☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » זאלסט נעמען דעם ווילן

זאלסט נעמען דעם ווילן

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11187

געוואלדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 10:24 am

· #358307
זאלסט נעמען דעם ווילן
טאטע אין הימל איך בעט דיר
ווער נאך ווי דיר פארשטייט מיר
אפילו איך אליין
קען זיך נישט פארשטיין

איך זיץ און טראכט
ווי אומבאגרעניצט איז דיין מאכט
גארנישט איז פון דיר פארהוילן
אפילו די שיך זוילן

בעט איך אזוי
מיט מיין הארץ גענוי

איך ווייס נישט
איך בין צומישט
וואס זאל איך טוהן יעצט
און וואס טוהן צום לעצט

וואס איז מיין פליכט
ווען אלעס אזוי קריכט
און וואס זאל איך יעצט נישט טוהן
זייער צומישט איך בין

***

האב איך צו דיר איין געבעהט
באשעפער, וואס ווייסט און אלעס זעהט
דיין רצון טוהן וועל איך פראבירן
דיין קרוין מיט דעם צו באצירן

אבער איך ווייס דאך גאנץ קלאר
דיין רצון איז פון מיר פארהוילן ביז גאר
איך ווייס נישט וואס טוהט דיר יעצט געפעלן
און וואס דו טוהסט יעצט נישט וועלן

יעדער מינוט זיין תכלית האט
צו טוהן דעם רצון פון גאט
אבער נישט אלס איז פאר מיר קלאר
וואס איז שקר און וואס איז וואר

בעהט איך נאר אזוי פיל
מיין רצון איז דאך נישט שטיל
פון דעם האסטו דאך זיכער הנאה
רחמנא ליבא בעי

זאלסטו נעמען דעם ווילן
וואו עס פעלט, מיט דעם אויספילן
וועט דאך אלעס ווערן גאנץ
און זיך ארויס לאזן מיט א טאנץ.

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 12:29 pm

· #358318
# רצונינו לעשות רצונך

אייז קריעם » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 12:44 pm

· #358319
געוואלדיג זאגט דאך אזוי גוט,
זאגט דער באשעפער "איך בין צופרידן דערמיט",

דאס וועלן דאס איז דאך מיין רצון,
נחשב כצג באיתון דחות בפילולי עקלתון.

מפוזרי » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 7:01 pm

· #358366
Re: זאלסט נעמען דעם ווילן
אין דבר העומד בפני הרצון... 'ווילן' קענסטו דאך זיכער. הא"א ז"ל.