☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » באבוב רב: חנוכה מתנות היא הנהגה חדשה

באבוב רב: חנוכה מתנות היא הנהגה חדשה

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11184

דולה ומשקה » דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 11:11 am

· #358147
באבוב רב: חנוכה מתנות היא הנהגה חדשה
פארגאנגענעם ערב שבת קודש איז פארשפרייט געווארען אין 'אמרי קודש' דער ווייטאג פון באבוב'ער רב שליט"א פון חנוכה מסיבות זענען פארוואנדעלט געווארען צו א 'זבח משפחה'. דער ענין איז נעמנט אויף דריי זייטן פונעם קונטרס. דער רב זאגט מילא אז מ'זאגט תורה שירות ותשבחות נו, אבער ..."אם ח"ו י"ש בה שחוק והיתול וקלות ראש וערבוביא רח"ל, שאין נזהרין בגדרי הקדושה והצניעות, הוא רע וגרוע מאוד..."

דער רב דערמאנט די ווערטער פון זיין שוואגער 'גיסי הגה"צ דומץ דקהלתנו שליט"א' "...כי איש הנלבב וירא ד' שיודע שאין ההנהגה במסיבת משפחתו כראוי, לא ילך בדרך אתם וימנע ררגלו מנתיבתם, ולא ישתתף במסיבה ההיא כלל..."

דערנאך רעדט ער איבער די 'רדיפת התאוות והמותרות' וואס דער רב רופט עס אן 'בבחינת עון הדור', "אשר כל סדר החיים של בני דור הזה הוא באופן של ריבוי בתענוגי ומחמדי העולם הזה, ודבר זה בולט בסעודת הרשות ומסיבת מרעים שעושים בחנוכה..."

צום לעצט רעדט דער רב שליט"א 'שפשתה המספחת בעוה"ר' צו טיילען חנוכה מתנות פאר קינדער, ווי מען געוואוינט אן די קינדער צו תענוגי ומחמדי עוה"ז. ער האט ארויס געברענגט אז קינדער אין דער באבוב'ער ישיבה קומען צו ישיבה מיט כל מיני קאטאלאגא"ן וואס די געשעפטן דריקן, 'די הנהלת הישיבת 'התאוננו על חוסר האחריות שלהם...'

צום אויספיר אז דאס איז "נובע ממנהגי עכו"ם, שעושים כן ביום אידם שהוא ג"כ באותו זמן ותקופת השנה, והיא בחינת חוקת הגוי על טהרת הקודש רח"ל. ... והוא הנהגה חדשה בנוסח אמעריקא, שנתחדשה לאחרונה, דברים אשר לא שערום אבותינו, ותוצאותיו מי ישורנה.

נאך אלע מעשיות, אלל קידינג אסייד, האט ער א שטארקע נקודה.
אמרי קודש באבוב עמוד יב.jpg אמרי קודש באבוב עמוד יא.jpg אמרי קודש באבוב עמוד י.jpg

קל וחומר » דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 11:58 am

· #358151
Re: באבוב רב: חנוכה מתנות היא הנהגה חדשה
אין אנדערע נייעס הערט מען אז איינער פון די גרויסע קריסטליכע גייסטיגער האט לעצטענס שטארק אראפגעריסן דעם מנהג פון לייגן לעמפלעך בעצם יום אידם, מיטן טענה אז עס קומט בשרשו פון די אידישע מנורה און עס איז אסור אלס חוקת ישראל.

65th » דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 1:28 pm

· #358162
Re: באבוב רב: חנוכה מתנות היא הנהגה חדשה
יא יא גירעכט גירעכט
אבער דער באבובער רב איז דער לעצטער וואס מעג רעדען וועגן ״רדיפת התאוות והמותרות״
ער האט זיין גאנץ לעבען גערוידפט יעדער איינם פין זיין אייגענע משפחה עד היום הזה
ער ליגט טיף אין תאוות פין גרויסע פעלצע צי לאנגע וואקיישעןס
ער מעלקט מותרות מיליונים פין ״איזי״ אין אנדערע פאר אייגענעם צוועק אפילו ער טיילט אביסל צדקה
ער קען טוהן וואס ער וויל
אבער ווער הערט איהם אויס?


Sent from my iPhone using Tapatalk

יהושע חיים » דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 1:30 pm

· #358163
Re: באבוב רב: חנוכה מתנות היא הנהגה חדשה
הה"ד קבל את האמת ממי שאמרו

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

אייז קריעם » דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 2:19 pm

· #358170
מען ברויך אסרן קאטאלאגן,
דער מנהג שטאמט דאך פון קאטאליקן,
אזוי האבן זיך אנגעהויבן די נעאלאגן,
ביטע שיקט אריין א שטאב מיט פסיכאלאגן!