☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ישיבת אש קודש פיאסצנא

ישיבת אש קודש פיאסצנא

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11242

סאשי פיש » דינסטאג יאנואר 17, 2017 2:24 pm

· #359995
ישיבת אש קודש פיאסצנא
ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה, ברוב שבח והודיה לא-ל בורא עולם על כל החסד שעשה עמנו.

מיט גרויס פרייד און געהויבענע געפילען טוען מיר דא פארשטעלען "ישיבת אש קודש פיאסצנא".
די ישיבה קטנה פאר בחורים און עלטער פון 13-15 אין ניו יארק עפענט אירע טויערן צום נייעם יאר תשע"ח.

די ישיבה איז געווארן צוזאמענגעשטעלט דורך א גרופע אינגעלייט וואס זענען זעלבסט עלטערן טאטעס פון בר מצוה בחורים וואס האבן געזוכט א בעסערן עתיד פאר זייערע קינדער, נאך אסאך שווייס און מיה האלטן מיר דא בעז"ה ביי די ערשטע פאזע פון רעגעסטראציע.

אין די בייגעלייגטע בראשור טוען מיר פאר אייך פארשטעלן ווי ווייט מעגליך, די ציעל פון דער ישיבה, דער צוגאנג, דאס שטענדיגע מיטארבעט פון די עלטערן שיחיו וכו' און אזוי ווייטער. ליינט דאס אדורך בכובד ראש, דא ליגט די שליסל פון הצלחה צו אייער זון'ס ישיבה יארן און זיין עתיד.

ביטע שיקט די מעסעדזש ווייטער צו אנדערע עלטערן וואס זוכן א ישיבה פאר זייער זון.

מיט א תפלה צום בורא עולם אויף הצלחה!

בראשור:
<a class="postlink" href="https://goo.gl/w9je8Z">https://goo.gl/w9je8Z</a>

אפליקאציע:
<a class="postlink" href="https://goo.gl/lJtdEt">https://goo.gl/lJtdEt</a>

Website: <a class="postlink" href="http://www.AishKodeshYeshiva.com">http://www.AishKodeshYeshiva.com</a>

ק/פ

יעקב מענטש » דינסטאג יאנואר 17, 2017 2:37 pm

· #359997
די חלק הלימודים קוקט אויס היבש אימפרעסיוו.

1) איך וויל נאר וויסן וואס גייט זיין די לימודי חול, וואס גייט עווענטועל גרייט מאכן דעם אינגערמאן פאר א סטאבילע פרנסה, וואס זאל אים ערמעגליכן צו האבן און חתונה מאכן 10 קינדער אן קיין חובות ?

2) לאו דוקא קריטיק, אבער דאך מאדנע, דארף א ישיבה האבן א וועבסייט צו אדווערטייזן זייער ציהל ? וועלכע קליענטעל זוכן זיי מיטן עפענען א סייט ?

מיר'ער בחור » דינסטאג יאנואר 17, 2017 2:44 pm

· #359999
כמוהם ירבו בישראל !!
די ר"י איז א זון פון הארנעסטייפל'ער רבי פון סנהדריה?

תורה ומדע » דינסטאג יאנואר 17, 2017 2:50 pm

· #360002
מיט א רידשענס דיפלאומא אדער ניט?

הוגה » דינסטאג יאנואר 17, 2017 6:57 pm

· #360022
יעקב מענטש
איך וויל נאר וויסן וואס גייט זיין די לימודי חול, וואס גייט עווענטועל גרייט מאכן דעם אינגערמאן פאר א סטאבילע פרנסה, וואס זאל אים ערמעגליכן צו האבן און חתונה מאכן 10 קינדער אן קיין חובות?


אפשר גייען זיי אויסלערנען די בחורים נאר צו האבן קינדער לויט וויפיל זיי קענען עפארדן.

.

וואלווי » דינסטאג יאנואר 17, 2017 11:08 pm

· #360042
הוגה
יעקב מענטש
איך וויל נאר וויסן וואס גייט זיין די לימודי חול, וואס גייט עווענטועל גרייט מאכן דעם אינגערמאן פאר א סטאבילע פרנסה, וואס זאל אים ערמעגליכן צו האבן און חתונה מאכן 10 קינדער אן קיין חובות?


אפשר גייען זיי אויסלערנען די בחורים נאר צו האבן קינדער לויט וויפיל זיי קענען עפארדן.

.


זעט נישט אויס. מיט אזא נאמען ווי "אש קודש" בחורים?...