געמעגט טוהן אלע מיטלען זיך צו ראטעווען פון פיין, כולל רופען פאליציי. די שאלה איז נאכדעם. אגב, דו האסט געזען א חתימה פון איין חשן משפט דיין קעגען סמארטפאונ׳ס? ווייל איך האב נישט. מאכט׳ס נישט קיין קוגעל פון דער ׳גאנצע סיסטעם׳. רבנים מיט טיפע טאשען און שטעקענע׳ס חתמנ׳ן קעגען סמארטפאונ׳ס, ווען חשן משפט נעמט צייט און מיה וואס לאזט נישט קיין סאך איבעריגע צייט פאר די שטותים. און ב"ד ביזנס איז דאך א היתר אליינס צו פארמאגען א סמארטפאון..... Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: א היימישע יונגערמאן רעוואלטירט...
ליטוואק, דו ווייסט דאך אוודאי אז מ'קען נישט האבן קיין טענות אויף איינעם וואס האט זיך נישט געקענט איינהאלטן און געגאנגען מסר'ן ווער עס האט אים געשלאגן. אפילו נניח ער האט עס נישט געטארט טון איז דא אזא הלכה וואס זאגט אז מ'קען נישט האבן קיין טענות דערויף.
Re: א היימישע יונגערמאן רעוואלטירט...
moshav zekeinim ישי שליסל איז נישט קיין רוצח, ער איז א מקנא קנאת ה' במסירת נפש.
קען זיין א מקנא קנאת ה"צ באקומט גן עדן, אבער אויף די וועלט באקומט אזא איינער ע"פ הלכה א שנעלער וואן וועי טיקעט אהין (למשל פנחס, אויב וואלט ער געהארגעט זמרי א רגע בעפאר אדער א רגע דערנאך. און ערשט איז דאס נאר ביי א בועל ארמית, נישט יעדעס מאל איינער ענגעיזשט אין א עבירה חמורה איז דמו הותר בשעת מעשה).
דעת תורה ליטוואק, דו ווייסט דאך אוודאי אז מ'קען נישט האבן קיין טענות אויף איינעם וואס האט זיך נישט געקענט איינהאלטן און געגאנגען מסר'ן ווער עס האט אים געשלאגן. אפילו נניח ער האט עס נישט געטארט טון איז דא אזא הלכה וואס זאגט אז מ'קען נישט האבן קיין טענות דערויף.
און אזוי האב איך טאקע געשריבען
מיין נישט, איך פארשטיי דער קעניג זייער פיין. איך משפט איהם נישט, אבער גערעכט איז עס נאך נישט. אחוץ ווען יענער איז מצער דער רבים וכדו׳. אבער אלס מיט א קנה מדה פון הלכה.
Re: א היימישע יונגערמאן רעוואלטירט...
נישט 'דו' פארשטייסט אים און זשאזשט אים נישט, דער שו"ע פארשטייט אים
Re: א היימישע יונגערמאן רעוואלטירט...
דעת תורה נישט 'דו' פארשטייסט אים און זשאזשט אים נישט, דער שו"ע פארשטייט אים
מראה מקום ביטע?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
וואס איז די ריכטיגע מהלך צי מאכן זוכער אז יעדער פאלגט די תקנות? אז סאיז דא א תקנה אין א חתונה זאל, וויאזוי קען מען עס אינפארסן ? נארמאל איז דא security gourd, ער טראגט דיך ארויס אויב דו פאלגסט נישט.
Re: א היימישע יונגערמאן רעוואלטירט...
קודם, וואס איז דער ענין פון מאכען אזעלכע תקנות? די טענה הייבט זיך אן ביים אסיפה פון מאכען א תקנה וואס נאר מיט געוואלד קען מען עס איינפיהרען. Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק, איך ווינדער מיר צו דו האלסט טאקע ערנסט אז מען דארף נישט גיין צו די אינסטאנצן נאך אזא שלעגעריי. בנוהג שבעולם אז מען גיבט א פאטש פאר א פאטש. פצע תחת פצע חבורה תחת חבורה. וגדולה נקמה שנכתבו בין שתי שמות. טאמער נעמען מיר נישט שריט קעגן שלעגערס און טעראריסטן ונמצא כל העולם מרביצים.
Re: א היימישע יונגערמאן רעוואלטירט...
אין די גויישע וועלט איז אויך אנגענומען אז מ׳קען נישט טוהן איש כל הישר בעיניו, ארדנונג מוז זיין. ווילדער שלעגעריי, הפגנות, בזיונות און גייען צו פאליציי זענען אלע, אין די תורה ליכט, ווילדע שריטען. איי, וועסטו זאגען אז קיין ב"ד איז דאך נישט דא? יא יא. און דאס איז צוליעב דעם וואס מיר זע׳ען נישט דער נויט דערצו. וכדברים המאירים של מרן רשכבה"ג בעל ברך משה "יש דין בישראל, ס׳איז דא פעדעראלע קאורט". ווען מיר וואלטען זיך אונטערגעווארפען דער תורה אינגאנצען, וואלט מען געהאט א קלארע פסק וואס צו טוהן און ווען איבער צו געבען. דער לאסט דארף נישט פאלען אויף די פלייצעס פון א פארווייטאגטע פליט מבית הלברנץ, און דעריבער באשולדיג איך איהם נישט פערזענליך. אבער א שינוי לטובה מוז זיין Sent from my LG-K373 using Tapatalk
יואב איר זענט נאך א בעקיטשע אין דער האנט-אויף-מחילה מעררי-גאו-ראונד וואס רוקט זיך אומגעפער צוויי מייל פער שעה,
פאר דעם קומצעך א גרעמי
א גוטן. איך זוך צו מאכן קאנטאקט מיט דעם קעניג, וועמען מען האט אטאקירט צוליב זיין סמארטפאון. קען איינער מיר שיקן פרטים אין אישי, וואו מען קען אים כאפן?
Re: א היימישע יונגערמאן רעוואלטירט...
חכמת שלמה א גוטן. איך זוך צו מאכן קאנטאקט מיט דעם קעניג, וועמען מען האט אטאקירט צוליב זיין סמארטפאון. קען איינער מיר שיקן פרטים אין אישי, וואו מען קען אים כאפן?
איך האב נישט זיין אינפארמאציע אבער קום אריין קלאר! וואס ווילסטו טון
מען הסתם וויל ער אים העלפען, ווען נישט וואס וויל ער אים קאנטאקטן? סתם צו סטראשען? קען נישט זיין.
ער האט געהאט אמאל זיך נאכגעפרעגט איבער גוואט'תמ"ל'ע, מיר ווילן אים העלפן דערמיט.
ארז, צו וואס ווייזן דיין מנוולות אפען? אז איינער איז געלונגן זיך ארויסצודראפן פון דיינא שמוציגע נעגל פארוואס לויפסטו עם נאך? געדענק אז ביסטדאך שוין אמאל געזעזן אויף דיין גראבן אחור אין די אמריקאנע תפיסה און היינט דיילט מען שוין אסאך שנעלער די נאמער פון די עפ. בי. איי, זיי געווארענט!
יעקב מענטש יואב איר זענט נאך א בעקיטשע אין דער האנט-אויף-מחילה מעררי-גאו-ראונד וואס רוקט זיך אומגעפער צוויי מייל פער שעה,
פאר דעם קומצעך א גרעמי
גרעמי באקומט מען פאר מוזיק. מיימסט זיכער אם אווארד אין ליטעראטור, א שטייגער פון נאבעל אדער פוליצער, א.ד.ג.