☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » היימישע זינגערס מיט מיליאנען צוקוקער אויף יוטוב

היימישע זינגערס מיט מיליאנען צוקוקער אויף יוטוב

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11197

moshav zekeinim » מאנטאג יאנואר 2, 2017 2:54 pm

· #358586
היימישע זינגערס מיט מיליאנען צוקוקער אויף יוטוב
עס לאזט זיך מיר פשוט נישט גלייבן אז היימישע זינגער האבן דערגייכט אזעלעכע ריזיגע ציפערן פון צושויער אויף יוטוב, וואס קען זיך רואיג פארמעסטן מיט די נישט היימישע סעלעבריטיס ווי שלמה ארצי און אייל גולן, און די ציפערן וואלטן אויך נישט פארשעמט אזעלעכע וועלט זינגער דזשאסטן וויווער און מאדאנא (דער מקובלת). מען רעדט פון די מליאנען צוקוקער, צו מאל א 5 מליאן, און פון אזעלעכע היימישע זינגערס ווי בעני פרידמאן, יעקב שוואקי, בערי וועבער, ארי גאלדוואג, מדד טסה, חיים ישראל, אברהם פריד, יונתן רזאל.

וויאזוי זענען היימישע זינגער מיט אידיש רעליגיעזע מעסעדזשעס אנגעקומען אזוי ווייט?

איסר האטלקי » מאנטאג יאנואר 2, 2017 2:57 pm

· #358588
א קאמפלימענט פאר די היימישע אידן וואס קוקן בלויז אידישע זינגערס אגאנצן טאג, זיי קוקן איבער און איבער די זעלבע מוזיק ווידעאו כמה וכמה פעמים, משא"כ די המון עם, אידישע נישט חרדישע ווי להבדיל גויאישע האט בעסערס אויף וואס צו קוקן ווי פשוטע ניגונים...

moshav zekeinim » מאנטאג יאנואר 2, 2017 3:01 pm

· #358589
אז איך אליין קוק א ווידעאו למשל טויזנט מאל גיט עס צו נאך טויזנט וויוערס? ביי קאווע שטיבל איז עס אזוי, אבער יו טוב בין איך נישט זיכער.

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 2, 2017 3:26 pm

· #358593
עס איז זיכער דא א געוויסע אינטערעסע, ווי עס איז צום זעהן פון די קאמענטארן ביי די קליפס, אפט מאל ממש א קידוש ה', ווי פרעמדע גויים בענטשן די אידן מיט זייערע טאלאנטן, אבער פון דארט ביז 5 מיליאן איז quite א מהלך.

moshav zekeinim » מאנטאג יאנואר 2, 2017 3:35 pm

· #358596
בעני פרידמאן האט דערגרייכט א פינף מיליאן

רויטע וואנצעס » מאנטאג יאנואר 2, 2017 3:54 pm

· #358598
לאמיר נישט פארגעסן פונעם סקאנדל אפאר יאר צוריק, ווען מ'האט אויפגעוויזן אז א געוויסע קליפ איז געווען מאנופלירט צו צייגן פאלשע וויו נומערן. מ'דארף יעדע קליפ מברר זיין אויב אוטענטיש. א גרינגע סימן איז אויב די לייקס און קאמאנטרן זענען א פיצילע פראקציע פון וויוס.

יואליש » מאנטאג יאנואר 2, 2017 4:02 pm

· #358601
כ'שטעל זיך פאר אז די מיט גרויסע ציפערן קומען אן דארט נאך א וויילע, און געווענליך נאכן זיין לינקט ביי א גרויסע מידיא נעץ, משום איזה סיבה שיהיה.

אבער בעצם, וואס איז די חידוש? יוטוב סערווירט די הערליכע פילפארביגער נייגער און אינטערעסע פון א ביליאן מענטשן מארבע כנפות הארץ, חודשליך. וואס איז שווער צו פארשטיין אז א נישטיגע פראצענט קומען אן אויך אן מיט זייער נייגער איבער קולטור צו חרידישע זינגערס פונקט ווי א נייגעריגער חסיד קען קוקן ווידאוס פון אלע ווינקלן און קולטורן אויפן ערדקוגעל?

קל וחומר » מאנטאג יאנואר 2, 2017 4:16 pm

· #358602
Re: היימישע זינגערס מיט מיליאנען צוקוקער אויף יוטוב
[ציטאט אראפגענומען]

איי פי אדרעס איז די דעווייס. קיין נ"מ פון ווי ער איז מחובר.

דאכציך אז כ'האב אמאל געזען ערגעץ אז יעדע איי פי אדרעס קען געבן איין וויו פער קליפ פער טאג.

ודי למבין » מאנטאג יאנואר 2, 2017 4:26 pm

· #358603
Its a known fact that Schweky and his producers are busy ramping up his views via illegitimate ways. Which clip of Berri Weber and Benni reached over a million?

ליפא » מאנטאג יאנואר 2, 2017 4:34 pm

· #358604
ס'דא א קליפ פון שירה וואס פאר אומפארשטענדליכע סיבות האט עס אנגעצויגן איבער 3 מיליון קוקערס, ס'האט ניטאמאל מוזיקה. ס'איז אויף די ווערטער אם ה' לא ישמור עיר שוא שקד שומר. און פון די קאמענטס זעט מען ווי גוים גיין גאגא דערפאר. ס'איז אפילו געווען ערגעץ א ווידיא אויף יו טוב ווי אין א גוישע סקול זינגט א קווייער די זעלבע ניגון.

כלבאשבוע » מאנטאג יאנואר 2, 2017 4:39 pm

· #358606
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/248769">viewtopic.php?f=34&t=8147&p=248769#p248769</a><!-- l -->

יואליש » מאנטאג יאנואר 2, 2017 4:55 pm

· #358612
ליפא
ס'דא א קליפ פון שירה וואס פאר אומפארשטענדליכע סיבות האט עס אנגעצויגן איבער 3 מיליון קוקערס, ס'האט ניטאמאל מוזיקה. ס'איז אויף די ווערטער אם ה' לא ישמור עיר שוא שקד שומר. און פון די קאמענטס זעט מען ווי גוים גיין גאגא דערפאר. ס'איז אפילו געווען ערגעץ א ווידיא אויף יו טוב ווי אין א גוישע סקול זינגט א קווייער די זעלבע ניגון.


כ'מיין אז יענע שירה קליפ האט געצויגן ציקיקער פון זיין געלינקט דורך עטליכע מידיא קוואלן. די גוי'ישע קליפ איז נישט קיין סקול, נאר א יובל העשור פון א קאפעליע אין איינע פון די געוועזענען סאוויטישע לענדער (דאכט זיך, לאטוויע אדער עסטאניע). אויך, די דריי מיליאן קוקערס זענען א סך הכל פון 3 יארן. שיעזאלי האט געפאויסט די שירה קליפ,סאו ער קען גענוי וויסן פון ווי מ'לינקט דערצו.

moshav zekeinim » מאנטאג יאנואר 2, 2017 7:14 pm

· #358619
דער קליפ פון זלמן הורוויץ ווי ער זינגט אלוקי נשמה מיא מונה אום כ"א כסליו איז פאר א לאנגע צייט געווען מיין באליבסטער מוזיק קליפ, איך געדענק ווי א שטיק פלעגן די ציפערן ארויף גיין און אראפ גיין, פלוצלינג זענען צו געקומען אפאר טויזנט און פלוצלינג איז עס אראפ צום אלטן. דאס האט מיר געמאכט טראכטן אז עס קומט מעגליך פאר שווינדל ביי די ציפערן פון קליפס. איך ווייס נאר נישט ווער עס זאל האבן די אינטערעס ביי דער ספעציפישער קליפ, אהרונים, שירה, פרייליך, זלמן הורוויץ, שיע האנשטעטער, אדער דער וואס דיזיינד דער ווידעאו.

moshav zekeinim » מאנטאג יאנואר 2, 2017 7:22 pm

· #358620
ודי למבין
Its a known fact that Schweky and his producers are busy ramping up his views via illegitimate ways. Which clip of Berri Weber and Benni reached over a million?


רעד אידיש ביטע.

וויאזוי ווייסט מען אז שוואקיס פראדוסערס שווינדלען מיט די ציפירן?

וועגן בעני פריעדמאן, זיין יש תקוה אלט שוין לאנג איבער 5מליאן.

איסר האטלקי » דינסטאג יאנואר 3, 2017 12:35 am

· #358648
אויף טוויטער איז ידוע אז מען קען צוקויפן פאלויערס פאר געלט, מען דינגט עס פאר א שטיק צייט און עס פאלט אראפ מיט די צייט צו די ריכטיגע ציפערן.

איך אויך » דינסטאג יאנואר 3, 2017 3:06 am

· #358657
כ'האב געמיינט עס איז קאמען נאלידש אז מען קען היינט גארנישט גלייבן, אינקלודינג די נומער פון יוטוב וויוס און עמעזאן ריוויוס וכדומה.

גדעון » דינסטאג יאנואר 3, 2017 10:37 am

· #358670
Re: היימישע זינגערס מיט מיליאנען צוקוקער אויף יוטוב
ליפא
ס'דא א קליפ פון שירה וואס פאר אומפארשטענדליכע סיבות האט עס אנגעצויגן איבער 3 מיליון קוקערס, ס'האט ניטאמאל מוזיקה. ס'איז אויף די ווערטער אם ה' לא ישמור עיר שוא שקד שומר. און פון די קאמענטס זעט מען ווי גוים גיין גאגא דערפאר. ס'איז אפילו געווען ערגעץ א ווידיא אויף יו טוב ווי אין א גוישע סקול זינגט א קווייער די זעלבע ניגון.


גראדע איז עס באקאנט געווארן ווען ש.ד. האט עס דערמאנט אלץ זיין באליבטע ניגון אין זיין אינטערוויאו אויף reply all podcast

moshav zekeinim » דינסטאג יאנואר 3, 2017 11:08 am

· #358673
ווער איז דער שין דלת?

גנדי » דינסטאג יאנואר 3, 2017 12:07 pm

· #358679
שלום דין

לך לך » מיטוואך יאנואר 4, 2017 4:02 pm

· #358893
רבי נחמן I איציק דדיה ITZIK DADYA Rabi Nachman
3,788,346
views