☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » התעוררי! וועקט אייך אויף.

התעוררי! וועקט אייך אויף.

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11223

אברעימל » דינסטאג יאנואר 10, 2017 2:02 pm

· #359437
התעוררי! וועקט אייך אויף.
נעכטן געהערט אן אינהאלטסרייכע אינטערוויו אויף קול מבשר איבער אן ארגאנעזאציע התעוררי וואס וועקט אויף מענטשן אינדערפרי.
דער אינטערוויו ווערט אפגעהאלטן דורך ר' וועלוול שמעלצער און עס איז העכסט אינטערסאנט צוציהערן.
בקיצור זייער ציל איז נישט נאר אויפוועקן, נאר זיכער מאכן אז מען בליייבט אויף, און אויף דעם איז איינגעשטעלט א דרייפאכיגן סיסטעם.
איינס - די ערשטע זאך ווען זיי וועקן פרעגן זיי א שאלה וואס מ'דארף טראכטן צי קענען ענטפערן (למשל 25X64) וואס דאס וועקט אויף.
צוויי - נאך צוויי מינוט פרעגן זיי א שאלה וואס מ'דארף ארויסקומען פון בעט צי קענען ענטפערן (למשל וויפיל פסוקים איז דא ביז שני).
דריי - נאכדעם וואס מ'איז גרייט צב"ש אנגעטון אדער ארויס פון שטוב, רופט מען אריין צום סיסטים און מ'לאזט א הודעה אז מ'איז גרייט.

פאר מער הערט די אינטערוויו אויף קול מבשר ביי די לאנגע אינטערוויוס 3-1 נומער 1516#.

הוגה » דינסטאג יאנואר 10, 2017 2:08 pm

· #359438
עס קאסט געלט? וויפיל?

אברעימל » דינסטאג יאנואר 10, 2017 2:21 pm

· #359439
יא, 25$ א וואך.

גראף » דינסטאג יאנואר 10, 2017 2:47 pm

· #359441
Re: התעוררי! וועקט אייך אויף.
ביטע שיקט אריין מקורות פון ספה''ק וואס ברענגן גרויסע זאכען דערוועגן.

למעשה פאר א פעיפער וואס עס שטערט די שלום בית מיט פרנסה לוינט זיך צו צאלן $25 א וואך.

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 10, 2017 5:08 pm

· #359451
זיי מאכן זיכער אז מען גיסט אפ נעגל וואסער בעפאר? און מען זאגט מודה אני?

אברעימל » דינסטאג יאנואר 10, 2017 5:28 pm

· #359453
זיי געבן צייט צי ענטפערן די ערשטע שאלה, און בשעת מעשה שפילט ניגונים וועגן אויפשטיין אדער עבודת הבורא וכדו'.

אברעימל » דינסטאג יאנואר 10, 2017 5:40 pm

· #359456
אודאי נישט, ס'איז געמאכט פאר די וואס נוצן דעם סנוז קנעפל ווייל זיי דארפן "נאר נאך פינף מינוט שלאף", פאר זיי קען עס העלפן ווייל עס מאכט זיכער אז מען איז פולשטענדיג אויף, און נאכדעם לייגט מען זיך נישט אזוי שנעל צוריק.
חוץ מזה האבן זיי א פראגראם מיט פוינט'ס געוואנדן לויט ווי שנעל מ'שטייט אויף, און איין מאל א חודש איז דא א גורל וואס דער געווינער באקומט א מתנה געוואנדן לויט וויפיל פוינט'ס מ'האט.

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 10, 2017 6:50 pm

· #359465
[ציטאט אראפגענומען]

שטיסל דער פראגראם איז געווידמעט פאר די וועלכע האבן נישט קיין עפפס....

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 10, 2017 8:15 pm

· #359470
גראף
ביטע שיקט אריין מקורות פון ספה''ק וואס ברענגן גרויסע זאכען דערוועגן.

למעשה פאר א פעיפער וואס עס שטערט די שלום בית מיט פרנסה לוינט זיך צו צאלן $25 א וואך.

גראף: פאר אזעלכע כראנישע פעיפערס פלעגט מען אמאל ניצן א טעפל מיט וואסער. דער משגיח אין זומער קעמפ ווען איך בין געווען א יונגל האט געניצט אט דעם מעטאד. און ס'האט געהאלפן. ווייל נאכדעם וואס איינער באקומט א קיצל פון א קאלט טעפל וואסער, קען ער שוין נישט פארבלייבן אין בעט... 😂 😮

קורקלענד » דינסטאג יאנואר 10, 2017 8:19 pm

· #359473
ר בערל: משגיח און ווייב איז צוויי אנדערע וועלטן.

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 10, 2017 8:19 pm

· #359474
שמעקעדיג
זיי מאכן זיכער אז מען גיסט אפ נעגל וואסער בעפאר? און מען זאגט מודה אני?

אויף צו ענטפערן שאלות פון חומש וואס מ'דארף נאכקוקן, מייניך אז מ'דארף זאגן גאנץ ברכת התורה.. עכ"פ ביז נאך די ברכה פון אשר בחר בנו מכל העמים...!

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 10, 2017 8:20 pm

· #359475
קורקלאנד: איך האב נאר געברענגט דא היסטארישע פאקטן. נאר ווער ס'האט א קלוגע ווייב, קען היינטיגע צייטן אויכעט באקומען דעם טריעטמענט... 😂 🙄

וואלווי » מיטוואך יאנואר 11, 2017 12:15 am

· #359498
[ציטאט אראפגענומען]


זעט אויס איינער וואס קען נישט שלאפן וועגען דאגת הפרנסה איז אויף געקומען מיט דעם געדאנק. יעצט וועט ער שלאפן רואיג און די וועסט זיין אויף...

אברעימל » מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:49 pm

· #359558
העיקר שכחתי - דער נומער זיך איינצושרייבן צום התעוררי פראגראם איז 559-670-1881. אויך קען מען דארט הערן דער אינטערוויו דורך ר' וועלוול.