☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » 21 יעריגע אידיש מיידל לויפט פאר מעיאר אין בינגהעמטאן, נ.י.

21 יעריגע אידיש מיידל לויפט פאר מעיאר אין בינגהעמטאן, נ.י.

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11240

ימי קדם » מאנטאג יאנואר 16, 2017 7:25 pm

· #359911
21 יעריגע אידיש מיידל לויפט פאר מעיאר אין בינגהעמטאן, נ.י.
אן אינטערעסאנטער נייעס:

א אינג אידיש מיידל, בילא רובינטאן, אינגאנצען 21 יאר אלט, האט דערקלערט אז זי גייט לויפן פאר מעיאר פון די שטאט בינגהעמטאן אין אפסטעיט ניו יארק. זי לויפט אלס א דעמאקראט, אנטעקעגן די אמטירענדיגער מעיאר, ריטשארד דייוד - א רעפובליקאנער.
אירע שאנסען צו געוואונען אפילו די פריימעריס זענען לכאורה גאר שוואך. אויב זי באווייזט עס יא וועט זי ווערן די אינגסטער מעיאר אין די פאראייניגטע שטאטן, אוועקנעמענדיג דעם טיטל פון Svante Myrick וואס איז געווען א קנאפע 24 יאר ווען ער איז געווארען מעיאר פון די שטאט איטעקע, אויך אין ניו יארק.

בינגהעמטאן האט בערך 50,000 איינוואוינער, אבער עס האט אויך א חשיבות אלס די היים פון די "בינגהעמטען אוניווערסיטעט" איינע פון די בעסטע פובליק אוניווערסיטעטן אין ניו יארק.

דא זענען אפאר נייעס ארטיקלען איבער דעם:
www.pressconnects.com/story/news/local/new-york/2017/01/13/binghamton-university-student-announces-run-mayor/96551858/
www.wicz.com/clip/13032441/bu-student-running-for-mayor-putting-people-first

איך אויך » מאנטאג יאנואר 16, 2017 7:36 pm

· #359913
איך קען אויך לויפן?

ימי קדם » מאנטאג יאנואר 16, 2017 7:43 pm

· #359914
איך אויך
איך קען אויך לויפן?

http://www.wikihow.com/Run-for-Mayor

עלי והצליח... קענסט נאך ארויפגיין אויף די בעלאט פאר די קומענדיגע 2017 וואלן אין ניו יארק סיטי.

ימי קדם » מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:03 pm

· #359916
זי איז די דריטע פון לינקס, מיט די תפילין...
12733376_1318810118135552_1863698918802832089_n.jpg

בן אדם » מאנטאג יאנואר 16, 2017 9:23 pm

· #359928
אין זכות פון די תפילין אי"ה

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 16, 2017 10:46 pm

· #359940
איך אויך
איך קען אויך לויפן?

'איך אויך'. שמא קגרים.

אברעימל » דינסטאג יאנואר 17, 2017 9:56 am

· #359971
ימי קדם
אן אינטערעסאנטער נייעס:

אירע שאנסען צו געוואונען אפילו די פריימעריס זענען לכאורה גאר שוואך. אויב זי באווייזט עס יא וועט זי ווערן די אינגסטער מעיאר אין די פאראייניגטע שטאטן, אוועקנעמענדיג דעם טיטל פון Svante Myrick וואס איז געווען א קנאפע 24 יאר ווען ער איז געווארען מעיאר פון די שטאט.


עס איז טאקע אינטערעסאנטער נייעס אבער זי וועט ווייט נישט זיין די אינגסטע מעיאר, קוק דא.

איך אויך » דינסטאג יאנואר 17, 2017 11:29 am

· #359978
נאכן זעהן די מיעסקייט מיט תפילין איז מיר אוועק די חשק צו לויפן. אבער אפשר אז שמעקי וועט זיין מיין קאמפיין מענעדשער און שטיסל מיין רעדע שרייבער וועל איך יא.

שמערל » דינסטאג יאנואר 17, 2017 11:53 am

· #359987
בעלזער רב האט זייער מקפיד געווען מען זאל נישט רעדן לשון הרע אויף פירות ארץ ישראל, זעהט אויס אויף אידן אליין האט ער נישט אזוי מקפיד געווען...

קאווע טרינקער » דינסטאג יאנואר 17, 2017 10:34 pm

· #360036
ימי קדם
זי איז די דריטע פון לינקס, מיט די תפילין...
📎 12733376_1318810118135552_1863698918802832089_n.jpg

איז עס נישט קיין סימן זכרות?

וואלווי » דינסטאג יאנואר 17, 2017 10:47 pm

· #360039
עטס מאכטס עפעס אזוי ליצנות פון איר תפילין לייגען. זי האט א ודאי שטודירט דעם תלמוד

איך אויך
נאכן זעהן די מיעסקייט מיט תפילין


טאקע וועגען דעם לייגט זי תפילין. א"ר אבא בר זבדא אמר רב אבל חייב בכל המצות האמורות בתורה חוץ מן התפילין שהרי נאמר בהם פאר שנאמר פארך חבוש עליך (ברכות י"א א')

בן אדם
אין זכות פון די תפילין אי"ה


המניח תפילין בחלום יצפה לגדולה (ברכות נ"ז ע"א)

זו חלום'ט דאך פון ווערען מעיאר...

דעת תורה » דינסטאג יאנואר 17, 2017 11:20 pm

· #360045
Re: 21 יעריגע אידיש מיידל לויפט פאר מעיאר אין בינגהעמטאן, נ.
וואויל איר אז זי לייגט תפילין. שכרה הרבה מאוד, כאטש עס איז נישט קיין ענין פאר מענער צו גיין מזכה זיין פרויען מיט די מצוה. כ'האף נאר אז זי ווייסט נזהר צו זיין בקדושת תפילין כראוי און זי קען די הלכות.

וואס איך כאפ נאר נישט איז, וואס איז שוין די גרויסע פארדינסט פאר זייער 'cause', דורך עס גיין אנטון כאינו מצווה ועושה? די 3 און א האלב מילעניא פון דעניגראציע ווערט נישט פלוצלינג נעלם ווייל זי טוט עס יא אן. דער פאקט פארבלייבט אז זי איז פטור פון די מצוה.

איך פארשטיי זייער דעם רצון צו טוישן קולטורעלע און סאסייעטי נארמען צו א מער איקוועל סאסייעטי. אבער מען קען נישט טוישן היסטאריע. און ממילא זאת התורה לא תהא מוחלפת.

שבת אחים » מיטוואך יאנואר 18, 2017 3:20 am

· #360064
די נטעי גבריאל האלט אז בשעת הדחק מעג א א פרוי אויך אנטוהן תפילין, און ווי די מפרשים זענען מסביר אויפן פלאץ אז סאיז דוקא בשעת הדחק ממש. אבער גראַדע די ישא ברכה מיט די עם עקש תתפתל זאגן טאקע אז מזאל אנפרעגן דריי רבנים און וואס זיי הייסן זאל מען טוהן פונקט פארקערט. די מיטעלע רב ז"ל האט געזאגט פאר די משמשים מ'זאל עס איבערזאגן דריי מאל משום או. סי. די בלע"ז. וכן נוהגים.

וואלווי » מיטוואך יאנואר 18, 2017 1:22 pm

· #360083
איך זע טאקע אז דו ביסט זיך אלס שואל עצה מיט רבנים:

When John Cardinal O'Connor and these other Cardinals and Bishops have experienced their first pregnancies and their first labor pains and they've raised a couple of children on minimum wage, then I'll be glad to hear what they have to say about abortion. I'm sure it'll be interesting

George Carlin