☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » פרעגט א מעדיצינישע שאלה

פרעגט א מעדיצינישע שאלה

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11179

שלום בערגער » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 8:51 pm

· #358008
פרעגט א מעדיצינישע שאלה
רבותי,

כ'ווינטש אייך געזונט און אריכות-ימים. און אין שייכות דערמיט, וויל איך אייך מודיע זיין, אז אין יידישן פארווערטס גייט שוין א יאר צייט מיין רובריק "פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער". כשמו כן הוא, כ'בין אויסן צו ענטפערן אויף א קאנפידענציעלן, קלארן און פארשטענדלעכן אופן (אן פאעזיע! 🙂 ) אויף כלערעליי פראגעס וועגן געזונט, קערפער, פסיכאלאגיע, סעקס, לעבן אד"גל.

איר קענט דאס געפינען אט דא:
http://blogs.yiddish.forward.com/dr-ber ... questions/

כדי אריינצושיקן א פראגע, איז מסמתא צום גרינגסטן זיך ווענדן צו מיר דורך ק"ש-מעסעזש.

א פריילעכן און ליכטיקן
שלום בערגער
ֿמיין דאקטער-ייחוס-בריוו:
http://www.hopkinsmedicine.org/profiles ... ary-berger

מפוזרי » מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 7:33 am

· #358036
Re: פרעגט א מעדיצינישע שאלה
און אפשר דאך אביסל פאעזיע? שוין לאנג נישט געלייגט עפעס.

שבת אחים » מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 11:07 am

· #358047
[ציטאט אראפגענומען]

כווייס נישט וויפל וויטאמינען סאיז פארהאנען אין דאנדאטס אבער אין די Tums ליגט זיכער אסאך calcium.

שלום בערגער » דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 1:38 pm

· #358164
[ציטאט אראפגענומען]

וויטאמין "ושמנת"

שלום בערגער » דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 1:47 pm

· #358167
גענוג שוין מיט די וויטאמינען
[ציטאט אראפגענומען]

א גוטע טעמע אויף אן ארטיקל. בקיצור: זיי טויגן אלע אויפן גארבעדזש. שפארט אייער געלט.

http://annals.org/aim/article/1789253/e ... upplements

ברוך בער » דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 2:14 pm

· #358169
ר' שלום א געוואלדיג זאך דא. לאמיר אביסל הערן איבער געזונטהייט פון א יידיש'ן דאקטאר.

מיין שאלה איז, כ'האב גרויס חשק צו זיין געזונט, ביים דעת און פיזיש ביז גאט וועט צונעמען די נשמה. עס איז א שרעק קוקנדיג אויף אונזערע זקנים, כמעט אלע זענען א גאנג, דאס דעת איז זייער בשפל המצב און זענען צוגרונד פיזיש ממש א רחמנות. וואס זאל זיין אן התנהגות יעצט אין די אינגע יארן וואס קענן העלפן צו א גוט לעבן העכער די זיבציג און אכציגער?

שלום בערגער » דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 2:38 pm

· #358172
ברוך בער
ר' שלום א געוואלדיג זאך דא. לאמיר אביסל הערן איבער געזונטהייט פון א יידיש'ן דאקטאר.

מיין שאלה איז, כ'האב גרויס חשק צו זיין געזונט, ביים דעת און פיזיש ביז גאט וועט צונעמען די נשמה. עס איז א שרעק קוקנדיג אויפן אונזערע זקנים, כמעט אלע זענען א גאנג, דאס דעת איז זייער בשפל המצב און זענען צוגרונד פיזיש ממש א רחמנות. וואס זאל זיין אן התנהגות יעצט אין די אינגע יארן וואס קענן העלפן צו א גוט לעבן העכער די זיבציג און אכציגער?

אט דאס הייסט א קשיא.

כ'וועל זיך אי"ה אומקערן צו דעם אין א קומעדיקן רובריק. שווער צו ענטפערן אויף איין פוס. א דאנק.

ירח בן יומו » דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 3:27 pm

· #358178
וואס איז די עצה פאר פוס נעגל וואס איז געווארן אינגאנצן הארט, געל\בריון, און דיק. קוים וואס מ'קען עס שניידן. וואס טוט מען יעצט? ווי אזוי קען מען דאס פארמיידן?

איך האב געזען עצות פון לייגן טי אויל, ביי מיר העלפט עס נישט.

יישר כח.

תנחום » דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 8:08 pm

· #358190
שלום בערגער
[ציטאט אראפגענומען]

א גוטע טעמע אויף אן ארטיקל. בקיצור: זיי טויגן אלע אויפן גארבעדזש. שפארט אייער געלט.

http://annals.org/aim/article/1789253/e ... upplements

@אנאנים
איר האט געפרעגט דעם נישט ריכטיגען פערזאן. קיין איין דאקטער וועט אייך נישט הייסן נעמען ווייטעמינען.(חוץ פרינעטעל פאר א מעוברת)

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 9:09 pm

· #358197
תנחום: איך בין נישט מסכים מיט דיר. ווייל איך ווייס פאר א פאקט אז דער דאקטער וועלכער טוט די מעדיקל ריסוירטש אין די לאבאראטאריע פון מעקסי העלטה הייסט אז מ'זאלל נעמען פון א יעדע איינציגע ווייטאמין אדער סופלעמענט, איין שטיקל דריי מאל א טאג. און ער זאגט אז ס'העלפט. פאר די טאש פון די אייגנטומערס העלפט עס זיכער... 😂 🙄

בן אדם » דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 11:07 pm

· #358208
איך בין לעצטענס זייער אדיקטעט צו פעיסבוק, איז דאס א קראנקהייט אדער סתם א נאטור אדער אפשר גאר א געזונטע זאך?

שצם_חנכל » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 7:10 am

· #358223
ברוך בער
ר' שלום א געוואלדיג זאך דא. לאמיר אביסל הערן איבער געזונטהייט פון א יידיש'ן דאקטאר.

מיין שאלה איז, כ'האב גרויס חשק צו זיין געזונט, ביים דעת און פיזיש ביז גאט וועט צונעמען די נשמה. עס איז א שרעק קוקנדיג אויף אונזערע זקנים, כמעט אלע זענען א גאנג, דאס דעת איז זייער בשפל המצב און זענען צוגרונד פיזיש ממש א רחמנות. וואס זאל זיין אן התנהגות יעצט אין די אינגע יארן וואס קענן העלפן צו א גוט לעבן העכער די זיבציג און אכציגער?

בן אדם
איך בין לעצטענס זייער אדיקטעט צו פעיסבוק, איז דאס א קראנקהייט אדער סתם א נאטור אדער אפשר גאר א געזונטע זאך?

חדא מתורצת בחברתה, נוצן פעיסבוק קען זיין פארבינדען מיט א געזונטערע לענגערע לעבן, זאגט לעצטיגע שטודיע:
http://www.nytimes.com/2016/11/01/scien ... -life.html

אישתישבי » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 8:30 am

· #358225
ר' שלום
כ'וועג בערך דריי הונדערט פונט, און כ'בין פינעף פיס מיטמעלעף אינטשעס. קוים איך ריר מיר ארום.
פארשטייט זיך אז איך עס, אבער נישט עפעס כ'ווייס נישט אסאך, כ' עס געהעריג, דהיינו דריי סעודות א טאג מיט צווי רעפטלעך ברויט ביי יעדעס סעודה, און פרישטיק עס איך דריי אייער, אמאהל געקאכט, אמאהל געפרעגלט, אמאהל צוסמעשט מיט ציבעלע און אויל.
פאר מיטאג ווידער ברויט מיט יאגארט און טונא אדער סאַרדיניאַן פיש, און פאר נאכט מאל וואס מיין רעביצען שתחיה גרייט מיר אהן.

דורכאויס די טאג עס איך אמאהל א קליינע נאש, ד.ה. א שטיקעל קעיק דא, אדער פרוכט דארט, אמאהל קענדיס און טאשקאלאד, וואס דער רבש"ע שיקט מיר אונטער.

און כ'קען נישט פארלירן קיין וואג!!

זאל איך טוישען מיין דיעטע?
זאל איך פראבירן אטקין?
זאל איך מאכען איבונגען?

פליקער » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 8:43 am

· #358227
Re: פרעגט א מעדיצינישע שאלה
אישטענעם: וואס פאר א מעדעצינישע פראגע איז דאס, ווען איר וועט אויפהערן פרעסן וויינגער ווי עפעס ווייס איך וואס, פלאס איר וועט מאכן איבונגען יא עפעס ווייס איך וואס, וועט איר צירינען און פארלירן אייערע איבריגע וואג.
משל למה הדבר דומה, איר האט א פריזער אנגעפאקט מיט קיגל פאר א זמן וואס אויב וועט נישט פונקט זיין קיגל וועט איר קענען נעמען פין דעם פריזער און אנהייצען א פיין שטיקל, און ווי לאנג איר באקט א נייעם קיגל וועכענטליך וועט דער פריזער בלייבן פיל.
דער נמשל איז, די פריזער: איז אייער געדערם אחור און לאבעס, און אלע פלעצער ווי עס הענגט אייך. די קיגעל: איז די פעט וואס אייער קערפער לייגט אוועק פאר די שווערע צייטן וואס איר וועט נישט האבן וואס צי עסן. באקען א נייעם קיגל: איז דער נמשל אלע עסן וואס איר פאקט אריין אפילו עס איז נאר צי שטילן דעם הינגער און איר עסט נישט קיין סך. וועט דער פריזער זיין פארמאכט פיל מיט קיגל: איז דער נמשל, אז אייער קערפער וועט נישט נעמען די אוועק געלייגטע שטיקער פעט'ס. סיי וועלכע דייעט איר וועט גיין אויף וועט איר מיזן עסן גאר מינימאל, כדי אייער קערפער זאל באמערקן אז עס גייט פאר א הינגער יאר, און עס וועט אנהויבן ניצען די אוועקגעלייגטע פעט'ס פאר אנערגיע. אגב עס איז דא א דייעט אשכול וואס עס איז כדי איר זאלט אריין בליקן ותמצא נחת.

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 8:43 pm

· #358281
ריכטיג: און איך האב ב"ה געזעהן א באדייטנדע פארבעסערונג אין מיין קאלעסטעראל נאכדעם וואס איך נעם די מעדיצין..."אטאר-ווא-סטאטין קאלציום"... וואס דער דאקטער האט פארשריבן. נישט עפעס א סופלעמענט פון מעקסי העלטה...!

בן אדם » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 8:51 pm

· #358283
איך בין בטבע זייער סענסיטיוו און איך ווער שנעל באליידיקט, וועלכע וויטאמין זאל איך נעמען?

אפטעמיסט » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 1:19 am

· #358296
אישתישבי
ר' שלום
כ'וועג בערך דריי הונדערט פונט, און כ'בין פינעף פיס מיטמעלעף אינטשעס. קוים איך ריר מיר ארום.
פארשטייט זיך אז איך עס, אבער נישט עפעס כ'ווייס נישט אסאך, כ' עס געהעריג, דהיינו דריי סעודות א טאג מיט צווי רעפטלעך ברויט ביי יעדעס סעודה, און פרישטיק עס איך דריי אייער, אמאהל געקאכט, אמאהל געפרעגלט, אמאהל צוסמעשט מיט ציבעלע און אויל.
פאר מיטאג ווידער ברויט מיט יאגארט און טונא אדער סאַרדיניאַן פיש, און פאר נאכט מאל וואס מיין רעביצען שתחיה גרייט מיר אהן.

דורכאויס די טאג עס איך אמאהל א קליינע נאש, ד.ה. א שטיקעל קעיק דא, אדער פרוכט דארט, אמאהל קענדיס און טאשקאלאד, וואס דער רבש"ע שיקט מיר אונטער.

און כ'קען נישט פארלירן קיין וואג!!

זאל איך טוישען מיין דיעטע?
זאל איך פראבירן אטקין?
זאל איך מאכען איבונגען?

אשפג 😂
אפשר פרעגט ניט אזוי פיל שאלות פונעם דיכטער און עסט איינפאך אביסלע ווינציגיר.

מיר'ער בחור » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 10:07 am

· #358304
ווי לאנג דארף צו נעמען פטור צו ווערן פון skabies שוין נאכ'ן לייגן permethrin cream צוויי מאל 6 טעג apart?

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 1:27 pm

· #358324
ריכטיג: ייש"כ. נאר איך זעה ב"ה גוטע רעזולטאטן מיט די סטאטין מעדיצין. איך נעם 60 מ"ג. איינמאל א טאג. אן די נעגאטיווע סייד עפעקטס.

איך האב געהאט א נישט גוטע עקספיריענס מיט בעטא בלאקערס וואס מיין הארץ דאקטער האט פארשריבן. ס'האט מיך געמאכט פארלירן א יעדעס ביסל ענערגיע. איך האב קוים געקענט וואקן א האלבן בלאק. איך האב אייביג געשפירט ווי גלייך איך טראג א לאסט פון טויזנט פונט. ווען איך האב געסטאפט צו נעמען די מעדיצין האטציך אלעס אויפגעהערט.

נאר פארוואס האלט איך אזוי ווייניג פון מעקסי העלטה. ווייל זיי זענען מגזים (או.קעי., מע-גא-זעם, אויף היימיש.). זיי האבן פאר א יעדע מחלה אדער מיחוש א מעדיצין. איך האב אמאל געליטן פון א געוויסן מיחוש אויפ'ן מאגן. און מעקסי העלטה האט געזאגט אז זיי האבן פאר דעם אויכעט א רפואה. ווען כ'האב געפרעגט אן עקספערט (ער האט אויך א ווייטאמין סטאר. און א קאמפאני.) האט ער מיר געזאגט אז פאר דעם עקזיסטירט נישט קיין סופלעמענט אדער ווייטאמין. נאר איך דארף נעמען עכטע מעדיצין...!