☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » נייע מאדערנע שפילן און מאוויס

נייע מאדערנע שפילן און מאוויס

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11189

ישראל גלויבער » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 3:49 pm

· #358348
נייע מאדערנע שפילן און מאוויס
לעצטענס איז געווארן מער איינגעריסן די מאדערן ארטאדאקסישע פארוויילונג, מיט פלעיס און מאוויס אינעם אלוועלטליכע בינע.

וואלט איך דא דעבאטירט דערוועגן.

וואס איז די מעשה מיט די נייע שפיל 'זוסמאן'?

איסר האטלקי » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 4:07 pm

· #358350

איסר האטלקי » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 4:08 pm

· #358351
פארוואס איז עס איינגעריסן? אפשר אויפגעריסן וואלט בעסער געשטימט?
(ביטע פרוביר אז דער אשכול זאל נישט פארשלאסן ווערן כדרך שמת פלוני...).

ישראל גלויבער » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 4:13 pm

· #358352
פאקטיש ווערט עס איינגעריסן וואס איז אמאל נישט געווען. אבער איך האב נישט קיין פראבלעם דערמיט.
איך בין דא מיטצוטיילן מיינע טרעפונגען, אז איך ווייס עפעס און כ'וויל מהנה זיין אנדערע אויך, און הערן פון אנדערע נאך, שרייב איך דערוועגן. והכל תלוי במזל..

בן אדם » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 4:26 pm

· #358353
איך זעה אז דער אנדערע אשכול איז שוין פארשלאסן ממילא וויל איך דא זאגן מיין מיינונג אז ס'זעט אויס ווי ער פירט א נקמה אקציע קעגען די אלע סקווערע אשכולות דא אין שטיבל!

ישראל גלויבער » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 4:31 pm

· #358354

איסר האטלקי » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 4:32 pm

· #358355
ישראל גלויבער
והכל תלוי במזל..

איך וואלט ליבערשט געשריבן: "והכל תלוי בשכל".

ישראל גלויבער » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 4:32 pm

· #358356
איינער האט אמאל געזען דעם חרדישער מאווי 'אנפילן דעם הוילקייט'?

בן אדם » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 5:17 pm

· #358359
ישראל גלויבער
און איך בין גארנישט קיין סקווערער..

דו בוסט נישט קיין סקוערער, דו בוסט א 'ניו-סקווערער'!!

ישראל גלויבער » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 5:38 pm

· #358361
ישראל גלויבער
איינער האט אמאל געזען דעם חרדישער מאווי 'אנפילן דעם הוילקייט'?

https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7 ... 7%99%D7%98

ישראל גלויבער » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 10:39 pm

· #358372
דא איז די סייט פון 'זוסמאן' אבער כ'האב נאכנישט ארויס גענוי ווער שטייט אונטער דעם, איז עס כשר פאר חרדישע יודען?

http://www.zmanplay.com/

שאולדיספריםפאקער » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 11:12 pm

· #358373
ישראל גלויבער
דא איז די סייט פון 'זוסמאן' אבער כ'האב נאכנישט ארויס גענוי ווער שטייט אונטער דעם, איז עס כשר פאר חרדישע יודען?

http://www.zmanplay.com/

ער הייסט יצחק וואגשאהל א יליד מאנראו, ער האט אפגעקויפט די זמן מאגאזין פאר עטליכע יאר צירוק.

איסר האטלקי » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 11:26 pm

· #358376
בלויז כשר חרדישע אידן. עס איז אויפן העכסטן סטאנדארט, אבער א נייעם טריט וואס מען האט נאכנישט געזען ביז איצט.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג דעצעמבער 30, 2016 11:14 am

· #358390
Re: נייע מאדערנע שפילן און מאוויס
http://hefkervelt.blogspot.com/2016/12/ ... y.html?m=1

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ישראל גלויבער » פרייטאג דעצעמבער 30, 2016 1:40 pm

· #358400
איך האב מיך געוואונדערט אז די רבנים זענען לעצטענס זייער שטיל, זאכן ווערן נארמאל, וואס אפאר יאר צוריק איז געווען הויעך אסור.

איך געדענק נאך ווען א ווידאו איז געווען 'פונקט' ווי טעלעווישען, וואס האט געטוישט די מיינונג פון רבנים, אז מ'האט שטיל געשוויגן. איז עס מותר? אדער זיי זענען שוין הייזעריג... חח

מיש-נייעס » מוצ"ש דעצעמבער 31, 2016 6:17 pm

· #358409
ישראל גלויבער
איך האב מיך געוואונדערט אז די רבנים זענען לעצטענס זייער שטיל, זאכן ווערן נארמאל, וואס אפאר יאר צוריק איז געווען הויעך אסור.

איך געדענק נאך ווען א ווידאו איז געווען 'פונקט' ווי טעלעווישען, וואס האט געטוישט די מיינונג פון רבנים, אז מ'האט שטיל געשוויגן. איז עס מותר? אדער זיי זענען שוין הייזעריג... חח

זיי זענען ביזי מיט דיינע אימעיל'ס... טטטטטטט

בן ישי » מאנטאג יאנואר 2, 2017 1:02 am

· #358543
די זמן "זוסמאן" פלעי איז געווען אויף ענגליש ממילא איז נישט געווען קיין מחאות פון די חסידישע קרייזען אבער אין לעיקוואד האט bmg ארויסגעגעבן א איסור צו גיין מיט די חתימות פון די ראשי ישיבה.

געהערט האב אז עס איז געווען א שפיל וואס איז נאכנישט געווען זיינס גלייכן ביי יודן!

זיי האבן געהאט אסאך ליידיגע זיצן אבער לכאורה קומענדיגע מאל וועט אלעס ווערן אויספארקויפט.

אזוי אויך האב איך געהערט אז די עקטערס זענען נישט געווען קיין יודן.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יאנואר 2, 2017 5:23 am

· #358550
Re: נייע מאדערנע שפילן און מאוויס
א מחאה קען צוהעלפען אנצופיהלען די ליידיגע זיצען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

טמיר » מאנטאג יאנואר 2, 2017 9:29 am

· #358557
Re: נייע מאדערנע שפילן און מאוויס
די איסור פון וידיאו איז פשוט דורכגעפאלן. מען זעהט שוין אין די גמרא אזא זאך א גזירה שלא נתפשט אין כלל ישראל, איך געדענק שוין נישט די לשון. און נאכדעם איז דא אזא זאך ןווי גזירה שאין רוב הציבור יכולין לעמוד בה. בקיצור עס איז א געהעריגע סוגיא וואס מען דארף דורכטון

Sent from my SM-T217S using Tapatalk

פעינטער » מאנטאג יאנואר 2, 2017 11:20 pm

· #358640
i dont have yiddish so ill write in english

i was by the zusmen play . the jewish plays "ken zich farshteken" from this play .
the story was an amazing story . the props even it was the same guy whos making the props by all intren plays was here much more real
the actors was so real . when you sew screaming you thought that a real natzy is screaming '
i could go on and on

yes it was very empty but still next year if he will make one will for sure come morre guys

sorry again for the english

ישראל גלויבער » דינסטאג יאנואר 3, 2017 3:38 pm

· #358694
פעינטער
i dont have yiddish so ill write in english

i was by the zusmen play . the jewish plays "ken zich farshteken" from this play .
the story was an amazing story . the props even it was the same guy whos making the props by all intren plays was here much more real
the actors was so real . when you sew screaming you thought that a real natzy is screaming '
i could go on and on

yes it was very empty but still next year if he will make one will for sure come morre guys

sorry again for the english

און ווען איך זאג עס פאר מענטשן וויל מען מיר נישט גלייבן! אונז זעמער נאך ווייט פון פראפעשענעל. אמת טאקע אז ס'ווערט פאר'גויאישט מיט די צייט, אבער דאס איז די מציאות אז מ'קען מער נישט מאכן קיין חוזק פונעם היינטיגער ציבור און פארקויפן לאקשן - ווי די אונטערנס טוען; מ'מאכט אפאר פאני פראפס און די מעשה איז אויסגעזויגן פון פינגער און ס'ווייט פון אויטענטיש.
- אלא מאי דער עולם גייט אהין? ווייל ס'נישטא עפעס בעסערס.
און איך זאג קלאר! אונטער געציילטע יארן, וועט זיין א יודישע 'היימישע' טיאטער, ס'וועט נישט הייסן טיאטער ניין, רוף עס קרן שמואל ישעי' אדער סיי וועלכע קאווער אפ נאמען, אבער ס'וועט זיין א פאקט!

מיש-נייעס » דינסטאג יאנואר 3, 2017 6:48 pm

· #358724
ס'שוין דא ס'הייסט קאווע שטיבל

חנווני » דינסטאג יאנואר 3, 2017 11:30 pm

· #358773
א קלער פארוואס די איצטיגע פלעי איז געווען מער פראפעסיאנאל ווי די געווענטליכע היימישע פלעיס קען זיין צוליב וואס די פלעי איז געווען ספעציעל פאר ערוואקסענע, משא"כ די חוה"מ פלעיס מאכט מען בעיקר פאר קינדער וואס פארשטייען גאנץ קנאפ צו עקטן 'ריעל' וכדו' פאר זיי ברויכך מען בעיקר שרייען הויך און באמבאסטיש וכו'.

ישראל גלויבער » מיטוואך יאנואר 4, 2017 2:19 am

· #358798
אויב מיינט איר אז ס'שטעלט זיך דא אפ, ניין מיט א ריזן פארזעצונג סיגנאל.

וואס האט גענומען אמאל א צענערל צו זאגן תתחדש, היינט נאך פאר מ'מאכט א ברכת הנהנין אויף אזא זוסמאן, און ס'קומען ערשטקלאסיגע אונטערטעינמענט.

ישראל גלויבער » מוצ"ש יאנואר 14, 2017 11:23 pm

· #359738
http://www.sundance.org/projects/menashe