☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אנטיסעמיטיזם היינטיגע צייטען

אנטיסעמיטיזם היינטיגע צייטען

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11191

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג דעצעמבער 30, 2016 11:08 am

· #358389
אנטיסעמיטיזם היינטיגע צייטען
איך טרעף נישט קיין אשכול מיט א ליקוט פון אנטיסעמיטישע מעשה׳ס וואס פאסירען, כדי צו האלטען אן אויג אויף דער וועלט און אלעמען אפהיטען פון שלעכטס.
דעריבער וויל איך דא גרינדען אזא אשכול.

דאס איז געווידמעט פאר מעשה׳ס אין דער נייעס, וואס איז קלאר געצילט קעגען אידען און תורה.

איך הייב אן מיט דעם
<a class="postlink" href="http://www.cnbc.com/2016/12/29/honda-to-recall-about-650000-odyssey-minivans-in-us.html">http://www.cnbc.com/2016/12/29/honda-to ... in-us.html</a>

mevakesh » פרייטאג דעצעמבער 30, 2016 11:33 am

· #358391
Re: אנטיסעמיטיזם היינטיגע צייטען
לץ איינער...

וואלווי » זונטאג יאנואר 1, 2017 6:00 am

· #358440
Its all part of a big Jewish plan

אזוי ווי מ'רעטורנט עיר קאנשינערס צו וואלמארט סוף זומער פריי אן אפצאל.

ס'איז א ריקאל צו רעפלעיסען פארטס פאר פרי. לאמיר זיי אויסנוצען צי ריפלעיסען די שמוציגע סיטס אנגעשמירט פון מצות, אייער, שלח מנות טשאקלעט וועפערס און קינדער מילך באטלעך

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 1, 2017 6:09 am

· #358443
ס'איז שוין גארנישט קיין געלעכטער. א פאקט אז ווען מ'זעט א האנדא אדיססי אין ב.פ., פלעטבוש אדער אין קר"י און א גוי דרייווט עס, קענמען שטעללן אויף די חזקה אז ס'איז געגנב'ט...! או.קעי. טאיאטא סיעננא איז אין די לעצטע פאר יאר אויך א ביסל פאראידישט געווארן... 😂 🙄

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 22, 2017 1:50 pm

· #360312
איך מיין אז דאס באלאנגט דא. מ'נעמט אונז צו דער געלעגענהייט צו מאכען א קידוש ה'.

אייז קריעם » זונטאג יאנואר 22, 2017 8:21 pm

· #360365
ליינענדיג ביזן סוף ארטיקל, איז דא א רעדע פון דיסקרימינאציע אנטקעגן פעשליכע רייזנדע.
דאס קען האבן א געפערליכן אפעקט אויפן יודישן טשאלנט/גאלע/הערינג געטשאלענדשטע געמיינדע.

נאך א מיינונג » זונטאג מערץ 12, 2017 9:11 am

· #365263
און דא האט מען נאך איינס, פון א א.ג. אידישע צייטונג, רח"ל עפ"ל