☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » שבע יפול צדיק וקם

שבע יפול צדיק וקם

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11185

אייז קריעם » דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 2:37 pm

· #358171
שבע יפול צדיק וקם
צום ערשטן מאל געטראפן דעם מאמר פון הרב הוטנר.
<a class="postlink" href="http://www.shoresh.org.il/spages/articles/m/about%20falling.htm">http://www.shoresh.org.il/spages/articl ... alling.htm</a>

ער ברענגט ארויס אז די זיבן נפילות פונעם צדיק איז נישט סתם עפעס א בדיעבד נאר דאס איז א הכרח.

דאס איז שוין מן הסתם וואויל באקאנט פאר דעם חשובען ציבור דא אבער איך האב געוואלט צולייגן נופך משלי.

1) עס וואלט זיך געפאסט צו זאגן "צדיק יפול שבע וקם" קודם דעם ווארט צדיק. נאר נאכן הערן הרב הוטנער'ס פשט איז דאך אסאך בעסער אז עס שטייט שפעטער ווייל ווילאנג ער איז נישט געפאלן זיבן מאל איז ער קיין צדיק ניט. דאס פאלן האט אים אויסגעבויעט.

2) צו פארענטפערן דעם בית יוסף'ס קשיא על דרך חסידות, אז נאכדעם וואס מען איז געשטיגן זיבן טעג פון חנוכה קומט מען ערשט אן משיג צו זיין די ניסים ממילא האט מען געמאכט אן אכטן טאג. דער אכטער טאג איז דער "וקם".

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 3:31 pm

· #358180
דאס איז די מערסטע באקאנטע שטיקיל זיינער (אחוץ ׳א ווארמע פעפסי איז קיין פעפסי נישט׳). א מגי"ש האט מיר געזאגט מיט איבער צוואנציג יאר צוריק אז זיין פחד יצחק עפענט זיך אוטאמאטיש צו יענער דף, ער האט אזוי פיהל מאל געוויזען פאר בחורים

אייז קריעם » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 2:42 pm

· #358257
פונקט היינט, און אירגון שיעורי תורה, האט הרב משה מאיר לעדערמאן ברייט ארומגערעדט איבער דעם ענין. לית נהורא אלא ההוא דנפיק מגו חשוכא" (זוהר).
ויירא יעקב מאוד ויצר לו, יעקב איז א צווילינג פון עשו (יצר הרע) יעקב האט מורא געהאט אז טאמער הארגעט ער עשו, וועט יעקב נישט קענען שטייגן-ער מיז צוקומען צום עשו.
ויעש אלוקים כתנות אור מיט אן אלף, שטייט אז דער רבש"ע האט דאס גענומען פונעם עור פונעם נחש. ווייל ערשט נאכדעם וואס אדם האט געזינדיגט דורכן נחש, איז ארויגעקומען דעם כתנות "אור".

אישתישבי » מוצ"ש דעצעמבער 31, 2016 8:29 pm

· #358416

ער ברענגט ארויס אז די זיבן נפילות פונעם צדיק איז נישט סתם עפעס א בדיעבד נאר דאס איז א הכרח




און פארדעם האט מען אין איזביצא געטאנצען נאך אן עבירה.

און אז רב הוטנער האלט ווי חסידים, איז עס א יפוצו מעיינותיך נעווער דע לעס.