☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אשכול אן א טיטל #11230

אשכול אן א טיטל #11230

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11230

— » מוצ"ש יאנואר 14, 2017 8:35 pm

· #359722

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 14, 2017 9:03 pm

· #359727
שלום שטיסל" ייש"כ פאר ארויסקומען אין די עפנטליכקייט מיט דעם פארעקלטן פארשוין טויבער, וואס רופט זיך נאך ..."הרב"... מיט איהם איז די זעלבע מעשה ווי איך האב געהאט מיט דעם "איד"... א יעדע וואך וואס איך האב געליינט דעם קאלום פון הרב אליעזר עפשטיין המכונה סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו, האביך געהאפט אז דאס נעקסטע מאל וועט ער שוין שרייבן עפעס נארמאל. די זעלבע מיט דעם אבא חייא טויבער. א יעדעס מאל איך ליין זיינע עקלדיגע ווערטער, האף איך אז די נעקסטע מאל וועט ער שוין שרייבן עפעס נארמאל און פאזיטיוו. ביי מיר איז ער אויף די זעלבע דרגא ווי נחום ראזנבערג. אבער לעצטנס איז ער ביזי מיט די השגחות וואס טויגן נישט. בכלל, רעדט ער צוזאם שטותים והבלים. אזויפיהל ווייס איך, אז ווען איך ליין א קאלום געשריבן דורך הרב יואל אשר לאבין אדער די אנדערע שרייבערס, ווער איך אינספירירט. אבער זיינע שרייבערייען לאזן מיר איבער מיט א זויערן טעם אין מויל...

נ.ב. אויב די חשוב'ע הנהלה האלט אז מיינע ווערטער זענען צו שארף, געב איך זיי רשות למפרע אויסצו מעקן די תגובה...!

וואלווי » זונטאג יאנואר 15, 2017 12:09 am

· #359745
די פאר מאל וואס כ'האב געליינט זיין קאלום האב איך נאר געזען איין זאך. זיין תאוה צו רעדען שלעכטס אויף יודען איז אין לשער. שלעכטס, שלעכטס, און נאכאמאל שלעכטס.

ס'זאגט עפעס וועגען דער כותב.

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 15, 2017 1:35 am

· #359746
אנאנים: איך בין מסכים מיט וואס דו זאגסט. איך הער אויך דיין נקודה וועגן סענדער דער דייטש. אבער דו דארפסט פארשטיין אז ער ליגט מיר אין בלוט. כאילו א גירסא דינקותא. ווייל איך בין אויפגעוואקסן אין א תקופה ווען ס'איז נאכנישט געווען קיין חלום פון קאמפיוטערס, אינטערנעט,סמארטפאונס, וכו'. די גאנצע דיאלאג און שמועס ביי עפנטליכע מסיבות איז געווען וואס די גרויסע צייטונגס שרייבערס זאגן. און ר' סענדער דייטש איז געווען איינער פון די גרעסטע ביים יהדות החרדית. איך האב געליינט דעם צייטונג ..."דער איד"...בהתמדה, מדי שבוע בשבוע...ער איז געווען זייער שטארק אן אינטעליגענטער מענטש און ער האט געשריבן זייער א קלארן, גראמאטישן אידיש. אבער צו מאל האט ער געהאט מיינונגען וועלכע האבן געקענט ארויפטרייבן די בלוט פרעשור זייער הויעך.

למשל. ביי די ענטעבע היידזשעקינג אין יאר 1976, ווען די פארשטינקענע אראבערס, בשותפות מיט 2 פארשאלטענע דייטשן ימ"ש האבן געהיידזשעקט אן עיר פרענס עראפלאן מיט אידישע און גוי'אישע פאסאזשירן. און זיי האבן עס פארשלעפט אין די פארשטופטע אפריקאנישע מדינה, אוגאנדא. אונטער דעם דיקטאטארישן און מערדערישן הערשער אידי אמין. שפעטער, נאך א טאג אדער 2 האבן זיי באפרייט די גויים און געהאלטן די אידן. אלע אידן. אפגעזעהן צו זיי האבן אן איזראעלי פאספארט אדער נישט. אפילו א איד וועלכער האט געהאט אן עסטרייכישן פאספארט, און א סאטמאר'ע חסיד, וועלכער האט אפן געטענה'ט אז ער איז נישט קיין ציוני. ס'האט איהם גארנישט געהאלפן. ווייל ר'איז געווען א איד. לסוף האבן די קוראזשפולע בחורים פון צה"ל בחסדי השי"ת באפרייט אלע אידן. פארשטייצעך אז לויט די מיליטערישע טאקטיקן האבן זיי דערשאסן די דייטשע רוצחים ערשט...! האט ר' סענדער דייטש באוויינט דעם פאקט אז דער דייטשער רוצח איז דערשאסן געווארן דורך די ..."רוצח'ישע מדינת ישראל סאלדאטן"...זאגנדיג אז ער האט נישט געהאט בכוונה צו שעדיגן די אידן...!

ווען סתם א מענטש זאלל אויסדרוקן אזא מיינונג, וואלט מען איהם גלייך געשיקט צו א דאקטער. און דאס איז געווען נאר איינס פון זיינע וואנזיניגע באהויפטונגען...!

ווייל אזוי » מאנטאג יאנואר 16, 2017 6:41 pm

· #359908
געטראכט די זעלבע, ישראל כשרים הם און מאך נישט קיין פראבלעמ'ס.

קאצקע ציקער » מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:04 pm

· #359917
שלום דו ליינסט ערענסט דעם קאלום?! איך קיק עס ניטאמאל אן