דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #11238
11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11238
אויכעט קומט אים פעטש פארן אוועקכאפן אונזער באליבטע @וועטערבאריכט'ער
העם עם רב שטיסל
סאשי פישאויכעט קומט אים פעטש פארן אוועקכאפן אונזער באליבטע @וועטערבאריכט'ער
איך בין בכלל נישט אוועקגענומען געווארען, איך שרייב די וועטער און פרוביר צו מהנה זיין דער עולם , טעלעגראם איז פשוט אסאך גרינגער צו ניצען און שרייבען אלס א פלאטפורם. איך האב קלאר געמאכט מיין מיינונג אז איך בין נישט מסכים צו ווערען נאכגעקפעיסט און אז איך פרעזענטליך האלט אז מען זאל שרייבען אריגעניעל קאנטענט , איך האלט נאך אלס אזוי . אנשטאט פון לויפען מיין אייגענע טשענעל האב איך א וועטער טשענעל אויף א חלק פון די z9 ,עס איז וועטערבאריכט @ z9 און איך מיש מיר נישט אויף די אנדערע טשענעלס. איך האב נישט געטוישט מיין מיינונג וועגען דער ענין פון נוצען אייגענע קאנטענט. איך פארשטיי דער ווייטאג פון איינער וואס לייגט אריין כח צו שרייבען א גוטע שטיקעל און אז עס איז זייער נישט ביושר דאס צו גנבענען. איך האפ אז דער שטיבעל גייט ווייטער און אז שרייבערס באקומען כאטש פול קרעדיט אויפן שרייבען.
אנאנים, עס איז א פלעזשור צו ליינען דיינע שרייב ווערק וואס דו שרייבסט דא אויפן שטיבל. כה לחי!
איך וויל פשוט פארשטיין עפעס וואס איך האב שוין מסביר געווען פאר איינעם איבער אן ענליכע ענין, און זאגט מיר אויב איך בין גערעכט אדער נישט. ווען עס קומט צו אינטערנעט פארשטיי איך נישט געהעריג דעם באדייט פון 'גניבה'. ווען עמיצער דריקט די ווארט SEND אויף א פובליק פארום אא"וו ווערט דאס א שטח הפקר. אינטערנעט איז ווי איין גרויסע גרופ. די רגע דו שרייבסט עפעס איז א מעוות שלא יוכלו לתקן, עס איז דערנאך! איך קען אבער פארשטיין די נאטורליכע ווייטאג ווען איינער נעמט אן ארטיקל וואס איך האב אפגעשריבן און ער שרייבט דאס בשמו. אבער דער וואס ליינט דאס, ווייסט נישט ווער @אנאנים איז און ווייסט נישט ווער @פרייוויליג איז. וואס מאכט דאס אויס? איך פארשטיי אויך אז אויב דאס טוט פארט פארדריסן פארן שרייבער, און מ'בעט זיך אז מ'זאל דאס נישט "גנב'נען" אז דאס זאל באנק טאן. אבער עס איז נישט שייך די ווארט גניבה לענ"ד. ווען איך זען מיין ארטיקל צירקולירן אויפן געוועב, טוט מיר דאס נישט וויי, ווייל די עיקר איז אז די חומר ווערט געליינט, וואספארא נפק"מ איז וואס די פענע נאמען איז, מקען דאך נישט קיינעם.
איך פארשטיי אז עס איז דא אלערליי סארט מענטשן, און עס קען יא פארדריסן. אבער איך זע נישט וואו גניבה קומט אריין דא. עס איז דא הונדערטער מידיא בלאגס וואס גנב'נען נייעס און באשרייבונגען. VIN NEWS געבט דען קרעדיט פאר וועמען עס קומט זיך?
אודאי קען עס שמעקן פארן שרייבער אז מ'זאל צוטיילן קרעדיט, אבער מ'דארף נעמען צו קענטעניס אז דאס איז נישט קיין ביכל אדער ספר, עס איז "אינטערנעט".
קען זיין איך פארפעל קלארקייט.

נו ראובן ער האט יא געשריבן אז ס'קימט פון שלום שטיסל קאווע שטיבל
פרייוויליג: איך וויל מיך אדרעסירן דייקא צו דיין תגובה וואו דו שרייבסט צווישן אנדערע אז לכאורה אן ארטיקל אדער מאמר וואס איינער טוט קאמפאזירן און ס'טוט צירקולירן אויפ'ן אינטערנעט האט קיינער נישט קיין רעכט דערצו. אפילו דער מחבר אויך נישט. א יעדער מענטש וואס קומט אויף מיט אן איידיע אדער איז עפעס מחדש מיט א געוויסע מיינונג איבער סיי וועלכן ענין האט א נאטורליכע רעכט נהנה צו זיין דערפון. צו דאס איז כבוד און אנערקענונג אדער א פינאנציעלער בענעפיט. דאס ווערט אויף ענגליש אנגערופן..."אינטעללעקטשועל פראפערטי"...געוויסע בלאגס אדער אינטערנעט פראוויידערס ווען זיי לאזן דיך ארויף אויף זייערע וועיווס, שרייבן אריין אין זייער עגרימענט אז א יעדע אינטעלעקטשועל חידוש און קרעדיט געהער פאר זיי. דאס מיינט אז מ'קען נישט פראפיטירן פינאנציעל פון אן ארטיקל אדער מאמר וואס מ'שרייבט אויף זייערע פאסיליטיעס. אבער פון דעם איז משמע אז ס'איז יא פארהאן אזא קאנסעפט. און ווען איינער קאפי/פעיסט א מאמר אדער אן איידיע וואס ער האט גענומען פון א צווייטן אן געבן קרעדיט איז עס אן עוולה. בכל אופן. אונז זעהען פון די גמ' וואס זאגט..."האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם,..נאר , ב"ה איך ווייס נישט פון קיין צרות צו זאגן. איך ווייס נישט וואס ס'הייסט טעלעגרעם טשענעלס וכו'. קוים ווייס איך וואס וואטסעפפ איז (און ווען רבינו הגה"ק מקר"י רעדט איבער טעכנעלאגיע, כלשונו הקדוש, ביניך זיכער אז ער מיינט מיך. און נאר מיך. ווייל איך ווייס נישט אויב ס'איז דא נאך אזא עם הארץ ווי איך...!)... 😂 🙄
@פרייוויליג, כוויל אביסעל מעורר זיין איבער דעים וואס די שרייבסט לגבי א ניק נאמען.
נישט יעדער איז אויפן געוועב כדי ארויס צו לייגן א קול אדער אז ווי מער מענטשן זאלן ליינען זייער ווערק.
ס'איז קיין ספק אז אויפן געוועב בכלל און דא אין שטיבעל בפרט איז דא כמה מענטשן וואס שטייען אינטער א ניק און טרייען אהער צו שטעלן א ניק וואס פאסט זיי.
ס'האט מיר געזאגט א מענטש וואס כ'קען פערזענליך אז ער געבט מער אכטונג אויפן ניק ווי אויף זיין פערסענאל עכטע נאמען.
ער האט מסביר געווען אז אין ריעל לייף מיז ער לעבן אונטער געווען פרעשור ליידער אין קען נישט ארויס קומען באמת אזוי ווי ער וויל זיינע שיטות זאלן זיין אין ער איז צובראכען דערפון, אבער אינטער א פען נאמען פיהלט ער אזוי גוט אין קען זאגן וואס ער האלט, (עפעס אזוי ווי א טרענס וואס קומט ארויס פונעם קלאזיט)
יעצט דער איד געבט אוועק לייב און לעבן צו שרייבן כדי צו באקומען די לייקס און עטענטשען וואס ער האט ערליך פארדינט, ער וויל דייקא אז טאמער מ'רעדט אין ביהמ"ד אז ס'דרייעט זיך עפעס א גוטע ארטיקעל זאל מען זאגן אז פלוני פון ק"ש האט געשריבן א גוטס, איידער ווי א גנב פון טעלעגרעם.
צום שלוס, נישט יעדער נעמט זיין ניק אזוי ערנסט ווי א צווייטע, אבער געוויסע נעמען די ניק ערענסט און פארלאנגען אן אנערקענונג אויפן ארבייט וואס זיי לייגן אריין.

איך וויל נאר מעורר זיין אז איך האב באקומען שרייב ארבעט פון קאווע שטיבעל. דאס וואס מ'האט געזען דא האט מיר צוגעברענגט צו מענטשען וואס האבן געזוכט געוויסע, תורה'דיגע און אלגעמיינע, טייטש ארבעט צו איבערשרייבען אויף לשה"ק. איך בין קיין עושר נישט געווארן דערפון, אבער א נארמאלע בענעפיט האב איך געהאט.
פארוואס disabled נישט קאווע שטיבל right click ? אזוי מ'זאל נישט קענען copy paste..?
יאסל ראקאווערפארוואס disabled נישט קאווע שטיבל right click ? אזוי מ'זאל נישט קענען copy paste..?
I don't think it's a good idea.
It will be annoying for honest users, while the dishonest users will easily find a work-around. (I imagine it's very easy to get over it).