האקעלע זאכען - לערנען מיט קינדער
36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11217
האקעלע זאכען - לערנען מיט קינדער
מיין קינדער לערנען משניות ברכות אין חדר. ווען איך לערן מיט זיי די משניות פון 'זב שראה קרי' און 'פולטת שכבת זרע', הער איך אז דער זאך אינטרעסירט זיי נישט און זיי פרעגען גארנישט. ביי זיי איז דער טייטש פשוט, א טמא וואס קומט ארויס פון איהם נאך א טומאה. זיי פרעגען נישט קיין קשיא'ס און ס'גייט זיי נישט אן. אזוי אויך ווען מ'לערנט גמרא קידושין אין חדר. זיי קימערען זיך ווייניג מיט די פונקטליכע טייטש פון תחילת ביאה צו תחילת העראה.
איך ווייס אז ביי געוויסע קרייזען כיפערט מען די סוגיות, הן מיט קינדער הן מיט בחורים. למעשה פארשטיי איך אז די בחורים וואס ווייסען שוין די תשובה צום יסודות'דיגע שאלה 'מאין באתי?' גייען אליינס זוכען די גמרות תשובות און סוגיות, דעריבער איז עס א קליינער הילף פאר די בחורים.
איך וויל אבער עפעס אנדעריש פרעגען. טאמער אונזער חינוך סיסטעם לאזט צו אז א קינד זאל לערנען אזא משנה אן קיין פראבלעם, הייסט'ס אז לכתחלה דארפען זיי נישט פארשטייען וואס זיי לערנען. נישט דער לומדות און די דקות'דיגע חילוקים צווישען איין הלכה און די צווייטען, נאר די פשוט'ער מציאות פון וואס מ'רעדט. טאמער ס'גייט נישט אן די קינד צו וויסען וואס דער זב איז, פון ווי ווייסט מען אז ער ווייסט וואס משיכיר בין תכלת לכרתי איז?
ביטע צולייגען צום שמועס
א קינד איז א קינד, זיין שכל איז נאך אומרייף און ער טראכט נישט צו טיף. ווען מען פיטערט אים אריין א טומאה וואס קומט פון א אנדערע טומאה פאלט אים נישט איין צו גריבלען טיפער, דאקעגן ווען מען רעדט פון תכלת און כרתי איז אים זיין מלמד מסביר פונקטליך וואס תכלת איז און פונקטליך וואס כרתי איז.
פארוואס פרעגט ער נישט? פארוואס פילט ער נישט אז עפעס איז דא אומפארשטאנען?
אינטרעסאנט, ביי מיך איז פונקט פארקערט. זיי לאזן מיך נישט אפ, זיי ווילן וויסן פונקטליך וואס ס'מיינט...
בן אדםאינטרעסאנט, ביי מיך איז פונקט פארקערט. זיי לאזן מיך נישט אפ, זיי ווילן וויסן פונקטליך וואס ס'מיינט...
אשרי חלקם אז זיי לערנען גוט.
איך האב איין קינד וואס וועט נישט פרעגען, נאר אליינס דמיונ'ן. דוכט זיך אז איך בין אזוי געווען. איך האב געמאכט גראבע טעותים, און אין ענייני איש לאשה האב איך מער ווייניגער צוגעטראפען צום אמת. אבער דאס איז אויך נישט צו גוט.
איך האב גערעדט מיט איינעם וואס האט מיר אזוי געזאגט פון די חסידיש'ער קוק ווינקעל, בשם א מגיד שיעור אין א חסידישע ישיבה און א איש חינוך, אז נאך א מזל מ'היפט ביי אונז איבער די זאכן, טאקע דערפאר ווייל אזוי איז לייכטער אויסצולערנען קינדער צו טראכטען און נישט סתם נאכצוזאגען. נאך א נקודה וואס ער טענה'ט אלץ איז אז אן אונגארישער וואס זעט א מחליף פרה בחמור זעהט ער פאר זיך אן אייזעל און א קיה, משא"כ א ליטוואק זעהט גראד דעם ממון המוטל בספק (מיט א מרא קמא און א דררא דממונא ועוד), מהאי טעמא ווען אן אונגארישער בחור לערנט אזעלכע סוגיות אין יבמות צו כתובות איז דאס א פראבלעם, משא"כ דער ליטוואק טראכט גראד נאר פון די סברות, וכידוע די מעשה פון 'די הייליגע קורקבן'. מעשה בחסיד אחד שלמד אצל הגרי"ד בבריסק ירושלים ובשוחחו עם הר"י בלימוד בענין קודם זריקה ולאחר זריקה התבטא "פארן שפריצן די בלוט וכו' נאכן שפריצן די בלוט" והגיב הגרי"ד: אנטשולדיגט, מ'שפריצט נישט קיין בלוט, מען איז זורק דעם דם, והדברים ידועים בבית בבריסק.
דאס איז טאקע ביי אונז א וויץ, די חברה וואס קוקען אן פירות השדה אלס פרוכט.
איז דען נישט אונזער גאנצע לערנען - אפילו ערוואקסענע - אין ריזן טייל אבסטראקט? וויפיל מציאות'ער און נעמען פון די ימי חז"ל פארשטייען מיר ריכטיג?
ביי ערוואקסענע דארף עס אזוי זיין. מ'דארף לערנען די אבסטראקט כדי אז תורה זאל בלייבען כללים נישט פרטים. אבער ביי קינדער הייבט עס אן גשמיות'דיג, דוקא צוליעב דעם אז אבסטראקט איז זיי שווערער
חסידים בענייני חינוך זענען נעביך צוריק געבליבען מיט א הונדערט יאהר אדער מער בלי גוזמא.
דאס דערקענט זיך בעיקר אין ענינים פון דרך הלימוד און אין עמקות התורה. דער חסידישע וועלט איז געווען פארנומען מיט ענינים פון עבודת השם, קולטור, נגינה, און קבלה'דיקע מושגים בעת דער עולם הישיבות האט זיך ענטוויקעלט און דיוועלאפט א גאנצע מהלך אין אפלערנען סוגיית הש"ס. דער ישיבישער וועלט האט דאס דעוועלאפט כדי אריין צו ברענגען התמדה און ליגען אין לערנען וואס דאס עומד כתריס בפני פגעי הזמן ווי טיאטער און השכלה אדער אינטערנעט וכדו'. דאס האט געארבעט אמאהל און ב"ה ארבעט ווייטער היינט.
לעומת זה, די חסידים קענען נישט לערנען בעמקות ווייל זיי האבען נישט קיין מסורה אין דעם בכלל. ממילא האבען די תלמידים נישט דער טראסט און בטחון אויף אידישקייט וואס די ליטווישע יוצאי ישיבות פארמאגען.
נאכמער, אפילו בעיניני עבודה והשקפה און אין אוועקשטעלען א בחור אויף גרונטליכע יסודות, (נישט לופט מעשיות און הימעל קריכעדיגע אבסטראקציעס,) זענען די ליטווישע ישיבות מער באהאווענט. די משגיחים קענען זיך באנוצען מיט הדרכות פון די משגיחים המפורסמים פונעם פריערדיגען דור ווי דער בעל עלי שור, הגר"י הוטנער, שפתי חיים, הגר" שמולביץ דער סטייפלער, און אנדערע, און מיט הוראות פון די גדולי עולם וואס האבען שוין געהאנדעלט מיט די זעלביגע נסיונות און טשעלענדשעס פאר הונדערט יאהר.
דער פראבלעם ווערט נאך שטערקער היינט אין ב"פ והגלילות ווי עס געפונען זיך נייע ישיבות פאר חסידים, כלל חסידים אדער אונגערישע בחורים יוצאי וויליאמסבורג בלע"ז, וואס ווערען געפיהרט דורך אנשים וואס האבען נישט קיין שום טיעפע פארשטאנד אין חינוך און זענען נאר דורש לכבוד עצמם אדער בית אבותם.
די אומשוליגע עלטערען באגנבעט מען מיט הויכע שכ"ל פרייזען און זיי פרייען זיך אז אבי זייער קינד איז נישט אויף די גאסס.
דאס איז דער מצב אין ישבות קטנות און מתיבתות. ישיבות גדולות חסידישע איז בכלל ניטא בנמצא מחמת די אויבען דערמאנטע און אויך אנדערע סיבות.
נו איז דען א חידוש אז עס דרייען זיך ארום אזויפיעל צובראכענע חסידישע אינגעלייט אשר לא קרו ולא שנו, ווער רעדט נאך פון מאכען א ליווינג אהן לימודי חול כידע לכולם 😳
Re: האקעלע זאכען - לערנען מיט קינדער
איך וויל נישט אז דער אשכול אויף קינדער זאל פארוואנדעלט ווערען אין ווייטאג אויף ישיבות, ווי אויך נישט אין א דעבאטע פון חסידים ווס. ליטאים.
לכאורה וויל יעדער דא אין שטיבעל אז זיין קינדער זאלען פארשטייען טיפער ווי איין דינע שיכט, און נאטורליך קומט עס נישט. דעריבער שמועס איך ארום דער טעמע.
ווי איך האב פארשידענע מאל ארויסגעברענגט, דאס אויסלערנען קינדער צו טראכטען מוז קומען פון שטוב. כסדר מעורר זיין דאס קינד׳ס מחשבה, פרעגען וואס ער האלט, און זיך קימערען מיט זיין אייגענע הבנה, נישט די ריכטיגי הבנה, איז די וועג דערצו.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
חנוך לנער עפ"י דרכו ולפי דעתו של בן אביו מלמדו. דאס איז געזאגט געווארען אין די ענינים אוך. שווער צו פארבען דער גאנצער עולם קינדער מיטן זעלבן דיקען בערשטיל.
איך האב אלס קינד גוט פארשטאנען אז אויף די זאכן פרעגט מען נישט און מסכים געווען אויסציווארטן אויף לכשתגדל.
א קינד וואס פרעגט יא על פי רוב פרעגט ווייל ער כאפט נישט די סענסעטיווקייט ממיילא דארף ער נישט קיין שטארקע תירוץ.
א קינד וואס פארשטייט און איז שטארק נייגעריג וועט האבן גענוג שכל אויסצוגעפונען אויף אן אנדער אופן ווי אדורך גיין די אומבאקוועמליכקייט פון פרעגן זיין טאטע/מלמד און על פי רוב אויך פארשטיין אז ער וועט קיין ריכטעגע תשובה נישט קרוגען.
א קינד וואס אע''פ כן פארפירט לדעתי צריך בדיקה אז אפשר דארף ער הילף.
צירוק צום נושא וועגען די האקעלע ענינים בתורה און אפילו בחולין, איז לכאורה כדאי נישט איבער צי היפן נאר ענדערש טייטשן א פשוטע טייטש וואס איז נישט מעורר צופיל חקירות ביים קינד. אויסלאזען לגמרי איז א נארישקייט ווייל סיי ווי באמערקט דער קינד די ווערטער אדער בכלל אז עפעס האט מען אויסגעלאזט ומה הועילו החכמים האלו בתקנתם. ווידער אריינגיין אין גאנצע ביאורים און מציאות'ן פעלט אויך נישט אויס סתם לגרות את הדוב ווייל נישט אייביג זענען זיי ראוי צו דעם. די תוצאה וועט זיין דיה לחכמה בשעתה אז די קינד וועט נישט פילען אז ס'דא זאכן וואס מ'באהאלט און ס'וועט נישט גורם זיין א מורא ביי עם צו פרעגען דעת הוריו ורבותיו ווען די צייט וועט זיין רייף.
ביסט גערעכט אז למעשה ווייניג קינדער ווערען צופיהל געשטערט פון די שאלות. זיי זענען באקוועם מיט א פשוט'ער 'זב שראה את הקרי - איינער וואס איז טמא פון איין טומאה וואס ווערט טמא פון א צווייטע, שוואכערע, טומאה'. אבער מיין שאלה איז פארוואס? פארוואס פרעגען זיי נישט. ווען איך לערן טהרות מיט מיין צען יעריג קינד, פרעגט ער מיר אויס אויף יעדער מציאות. איך האב זיך געמוטשעט איהם מסביר צו זיין די סיסטעם פון אורג פון חז"ל, און איך האב געזוכט אויף יוטיוב וכדו' צו טרעפען א ווידיאו וואס קען איהם אויסלערנען. און דא שווייגט ער.
Re: האקעלע זאכען - לערנען מיט קינדער
ליטוואק ברענגסט ארויס א וויכטיגע נקודה ווען מען לערנט אזוי לערנט עס אויס דעם קינד נישט צו טראכטן וואס דאס איז נגד כללי החינוך
אגב מיין יונגעל ביים לערנען בבא מציעא ת"ח משנה בג' דברים בפוריא האט ער געטייטשט פורים קודם האב איך געמיינט אז דער רבי טרייבט ליצנות אבער למעשה איז עס פון מהרשא אין חידושי אגדות
ליטוואק פון בודאפעסטביסט גערעכט אז למעשה ווייניג קינדער ווערען צופיהל געשטערט פון די שאלות. זיי זענען באקוועם מיט א פשוט'ער 'זב שראה את הקרי - איינער וואס איז טמא פון איין טומאה וואס ווערט טמא פון א צווייטע, שוואכערע, טומאה'. אבער מיין שאלה איז פארוואס? פארוואס פרעגען זיי נישט. ווען איך לערן טהרות מיט מיין צען יעריג קינד, פרעגט ער מיר אויס אויף יעדער מציאות. איך האב זיך געמוטשעט איהם מסביר צו זיין די סיסטעם פון אורג פון חז"ל, און איך האב געזוכט אויף יוטיוב וכדו' צו טרעפען א ווידיאו וואס קען איהם אויסלערנען. און דא שווייגט ער.
דער חילוק צווישען כלים, נגעים, הלכות שבת, און די האקעלע זאכען פון טומאות הגוף וכו' איז אז א זאך וואס מ'דארף זיך קענען מצייר זיין אדער א עפעס וואס איז תלוי אין כללים פון הלכות טומאה טהרה אדער גדרי כלים אדער שיעורים איז פשוט שווער צו פארשטיין ע"פ שכל און מ'דארף נוצען קאפ דערצו. משא"כ די האקעלע ענינים איז עפעס א מין מעדיקעל נושא וואס גרינגער צו עקסעפטען אז אזוי איז די טבע הגוף אז ס'געט ארויס פליסיגקייטן. אזוי אויך ענינים שבינו לבינה קען פשוט'ער זיין ווי אנדערע זאכען.
איך מיין נישט אויספרעגן, נאר איין שאלה 'וואס איז א בעל קרי?' דאס פרעגט מען אויך נישט, כאילו ער ווייסט פאראויס אז קיין תשובה איז נישט דא.
mevakeshליטוואק ברענגסט ארויס א וויכטיגע נקודה ווען מען לערנט אזוי לערנט עס אויס דעם קינד נישט צו טראכטן וואס דאס איז נגד כללי החינוך
אגב מיין יונגעל ביים לערנען בבא מציעא ת"ח משנה בג' דברים בפוריא האט ער געטייטשט פורים קודם האב איך געמיינט אז דער רבי טרייבט ליצנות אבער למעשה איז עס פון מהרשא אין חידושי אגדות
דערמאנסט מיר ביי מיין קינד אויכעט ווען ער האט געלערנט אלו מציאות, כ'האב זיך טאקע געוואונדערט פון וואו קומט דעם פשט פורים, ממילא האב איך הנאה אז דו זאגסט.
ליטוואק פון בודאפעסטאיך מיין נישט אויספרעגן, נאר איין שאלה 'וואס איז א בעל קרי?' דאס פרעגט מען אויך נישט, כאילו ער ווייסט פאראויס אז קיין תשובה איז נישט דא.
וואס דארף א קינד "שלא טעם טעם חטא" טראכטן? קענסט אים עס אפילו מסביר זיין?
גראדע אין מיין ישיבה פלעגן זיין יונגע בחורים וואס ביי די סארטן טומאות פלעגן זיי זאגן אז ס'איז שוין נישט שייך היינטיגע צייטן, נאר בזמן שביהמ"ק הי' קיים, מען האט צוזאמגעמישט די סארטן זאכן מיט אנדערע הלכות טומאה וטהרה וועלכע זענען טאקע נישט נוגע בזמנינו, און מיט דעם האט מען זיך ארויסגעדרייעט פון דארפן פארשטיין די גמרות לעומקה..
איך ווייס נישט וואס איך וואלט געטוהן ווען ער פרעגט. ב"ה אז ער האט מיר נישט געפרעגט. איך וואלט מסתמא געזאגט אז ס׳איז עפעס וואס רירט ארויס פון א מענטש, פונקט ווי א זב. ווען איך וועל לערנען די משנה פון בשבעה דרכים בודקין את הזב, וועט עס מיר נישט העלפען
[ציטאט אראפגענומען]
דא ליגט דער מיליאן דאלארדיגע פראגע, "וויאזוי" מאכט מען אז א קינד זאל יא זיין אינטערסירט ?
מיין קינד -א 10 יעריג אינגל- האט א פיין קעפל, און אים איז מער ניחא צו שפילן מיט טויס ווי איידער צו לערנען נאך א משנה, איך האב אים איינגעשריבן אין דעם קנין משנה פראגראם, און ער טוט עס נאר אויף וויפיל מ'מוז, נישט קיין איין טראפ מער, איך האב אים קלאר געזאגט אז ער מוז נישט, ס'איז נאר אויב ער וויל, אבער איך זעה ווי ער טוט עס באופן רגילי אבער אן קיין איבעריגע חשק,
======
מיין סובסיטוט אין חדר האט פארן פארלערנען פ' תזריע אויסגערופן אן הקדמה, אז מ'טאר נישט אריינפרעגן, און ווער עס וועט מאכן פורים, וועל איך טיילן המן טאשן...
אין מיין חדר האט א יונגעל געפרעגט פרשת וישלח דעם מלמד אויף וואס רש"י זאגט וישכב אותה, כדרכה, ויענה אותה, שלא כדרכה,
האט ער געפרעגט וואס מיינט שלא כדרכה?
האט אים דער מלמד געגעבן א פראסק, פרעגענדיג כדרכה ווייסטו שוין?
Re: האקעלע זאכען - לערנען מיט קינדער
איך מיין ס׳איז מנותן לטעם
נעכטען נאכט האט דער וואודרידזשע רב געהאלטען א דרשה אין לעיקוואד לכבוד דער בעל הילולא (דו פרעגסט וועמען? יעדער ווייסט דאך! דער ערך ש"י, וועמען דען?) און צום סוף ביים קנאות חלק האט ער פארדאמט דער היינטיגע ערשיינונג אז א קינד דארף ליעב האבען חדר. דער קינד דארף זע׳ען דער תורה אלס א לאסט און מ׳זאל איהם צוגעוואוינען צו באקעמפען זיין יצר. "אז ער וויל גייען אין חדר, הייסט׳ס האסט גענוג מגשם געווען דער לערנען אז ער זעט עס נישט אלס קיין סתירה! אין חז"ל שטייט אז א קינד וויל אנטלויפען פון חדר"
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: האקעלע זאכען - לערנען מיט קינדער
פון דרכיה דרכי נועם האט ער אינגאנצן פארגעסן
אזוי אויך פונעם רמב"ם אז מען גיבט זיסווארג פאר די קינדער צו לערנען. די גאנצע אפשערן צערעמאניע.
נאר תינוק הבורח געדענקט ער. פאלט אים נישט ביי אז דאס איז ענדערש א דבר הצריך תיקון
Re: האקעלע זאכען - לערנען מיט קינדער
איך פארטרעט איהם נישט, אבער דיין טענות זענען נישט אזוי אין פלאץ. געבען א צוקער׳ל איז געווער קעגען דער יצה"ר. ווען דער לערנען איז אזוי ווי א שפיל, און דער קינד וויל גייען ווייל דער לערנען איז א זאך וואס רעדט צו איהם דירעקט, איז עס אן אנדערע זאך.
איך בין מסכים אז זיין ווערטער זענען גאנץ אומ - פראקטיש, און ס׳זעט אויס אז ער האט לאנג פארגעסען די צייטען ווען זיין קינדער זענען קליין געווען. אבער דער יסוד האט ער עפעס א פונקט. ווען מ׳גיבט א קינד קענדי, וויל ער קיין וועטשערע נישט עסען. ווען דער געשמאק פון דערמקינד קומט פון דעם אז ער קען נאך עפעס, האט מען ביי איהם געמאכט א קשר צווישען קענען און הנאה האבען. ער ווייסט אז נאכ׳ן שווערקייט פון לערנען וועטנער הנאה האבען. טאמער אבער מאכט מען דער גאנצע וועג א שפיל, און ער זעט נישט די געשמאק וואס קומט נאכ׳ן ארבעט, האט מען איהם געמאכט פאר א הינקעדיגע, א מחוסר אבר.
ס׳איז אן אריכות. לדעתי דער היינטיגע אבסעסיע פון מאכען דער עיקר פון די געשמאק און דער טפל פון דער לערנען איז נישט פלאץ. דער געשמאק זאל זיין א תוכנ׳פולע פון קענשאפט, נישט דער פוסטע געשמאק פון לידער, מאלעריי און שפילען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסטאיך מיין ס׳איז מנותן לטעם
נעכטען נאכט האט דער וואודרידזשע רב געהאלטען א דרשה אין לעיקוואד לכבוד דער בעל הילולא (דו פרעגסט וועמען? יעדער ווייסט דאך! דער ערך ש"י, וועמען דען?) און צום סוף ביים קנאות חלק האט ער פארדאמט דער היינטיגע ערשיינונג אז א קינד דארף ליעב האבען חדר. דער קינד דארף זע׳ען דער תורה אלס א לאסט און מ׳זאל איהם צוגעוואוינען צו באקעמפען זיין יצר. "אז ער וויל גייען אין חדר, הייסט׳ס האסט גענוג מגשם געווען דער לערנען אז ער זעט עס נישט אלס קיין סתירה! אין חז"ל שטייט אז א קינד וויל אנטלויפען פון חדר"
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאס איז דאך באקאנט צו זיין רב שך'ס שיטה אז תינוק הבורח איז גאר א חיוב.
במחילת כבודם, לשיטתם אז דער תורה זאגט א גונב בהמה משלם ד' וה' דער גנב האט דאך בושה מן הסתם איז דער גניבה אויך א גוטע מידה וואס מ'דארף מחנך זיין בני אדם. וואס האט איינס מיט'ן צווייטן, לערנען תורה איז גוט. בורח נישט.
Re: האקעלע זאכען - לערנען מיט קינדער
איך מיין דיין כוונה איז אז דו געדענקסט אזא געדאנק אז די חילוק צווישען א שור און א שה לגבי תשלומי דו"ה איז ווייל דער גנב האט געליטען בושה ביים גנבנ׳ן דער שעפסעל, דעריבער צאלט ער נאר ד׳.
פון דעם ביסטו מסיק אז וויבאלד בושה איז א גוטע מדה, לאמיר גייען גנבנ׳ן צו באקומען בושה.
איין פראבלעם איז דא. דו געדענקסט פאלש. דער ברייתא אין ב"ק עט: זאגט "אמר רבן יוחנן בן זכאי בא וראה כמה גדול כבוד הבריות שור שהלך ברגליו חמשה שה שהרכיבו על כתיפו ארבעה". דער ענין איז כבוד הבריות, נישט בושה. ס׳איז גארנישט קיין גוטע זאך אז ער איז מבזה זיין כבוד הבריות.
דער עיקר איז, אז מ׳מיינט דא נישט אפצולערנען א גמרא. מ׳מיינט א מליצה ארויס צו ברענגען א נקודה אז דער קינד דארף מען מחנך זיין אין א וועג אז ער זאל דערמיט לעבען א גאנץ לעבען. לייגען קישענעס ארום איהם א גאנץ לעבען איז נישט קיין גאנג. אין גשמיות ווייסט דאס יעדער. ווילסט אויסלערנען א קינד צו ווילען גייען אין ביה"כ? גיב איהם אונטערהויזען און ביים זיך נאס מאכען וועט ער שוין פארשטייען וואס טוט זיך. ווען דער קינד וועט האבען א שמעק פון א טעם פון די הנאה פון ׳העם ההולכים בחשך ראו אור גדול׳, וועט ער האבען א חשק אויף ווייטער. ווען מ׳לאזט איהם נישט זע׳ען די חשך, וועט ער ווייטער הינקען א גאנץ לעבען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסט
איין פראבלעם איז דא. דו געדענקסט פאלש. דער ברייתא אין ב"ק עט: זאגט "אמר רבן יוחנן בן זכאי בא וראה כמה גדול כבוד הבריות שור שהלך ברגליו חמשה שה שהרכיבו על כתיפו ארבעה". דער ענין איז כבוד הבריות, נישט בושה. ס׳איז גארנישט קיין גוטע זאך אז ער איז מבזה זיין כבוד הבריות.
דער עיקר איז, אז מ׳מיינט דא נישט אפצולערנען א גמרא. מ׳מיינט א מליצה
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך געדענק נישט פאלש, איך לערען נישט גמרא פאלש, איך האב אויך נישט געמיינט דא אפצולערנען א גמרא, נאר א מליצה.
עכ"פ, איך הער דיין געדאנק אין זייערע ווערטער, מעיקס סענס.
[ציטאט אראפגענומען]
אז נישט, גייט ער משוגע פון די ליידיגע צייט.
Re: האקעלע זאכען - לערנען מיט קינדער
איך ווייס נישט פארוואס לערנען איז עפעס אן איסור אז ס׳איז גאר א פראבלעם.
זאת ועוד, אפשר זאל מען איהם לאזען זיין באר"ד (דער מושג האט א ווארט אויף אידיש?) און אזוי וועט ער זיך אויסטרעפען, צו כאטש אויסזוכען, אן עצה.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: האקעלע זאכען - לערנען מיט קינדער
לכאורה מיינט דאס עפעס ענליך צו בארינ"ג, נישט באר"ד
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ווארשיינדליך איז דאס ווארט געבויט אויף דעם אז ס'נעמט א לאנגער צייט. געוויסע
זאכען זענען געשמאק וואס לענגער זיי נעמען, און דער ווארט איז א נעגאטוויער, כאילו מיר ווילען נישט דורכזיצען א דרשה וואס נעמט אזוי לאנג. א יינגעל וואס זיצט מיט גארנישט צו טוהן, און ער דרייט זיך ווי א בכור, איז נישט אזוי 'פארלאנגווייליגט' ווי באר"ד.
Re: האקעלע זאכען - לערנען מיט קינדער
א 9 יעריג יונגל וואס לערנט מסכת שבת פרעגט מיך וואס מיינט בשר החופה רוב העטרה. איז א פראבלעם צי ענטפערן דעם אמת?
Re: האקעלע זאכען - לערנען מיט קינדער
וואסארע פראבלעם קען דען זיין?
ער ווייסט דען נישט וואו מ'מל'ט?
Re: האקעלע זאכען - לערנען מיט קינדער
דארפסט איהם ווייזען א נישט געמאלעטע אבר אז ער זאל פארשטייען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נו שוין, פארדעם אנטלויפן אונז אלע פין אים.
דעת תורה
אזוי אויך פונעם רמב"ם אז מען גיבט זיסווארג פאר די קינדער צו לערנען. די גאנצע אפשערן צערעמאניע.
נאר תינוק הבורח געדענקט ער. פאלט אים נישט ביי אז דאס איז ענדערש א דבר הצריך תיקון
היינו הך
היות דער תינוק איז בעצם א בורח, קומט אים צו געבן א צוקער'ל.