☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » ווער זענען די 100,000 צוקוקער אויף די אידישע יוטוב קליפס?

ווער זענען די 100,000 צוקוקער אויף די אידישע יוטוב קליפס?

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11214

moshav zekeinim » דאנערשטאג יאנואר 5, 2017 10:09 pm

· #359082
ווער זענען די 100,000 צוקוקער אויף די אידישע יוטוב קליפס?
איך האב לעצטנס באמערקט אז טייל יידישע יוטוב קליפס האט קרוב צו הונדערט טויזנט צוקוקער. אזויווי הצלה וויליאמסבורג, און אונטערן פראמא'ס.

איך רייב מיר די אויגן און איך קען נישט פארשטיין. ווער זענען די וואס פארשטייען אידיש און זענען אינטרעסירט אין היימישע שאוס?

אודאי חסידישע היימישע אידן פון ברוקלין און אפסטעיט, און נאך אפאר טויזנט פון אייראפע און ישראל!

וכאן הבן שואל, אז מען פארמאגט נישט קיין אינטערנעט, אדער לפחות נישט קיין אומגעפילטערטע אינטערנעט געבלאקט פון יוטוב וואו מען קען זיך אנזעהן מיט אלדאז טרייף, טא וואו שלעפן זיך אפיר הונדערט טויזנט צוקוקער אויף א אולטרא היימישער מנשה לוסטיג קליפ אויף יוטוב?

תיקו!

שבת אחים » דאנערשטאג יאנואר 5, 2017 10:48 pm

· #359085
גיטע קשיא, ווועלכע קליפ פון מנשה האט הונדרעט טויזענט צוקוקער? אפשר דרייסיג טויזנט, ביסט זיכער?

גרויסע מענטשעלע » דאנערשטאג יאנואר 5, 2017 10:54 pm

· #359087
ווער זענען די 100,000 צוקוקער אויף די אידישע יוטוב קליפס?
איז אזוי וואס טוט א מענטש די צווייטער זאך ווען ער באקומעט עקסעס צו אינטערנעט ?

ערשט גייט מען צו גוגל מעפס אויף זיכען די הויז מיט פעטערס הויז, נאכדעם נעמנט מען אפיר אלע האנעבי קליפס אין אזוי ציילט זיך עס צו שווערע טויזנטע וויאוס.

moshav zekeinim » דאנערשטאג יאנואר 5, 2017 10:57 pm

· #359088
אבער הונדערט טויזנט? כמעט אזויפיל וויפיל מענטשן עס הערן קול מבשר.

moshav zekeinim » דאנערשטאג יאנואר 5, 2017 11:02 pm

· #359089
מנשה לוסטיגס קליפס האבן אן עוורידזש פון פערציג טויזנט צוקוקער. זיין שבת טיש קליפ גייט אין די הויכע זעכציגער, און זיין הצלה קליפ פארמאגט קרוב צו 90,000.

קורקלענד » דאנערשטאג יאנואר 5, 2017 11:55 pm

· #359095
איך מיין אז די וועסט דארפן קומען צו די מסקנא אז עס איז דא א סאך מער חרידים אויפן כדור הארץ ווי די שטעלסט זיך פאר. און נישט נאר דאס, נאר א גרויס עולם איז נישט אזוי נאיוו און מצומצם און האבן עקסעס צו א קאמפיוטער/כלי וואס האט יו-טאב אפען.

moshav zekeinim » פרייטאג יאנואר 6, 2017 12:00 am

· #359097
וויפיל יידיש רעדנדע חרדישע משפחה יוניטס זענען פאראן אויף די וועלט? איך וואלט געשאצט בערך אכציג טויזנט.

שמעון וואלף » פרייטאג יאנואר 6, 2017 12:02 am

· #359098
ס'זענען דא יוטוב קליפס וואס ווערן ארויפגעלייגט אויף היימישע וועבזייטלעך ווי ישיבה ווארלד און מצב.קאם. קען זיין ווען איינער זעהט עס דארט ווערט עס אויך גערעכענט

moshav zekeinim » פרייטאג יאנואר 6, 2017 12:04 am

· #359099
אפילו אזעלעכע וואס פארשטייען נישט קיין אידיש?

קורקלענד » פרייטאג יאנואר 6, 2017 12:05 am

· #359100
שמעון וואלף
ס'זענען דא יוטוב קליפס וואס ווערן ארויפגעלייגט אויף היימישע וועבזייטלעך ווי ישיבה ווארלד און מצב.קאם. קען זיין ווען איינער זעהט עס דארט ווערט עס אויך גערעכענט

עס ווערט לכאורה גערעכענט. אבער נאר אויב די באנוצער האט געדרוקט פלעי.

קורקלענד » פרייטאג יאנואר 6, 2017 12:11 am

· #359102
לויט ווי איך פארשטיי אויב איינער קוקט איבער מער ווי איינמאל ווערט עס לכאורה גערעכנט פאר יעדע זעה באזונדער.

moshav zekeinim » פרייטאג יאנואר 6, 2017 12:14 am

· #359103
די פרייע אידישע קליפס און פילם'ס קענען גרייכן צו א 150,000 צושויערשאפט אדער מער. אזעלעכע קליפס ווי פון דזשיגאן, אדער יענקעלע בודו פון יידנשפיל. אבער איך הייב שוין אן טראכטן אז רוב פון די צוקוקער זענען היימישע אידיש רעדנדע.

moshav zekeinim » פרייטאג יאנואר 6, 2017 12:16 am

· #359106
קורקלענד
לויט ווי איך פארשטיי אויב איינער קוקט איבער מער ווי איינמאל ווערט עס לכאורה גערעכנט פאר יעדע זעה באזונדער.


איך בין כמעט זיכער אז נישט.

קורקלענד » פרייטאג יאנואר 6, 2017 12:18 am

· #359108
moshav zekeinim
די פרייע אידישע קליפס און פילם'ס קענען גרייכן צו א 150,000 צושויערשאפט אדער מער. אזעלעכע קליפס ווי פון דזשיגאן, אדער יענקעלע בודו פון יידנשפיל. אבער איך הייב שוין אן טראכטן אז רוב פון די צוקוקער זענען היימישע אידיש רעדנדע.

עס איז נישט געבליבען קיין פרייע היינט וואס רעדן אידיש. על כל פנים די וואס יא זענען לכאורה אלט און ווייסן נישט ווי אזוי זיך צו באנוצן מיט די אינטערנאט.

moshav zekeinim » פרייטאג יאנואר 6, 2017 12:22 am

· #359112
"קיימות הערכות שונות לגבי מספר הדוברים. חוקר היידיש האמריקאי פרופ' ניל ג'י. ג'ייקובס כתב ב-2005 כי מספרם של דוברי היידיש גדל וצריך להיות קרוב למיליון, בשל הילודה בקהילות חרדיות (Yiddish: A Linguistic Introduction. Cambridge Uni. Press. עמ' 3.); הבלשן הבריטי ג'ורג' ל. קמפבל ציין ב-2013 כי "בין מיליון לשני מיליון" תהיה הערכה סבירה (Compendium of the World's Languages, Routledge, 2013. עמ' 1801).

קורקלענד » פרייטאג יאנואר 6, 2017 12:27 am

· #359114
moshav zekeinim
[
איך בין כמעט זיכער אז נישט.

יו-טאב געט נישט ארויס קיין דעטאלען ווי אזוי זיי ציילן ממייילא איז כמעט נישט מעגליך צו וואוסן אויף זעכער. אבער ווי ווייט מיין פארשטאנד ווערט עס יא גארעכענט באזונדער ביז א געוויסע פוינט.

קורקלענד » פרייטאג יאנואר 6, 2017 12:30 am

· #359115
moshav zekeinim
"קיימות הערכות שונות לגבי מספר הדוברים. חוקר היידיש האמריקאי פרופ' ניל ג'י. ג'ייקובס כתב ב-2005 כי מספרם של דוברי היידיש גדל וצריך להיות קרוב למיליון, בשל הילודה בקהילות חרדיות (Yiddish: A Linguistic Introduction. Cambridge Uni. Press. עמ' 3.); הבלשן הבריטי ג'ורג' ל. קמפבל ציין ב-2013 כי "בין מיליון לשני מיליון" תהיה הערכה סבירה (Compendium of the World's Languages, Routledge, 2013. עמ' 1801).

די ברך משה'ס לויה האט געהאט איבער הונדרט טויזענט באטייליגע. (לויט וואס די פאליציי האט געשאצט לויט דער בלאט).

moshav zekeinim » פרייטאג יאנואר 6, 2017 12:33 am

· #359116
איך מיין אז אן עווערידזש משפחה יוניט ביי חרדים אנטהאלט זעקס נפשות. לויט דעם ווערט פון אכציג ניינציג טויזנט אידיש רעדנדע משפחות, בערך א האלב מיליאן נפשות.

ווער די אנדערע האלב מיליאן אידיש רעדנדע נפשות זענען ווייס איך נישט. אדער מוז מען זאגן אז פיל מער פון אכציג טויזנט און אפילו הונדערט טויזנט חרדישע משפחה יוניטס רעדן אידיש, אדער מוז מען זאגן אז עס איז יא פארהאן א ריזיגער צאל פרייע אדער מאדערנע וואס רעדן אידיש.

וואו זיי זענען? אין רוסלאנד, אין ארגענטינע, און בעלגיע, און אין אמעריקא און ארץ ישראל פארשטייט זיך, די אידישע טיאטערס ווערן וועכענטליך אנגעפילט מיט עמיצין.

קורקלענד » פרייטאג יאנואר 6, 2017 12:37 am

· #359117
moshav zekeinim
די אידישע טיאטערס ווערן וועכענטליך אנגעפילט מיט עמיצין.

וואו קען מען היינט נאך גיין צום יידישע טעאטער? עס עקזיסטירט נאך אזא זאך היינט? לויט @ונבנתה אין די וועקער האב איך פארשטאנען אז עס איז שוין היסטאריע.

moshav zekeinim » פרייטאג יאנואר 6, 2017 12:47 am

· #359120
אין מאנהעטן בין איך לעצטנס געווען ביי א אידישע אפערא "די גאלדענע כלה". זיי שפילן דאכט זיך פיר מאל א יאר. ליפא שמעלצער האט זיך לעצטנס אויך אריין געריקט דארטן.

אין שטעל זיך פאר אז רוסלאנד, קאנאדא, און ארגענטינע פארמאגן נאך אנגייענדע אידישע טיאטערס. אין ארץ ישראל קורסירט דער יידנשפיל טיאטער וואו עס קומט עפעס לפחות איין מאל א וואך. אויב האסטו יוטוב, סערטש פאר "די חזן פון ווילנא", דורך יידנשפיל ממש לעצטנס. מבינים ווערן משוגע פאר דעם. די פארלאנג פאר אידישע טיאטער שפילן אין ארץ ישראל ווערט גרעסער און גרעסער.

moshav zekeinim » פרייטאג יאנואר 6, 2017 12:51 am

· #359121
איך גלייב אבער נישט אז די פרייע אידיש רעדנדע זענען די וואס מאכן דעם הונדערט טויזנט ביי די אולטרא היימישע קליפס.

ציבעלע-קיגל » פרייטאג יאנואר 6, 2017 7:45 am

· #359144
וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? איעדער מאהל מען זעהט עס רעכענט עס זיך פאר נאך אייןס. אויב דו האסט עס געזעהן מער פון איין מאהל אפי' דו האסט נישט געקליקט פלעי ווערט עס שוין גערעכנט פאר נאך אייןס. און היינט מיט אלע גרופעס אויף וואטסעפפ. און איעדער שטיק צייט שיקט איעדער אויף די גרופעס נאך אמאהל.

moshav zekeinim » פרייטאג יאנואר 6, 2017 2:40 pm

· #359197
איך האב עס אויספראבירט אויף יוטוב, אבער עס קוקט נישט אויס אז עס קומט צו א ציפער נאך דעם וואס איך קוק עס מער ווי איין מאל

קורקלענד » פרייטאג יאנואר 6, 2017 2:56 pm

· #359201
moshav zekeinim
איך האב עס אויספראבירט אויף יוטוב, אבער עס קוקט נישט אויס אז עס קומט צו א ציפער נאך דעם וואס איך קוק עס מער ווי איין מאל

אויב עס ליגט נאך אין די קעש האט עס נאך א דין ווי די מישסט הין און צוריק בשעת'ן קוקען. עס ווענדט זיך אין א סאך פאקטארס. אלס איז מיין השערה ווייל זיי לייגן נישט ארויס קיין פרטים.

כלבאשבוע » פרייטאג יאנואר 6, 2017 4:18 pm

· #359206
קורקלענד
moshav zekeinim
די אידישע טיאטערס ווערן וועכענטליך אנגעפילט מיט עמיצין.

וואו קען מען היינט נאך גיין צום יידישע טעאטער? עס עקזיסטירט נאך אזא זאך היינט? לויט @ונבנתה אין די וועקער האב איך פארשטאנען אז עס איז שוין היסטאריע.


<a class="postlink" href="http://www.newyiddishrep.org/">http://www.newyiddishrep.org/</a>

<a class="postlink" href="http://www.folksbiene.org/">http://www.folksbiene.org/</a>

בנימין » זונטאג יאנואר 8, 2017 11:34 am

· #359258
איך האב באקומען לעצטנס די פאלגענדע עד אויף אימעיל, און איך ק/פ עס ככתבו וכלשונו:

Hello,

We are Social Media Marketing Company dealing in all types of YouTube services and many other social media services.

We believe in offering high quality Services at Cheapest price in the market.

As a promotion for our new clients -
We are giving away 2k views to test out our services in free –

Kindly register and contact us to get the free service -
Our views are Non drop guaranteed

The prices are as follow :-

YouTube Views HQ: 1$ /k [ 20k to 30k per day]

YouTube Fast Views HQ: 2$/k [100k to 150k per day]

YouTube SUPER Fast Views HQ: 3.5$/k [300k per day]

YouTube ULTRA Fast Views HQ: 5$/k [1000k per day]

YouTube VEVO Views HQ: 2$/k

YouTube COUNTRY TARGETED Views :- 3$/k

YouTube USA Views : 3$/k

YouTube Video Likes : 20$/k

YouTube Video Comments : 100$/k

YouTube Video Subscriber : 50$/k

moshav zekeinim » זונטאג יאנואר 8, 2017 1:38 pm

· #359268
איך האב נישט אזוי פארשטאנען וואס זייער אפער איז

signout » מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:34 am

· #359528
moshav zekeinim
איך האב לעצטנס באמערקט אז טייל יידישע יוטוב קליפס האט קרוב צו הונדערט טויזנט צוקוקער. אזויווי הצלה וויליאמסבורג, און אונטערן פראמא'ס.

איך רייב מיר די אויגן און איך קען נישט פארשטיין. ווער זענען די וואס פארשטייען אידיש און זענען אינטרעסירט אין היימישע שאוס?

אודאי חסידישע היימישע אידן פון ברוקלין און אפסטעיט, און נאך אפאר טויזנט פון אייראפע און ישראל!

וכאן הבן שואל, אז מען פארמאגט נישט קיין אינטערנעט, אדער לפחות נישט קיין אומגעפילטערטע אינטערנעט געבלאקט פון יוטוב וואו מען קען זיך אנזעהן מיט אלדאז טרייף, טא וואו שלעפן זיך אפיר הונדערט טויזנט צוקוקער אויף א אולטרא היימישער מנשה לוסטיג קליפ אויף יוטוב?

תיקו!
ס'דא א אידישע טשענעל פין איינעם וועבער אויב איך כ'דענק גיט זיין נאמען, וואס ער ריקט ארויף זיינע קליקס אין ער בעט געלט צו פאוסטען א קליפ, ווערטס נישט נתפעל וויפיל קליקס מ'זעהט

ישראל גלויבער » זונטאג יאנואר 15, 2017 4:50 pm

· #359797
איך הער היינט ווי א בחור'ל רעדט וועגן עפעס א פיקטשער וואס איז געווען אויף פייסבוק, פרעג איך דעם בחור פון ווי ער האט עס געזען. זאגט ער מיר 'אן בושה' מיין טאטע האט מיך געזאגט אז ניטל קען איך זען זיין פעיסבוק בלאט, און דארט האב איך עס געדאוינלאוד..

כ'גלייב אז ניטל מיינט אויך חול המועד, און על הכלל כולו יצא, ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד, וויפיל קלאטשען אין השבת אבידה סענטער אזויפיל '''געפילטערטע... כא כא כא.. קאמפיוטערס''' פון תענית אסתר ביז פורים זענען דא.