מיין חלום: א סידי פון דודי קאליש מיט יוסי גרין
אין האב עפעס א געפיל אז א שידוך פון יוסי גרין מיט דודי קאליש קען עפעס זיין גאר גאר ארטיסטעש און דראמאטיש. עפעס וואס קיין איין אנדערער היימישע מוזיק שידוך קען נישט נישט דערגרייכן. דודי קאליש פארמאגט זייער ספוקי און דראמאטישע רעיונות, און צוזאמען מיט יוסי גרין'ס שטארקע קאלירן קען עס דערגרייכן א הויכער פלאם. צו א נעקסטער לעוול.
איך דמיון זיך וויאזוי יוסי מאכט איין פאל אין דודי א צווייטער, יוסי ברענגט אן עקזאטישער פסוק און דודי מאכט אן עקזאטישער גראם עפעס נישט פון דעם עולם, זיי שווימען ביידע ארום אין עולם היצירה, דודי זינגט יוסי'ס תנועה און יוסי זינגט דודי'ס, און דא באגלייטן זיי זיך איינער דעם אנדערן.
או מוזיק: א קליינער בענד מיט אינטרעסאנטע כלים, ארעידזשט ביי דודי און לייב ריגלער און אפשר אביסל משה לאופר. והנה חלום.
האט עמיצער דא א שייכות מיט די מוזיק אינסטאנצן זיי איבערצוגעבן מיין רעיון?
Not going to happen. Yossi, like most Jewish artists, does not like Dudi.
איך בין נישט זיכער ווי ווייט באליבט יוסי גרין איז געווען אין דודי'ס עידזש, ער איז מיר לעצטנס געווארן זיידי יוסי דער זקן מלא רחמים, אבער יונגערהייט איז ער דאכט זיך נישט געווען אזוי צוגענגלעך.
אלס ארטיסט איז דודי פאקטיש פון די געציילטע אמת'ע מוזיק ארטיסטן ביים חרדישן עולם. זיין אלבום דוד ושלמה יוכיח.
אבער זיין זינגען איז שוואך (לדעתי)
ווענדט זיך וואס ער זינגט. ער זינגט מער ווי אן ארטיסט ווי איידער א זינגער.
ביים זינגען האבן זיי ביידע גאר שטארקע ענליכקייטן, אזוי אויך אין קאמפעזעטירן. זיי ענדלען זייער גלייך.
מושב, עס איז א בייפאל, מיר איז עס קיינמאל נישט איינגעפאלן!
צו מוזיק פארשטייסטו יא.
יוסי מיט דודי האבן ביידע גאנץ ענדליכע הייזעריגע שטימעס
איך וואלט מער געגליכן פינקי מיט זיין באסאווע שטימע זאל גיין צוזאמען מיט גרין אדער טאקע מיט קאליש
וואס זאגטס עטץ צו דעים? הא
קאליש א הייזעריגע שטימע?!
ער האט נישט קיין טיפיקל חזנישער שטימע אדער א גלאנציגער פילע שטימע. זיין שטימע איז מאט, שמאל, און אביסל דערשטיקט.
די סיבה פארוואס איך האלט אז יוסי מיט דודי קענען זיין וואונדערבאר צוזאמען איז ווייל זיי זענען זיך משלים אין עקזאטישקייט און אין קאלירפולע רעיונות.
פינקי און כמעט קיין איין אנדערער חרדישער מלחין איז נישט עקזאטיש.
איך זעה א אינטערסאנטע צוגלייך ביי זייערע ניגונים אז עס איז שווער נאכצוזינגען זייער ניגונים ,עס איז דא וויינוג פשוטע תנועות א שטייגער ווי הגלה נא פון משה גאלדמאן , אבער אינדערצייט וואס גרינ'ס ניגונים איז זייער שטארק אויסגעבויט א יעדער פרט פון די ניגון איז דודי'ס ניגונים זייער שוואך אין דעם אמאל זעט אויס די ניגון ווי איין גרויסע תנועה עס זעט זיך קוים אן וועלכע איז די ערשטע פאל און וועלכע איז די צווייטע, וואס ענדלט אין זייער זינגען איז אז זיי זינגען יעדע קנייטש מיט א קלארקייט און די זינגען איז פול מיט רגש.
קומזיץאיך זעה א אינטערסאנטע צוגלייך ביי זייערע ניגונים אז עס איז שווער נאכצוזינגען זייער ניגונים ,עס איז דא וויינוג פשוטע תנועות .
דודי'ס ניגונים זענען פשוט'ער ווי יוסי'ס. זיי זענען פארט קאליש זינגבאר סטייל.
קומזיץ אינדערצייט וואס גרינ'ס ניגונים איז זייער שטארק אויסגעבויט א יעדער פרט פון די ניגון איז דודי'ס ניגונים זייער שוואך אין דעם אמאל זעט אויס די ניגון ווי איין גרויסע תנועה עס זעט זיך קוים אן וועלכע איז די ערשטע פאל און וועלכע איז די צווייטע,.
ביסט גערעכט אז יוסי'ס ניגונים פארמאגן מער קנייטשן, מבואות ומעברות (ענדליך צו פינקיס א ניגון) מיט עטליכע פארבן, און דודי'ס איז מער גלאט, א פאל אדער צוויי פון א אינטרעסאנטער ריכטונג