☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » אשכול אן א טיטל #11231

אשכול אן א טיטל #11231

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11231

— » מוצ"ש יאנואר 14, 2017 10:45 pm

· #359734

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

mevakesh » מוצ"ש יאנואר 14, 2017 11:11 pm

· #359735
וואס הייסט וויזניץ איז קעגן? דער גרינדער איז דאכט זיך א וויזניצער און ישראל הגר פון מאנסי איז זייער גרעסטע שטיצער

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש יאנואר 14, 2017 11:23 pm

· #359737
און איך האב אלס געמיינט אז בני תורה מיינט מענטשען וואס וועלגערען טייג אויף מצות מצוה.....

לויט וואס איך הער פון דער עולם דא אין שטיבעל, דער מאמענט איז אן אויסגאבע וואס שטופט יא אביסל דער ליניע צו מער אפענקייט. קראקס אין גאס איז א שוואכע ריכטונג, אבער פארט. אין דער איד וואלט מען נישט צוגעלאזט קיין דעבאטע. איך וואלט נישט פארדאמט מאמענט צו שנעל, עכ"פ לויט וואס מ׳הערט דא אין שטיבעל. איך האב עס נאך קיינמאל נישט געקויפט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שבת אחים » זונטאג יאנואר 15, 2017 2:31 am

· #359749
מ׳דארף מאכן א נייע סעריע שומרים קארטלעך קעגן די שומרים קארטלעך, אפשר לייגן בילדער ווי ראבינאוויטש און צימערמאן פלאקערן אין גיהונים.

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 15, 2017 3:04 am

· #359752
בודהיסטן האבן אויך גיהנם? נו מאי הועילו חכמים...

שבת אחים » זונטאג יאנואר 15, 2017 4:05 am

· #359753
שמעקעדיג
בודהיסטן האבן אויך גיהנם? נו מאי הועילו חכמים...


הוא אשר דברתי, מ׳דארף נוצן די זעלבע טאקטיק ווי זיי, זיי פארשפרייטן ליגיונת מיט זייערע קארטלעך און אזוי וואשן זיי די יונגע אומוויסענדע מוחות אז מ׳גייט פלאקערן אין גיהונים ווייל מ׳האט א סמארטפאון, זאלן זיי נאכמאכן די זעלבע שומרים קארטלעך מיט די זעלבע פארמאט וואס אלעס וואס זיי זאגן אז סגייט געשעהן אויב מ׳האט א סמארטפאון זאל מען ארויסדרייען די ריוואלווער אויף זיי.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 15, 2017 8:48 pm

· #359803
לויט דער וועבסייט, האבען שוין מער ווי 6000 מענטשען א בליק געטוהן אין די אשכול. איינער ווייסט וויאזוי ס׳איז אזוי נתפרסם געווארען? שלום האט עס ערליך פארדינט, אבער ווער האט זיי אלעמען פארציילט דערוועגען?

פרייוויליג » זונטאג יאנואר 29, 2017 4:13 pm

· #361079
געשריבן אין א דערנעבעדיגן אשכול:

אויב האב איך געהאט א צל של ספק אז דער מפיץ פונעם א.ג. השומרים פראבירט צו האבן גוטע כוונות, האב איך נאכן ליינען דעם אויספירליכן אינטערוויו אינעם "מאמענט" מיטן מפיץ, זיך איבערצייגט, אז דער מפיץ, איז א שקרן וכזבן, און אן אומפארשעמטער פריוואריקעטאר. דער אומאידענטיפיצירטע באנדיט הילט זיך איין אין א איצטלא פון אומבאוויסטע רבנים וואס שטיצן אים אין געהיים - א מושג וואס גיבסט נישט אין דת היהדות. און לאזט לויפן א רינדע פון גראבע שקרים וכזבים דורכאויס זיין אינטערוויו, אז אלע רבנים שטיצן אים, און מכלומר'שט האט שוין די קארטלעך אפגעראטעוועט טויזענטער אידן פון אינטערנעט. איך גיי נישט דורכלויפן דעם גאנצן אינטערוויו, און ווער עס וויל קען דאס לייינען. דער שחצן שרייבט, אז די קריטיק קומט נאר אפיר אויף אינטערנעט, און דורך דעת פון בעלי בתים. א זאך וואס איז שקר וכזב, און יעדער רעכדענקעדיגער מענטש זעט און פארשטייט דעם בור ברשות היהדות וואס די גרוליגער קארטלעך טוען גראבן. דער גאנצע אינטערוויו קוקט אויס אזוי ווי דזשוליען אסאנדזש וואס געבט אן אינטערוויו פון א געהיימע קעלער, און האט מורא פון זיין לעבן. כל דבריו וואס דער מפיץ זאגט נאמרו ברוח שקר. און עס איז א וואונדער פארוואס דער מאמענט האט נישט ארויסגעלייגט א דיסקלעמער אז השומרים קארטלעך, איז פארדאמט ביי יעדער ראציאנאלער מענטש, אבער מיר האבן זיך געטון פארבינדן מיט די מפיצים, צו באקומען א קאליר פון זייער זייט, און ארויסברענגן די צביעות לעיני שמש.


די אכזריות פון די השומרים קארטלעך און די נאכפאלגן איז אזוי שרעקליך אז איך בין מסופק אויב די מספר יארן פון אותו האיש וואס גייט פארמשפ'ט ווערן [לויט די אריז"ל פופציג יובל'עך] איז א מספר קטן קעגן די מפיצים.

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 6, 2017 10:24 pm

· #362145
די וואך האט יואל אשר לאבין א הערליכע ארטיקל, טאקע אין דעם זעלבן מאמענט, ער באציעט זיך אויף די דעבאטע פון די שומרים קארטלעך, און שרייבט סך הכל אז ביי אונז האט מען געוואוסט אז המטרה איז נישט מקדש די אמצעים, און אז תוכחה איז געמאכט כדי צו מקרב זיין אידן צום ריכטיגן וועג און נישט מרחק זיין, בקיצור א הערליכע דרשה, עיי"ש ויונעם לך.

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 19, 2017 3:01 pm

· #366039
אן אטאקע אויף די שומרים האטליין אקעגן דעם מחנך הרב וואזנער, שרייבער אינעם "מאמענט", פאר'ן זיך וואגן צו שרייבן אז אקעגן געפילטערטע פאונס פעלט נישט אויס קיין שומרים קארטלעך.

דא האט איר די מאמענט ארטיקל פון די וואך:
📎 SUP.jpg 📎 SUP2.jpg

איש את רעהו » זונטאג מערץ 19, 2017 6:13 pm

· #366056
[ציטאט אראפגענומען]

הרב וואזנער רימט דאך אויס די הצלחה אז די קארטלעך איז עס ממאס ביי זיינע קינדער
עס האט אים נאר געבאדערט וואס עס האט געטין צו זיין קינד
איך קען גוט הרב וואזנער פון קליינערהייט, ער לאזט נאך יעצט זיינע קינדער דערמיט שפילען.

יעלה ויבא » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 8:04 pm

· #366591
די תוhttp://cloud.tapatalk.com/s/58d4615849289/VID-20170323-WA0097.mp4
תוצאות פונעם שומרים קארטלעך הייבן אן זיך שפירן תלמוד תורה תשב״ר

lead, follow, or get out of the way

יתרו » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 8:14 pm

· #366593
דער רינדיכיגער וואס שרייעט דארט וועט נאך איינטאג שערן א בעיסמענט מיט מושב זקנים.

קאצקע ציקער » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 9:14 pm

· #366604
איין קינד שרייט אהבתי את אדוני לא אצא חפשי די חברה זענען מיעס באהאווענט אין די קארטלעך. ליידער ליידער

פליקער » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 10:00 pm

· #366611
יעלה ויבא
די תוhttp://cloud.tapatalk.com/s/58d4615849289/VID-20170323-WA0097.mp4
תוצאות פונעם שומרים קארטלעך הייבן אן זיך שפירן תלמוד תורה תשב״ר

lead, follow, or get out of the way

האב איך געזען די קליפ, און מיין בלוט האט געמאכט איר רייזע צו מיין מוח און א אימגעהויערע שנעלקייט, און מיר שיעור געברענגט א שטורץ.
יאפ מיר זענען דא, דטס איז די פיוטשער, דאס זענען די פירות, די קליפ איז די ווירקלעכקייט, דאס איז די ריאליטי, און דאס איז די רצון קדשו פון די רבנים

בין איך דער איינציגער וואס האט באקומען אויף פאסט דורך ברוך טעם א געהענגעל מיט שומרים קארד'ס, איך גלייב אז נישט, דאס איז שוין חוצפה עמי בבית סטייל, מען מיז ציריק דערלאנגען פאר ברוך טעם, צו וועט ער אויך פאר א פאר טולער מפיץ זיין קורן אדער פיצי צלמים?, זיכער נישט, שמע מינה אז ער איז א חלק דערפון, מיז מען זיי שינדען די הויט.

גראף » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 10:32 pm

· #366613
עס זענען דא מער ווי איין אפשען עוועילעבעל ווי אזוי צו האנדלן מיט די חברה. ערשטענס דער וואס האט געכאפט די ווידיאו וואלט עם עם... געדארפט ווי אזוי זאגט מען עס יא, אבער מען טאר דאך נישט אלס טשיילד אביוז. וואס איך וואלט געטיען איז, איך וואלט פשוט אריין געגאנגען אין בנין און געבארגט א פייער עקסטינגוועשער פאר צוויי מינוט.

פאר די לאו לייפס וואס שיקן און דיסטרוביוטען די שומרים קארדס דארף א באזונדער אפהאנדלונג.

בן אדם » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 10:34 pm

· #366614
איך זעה נישט וואס איז אזוי געפערליך מיט דעם קליפ. איינער האט זיך ס"ה גערייצט מיט זיי האבן זיי צוריקגעשפילט די געים.

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 11:00 pm

· #366616
א רחמנות אויך די קינדער נעבעך! וואקסן אויף אין א צוטדרייטע עקסטרעמע קולט ליידער!

די קעניג פין אמעריקע » פרייטאג מערץ 24, 2017 1:21 am

· #366626
יעלה ויבא
די תוhttp://cloud.tapatalk.com/s/58d4615849289/VID-20170323-WA0097.mp4
תוצאות פונעם שומרים קארטלעך הייבן אן זיך שפירן תלמוד תורה תשב״ר

lead, follow, or get out of the way

פריקען אונבעליוועבל! יעדע ברעקל נארמעליזעם רייסט מען ארויס פון זיי. מיר מיזען דאס פייטען מיט ציין און נעגל.

קומזיץ » פרייטאג מערץ 24, 2017 1:33 am

· #366629
דאכט זיך מיר אז תשב"ר איז אפיציעל א עקסטרעמע פרימע חדר , איז אויף דעיע קינדער איז עס נישט קיין חידוש זיי זענען דאך מחונך אז נאר זיי זענען די ערליכע יודן וואס וועלן ג'יין קעגן משיח , אבער אונז נארמאלע מענטשן דארפן מיאוס מאכן דעיע שומרים קארטלעך ביי אונזערע קינדער . אז עס זאל זיי אויסזען ווי א גרף של רעי

די קעניג פין אמעריקע » פרייטאג מערץ 24, 2017 1:42 am

· #366630
כ׳מיין אז די שומרים קארטלעל וועלען זיך ענדיגען ווען ס׳וועט קומען א (אויספארף?) פון די פארקערטע מחנה און דריקען קורן. צו טיילען פאר זיי. אבער נישט קורן וואס איז לעגאל קורן. ס׳דא גענוג זאכען וואס ביי אונז אוז עס קורן גמור אבער ביים גוי איז עס אוסגעהאלטען. כ׳קען געבען דוגמאות. אבער כ׳האב מורא אז כ׳גיי שוין צו ווייט.
(אויב האב איך שוין געשריבן צי ווייט ביטע מעורר זיין און אישי)

טרויבן88 » פרייטאג מערץ 24, 2017 3:44 am

· #366635
יעלה ויבא
די תוhttp://cloud.tapatalk.com/s/58d4615849289/VID-20170323-WA0097.mp4
תוצאות פונעם שומרים קארטלעך הייבן אן זיך שפירן תלמוד תורה תשב״ר

lead, follow, or get out of the way

אנבליוועבעל. נישטא מער וואס ציצולייגן. אבער וויינען איז נישט דאס פלאץ ווי אויסגעשמועסט און אן אנדערע אשכול. <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/364956">viewtopic.php?p=364956#p364956</a><!-- l -->

טרויבן88 » פרייטאג מערץ 24, 2017 5:01 am

· #366638
לגבי די מאמענט, אונז חרידישע אידן זענען געשטראפט געווארן מיט געלע זשורנאליזם, דאס הייסט א צייטונג אזוי ווי דער צייטונג, דער שטערן, דער איד, דער בלאט, וכו' א צייטונג וואס מ'קען פארקויפן אין די גאנצע וועלט... עס איז א אינטערנאציאנאלע צייטונג, עס דעקט נישט ספעציפיש די קאמיוניטי אין וואס עס דינט, נאר עס ברענגט נייעס,
מילא מיט דעם פאר ווי געפערליך עס איז איז צוגעקומען אויף אונזערע וואונדן די נעקסטע מגפה, און דאס איז דער "מאמענט" וואס זיין מהלך איז נאך ערגער, ער נעמט דברים העומדים על הפרק, ערנסטע נושאים, טייל נושאים אויף וואס מענטשן בלוטיגן דערויף, און ער קומט אן ברענגט עס ארויף פאר דיסקוסיע, ווי כאילו מען האט א קלוגע מענטש וואס אויב האט ער א מיינונג זיך זייער זאגט ער עס ווען... ער קען דאך נישט אויסדריקן וואס ער האלט, אויב יא וועט ער אדער פליען אדער וועט מען זיין ארטיקל נישט דריקן, סא??? מען מאכט א עיִרוּב טוב ורע, 1) מען ברענגט ארויף די נושׂא מיט א קשיא, 2) מען רעדט ארום פון די קשיא 3) מען רעדט אביסל צדדים פון די עקסטרעם ביז צענטער רעכטע צדדים, 4) מען פירט אויס וואס מען האט לכתחילה געוואלט שרייבן... איבערהויפט די מחנך קאלום האט דער מהלך, למשל די ארטיקל צי מען זאל לאזן קינדער זיך ערווערבן א פאך ווי למשל שפילן, זינגען, דארט ניצט ער אויס די טריקל דאַון מהלך, א בושה און עקל, ווילסט נישט דיסקוסירן א נושׂא? גוט. דיסקוס עס נישט, סתם צי פארוואסערן א ערנסטע נושׂא מיט די trickle down מהלך איז אבסעלוט עקל,

אישתישבי » זונטאג מערץ 26, 2017 7:05 am

· #366764
פארוואס רופט איר דער מהלך דער טריקל מהלך?

טרויבן88 » זונטאג מערץ 26, 2017 11:20 am

· #366768
אישתישבי
פארוואס רופט איר דער מהלך דער טריקל מהלך?

טריקל דאַון מיינט שניידן פאר די רייכע, אזא אינטערוויא איז נישט מער ווי עפעס וואס שניידט אויך אלעמען גלייך נישט קיין חילוק נושׂא צי וואס, משניידט אראפ די קשיא ביז די בלעטער פילן זיך אן

איסר האטלקי » דינסטאג יוני 13, 2017 12:48 am

· #374801
פון וואו קומט די נייעס אריין?

ציבעלע-קיגל » דינסטאג יוני 13, 2017 11:53 am

· #374858
[ציטאט אראפגענומען]


ברוך שפטורני

קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 13, 2017 3:00 pm

· #374919
[ציטאט אראפגענומען]


כי לא ינוח שבט הלוי...

איש את רעהו » דינסטאג יוני 13, 2017 3:11 pm

· #374926
[ציטאט אראפגענומען]

ער ווערט רב הצעיר אין שבט הלוי