☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » סאטמאר מצה בעקעריי - בראדוועי

סאטמאר מצה בעקעריי - בראדוועי

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11170

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 6:30 pm

· #357799
סאטמאר מצה בעקעריי - בראדוועי
איך באק יעדעס יאר מצות אין בראדוועי מצה בעקעריי. למעשה איז דער פלאץ א שטאל, א מישאכץ פון אלטע ווענט, דרייאונגען און ווינקלעך, און דאס טוט שטערען דער סיסטעם פון באקען. מענטשען שטייען אין יעדער ווינקעל, און שטרענגע אנווייזונגען פון די דיין שליט"א שטערען קיינער פון שטייען אין דער וועג פון די מיידלאך וואס ברענגען די מצות צום רעדלער.
ביים פאקען איז אלס א באלאגאן, און דאס איז נאך פאר דער איזרעילי פאדערט זיין באקשיש פאר׳ן טוהן גארנישט, און ער רעדט זיך אפ אז ס׳איז נאר צוואנציג דאללאר.

איך הער, און מ׳האט שוין מרמז געווען דא אין שטיבעל, אז מ׳האט עס היי יאר איבערגעמאכט. איינער קען אפשר איבערגעבען וואס האט מען געטוהן, מ׳האט פארראכטען די טרעפ, די ווענט, וואס האט מען געטוהן?

א דאנק

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איסר האטלקי » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 8:19 pm

· #357815
אין בודאפעסט האב איך נאך קיינמאל באזוכט דעם בעקעריי.

בן אדם » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 11:29 pm

· #357835
.

שמעון וואלף » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 11:46 pm

· #357838
וואדריזשע רב איז אסאך ביזי מיט דעם. אונז האמיר געשוויצט אויפצושטעלן מהודר'דיגע מצה בעקעריס נאכדעם קומען אן די בריסקע און פארלאנגן פארברענטע מצות, ווי גרויסע צולייגער צו ווייזן אז זיי האבן אויך חומרות

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 12:08 am

· #357841
עס איז גענצליך רענאווירט געווארן ברענד ניו, פנים חדשות בא לכאן.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 5:30 am

· #357857
וואס הייסט רענאווירט? מ'האט איבערגעמאכט דער צורה און דער סיסטעם? אין בית רחל איז נאך דא די זייטיגע רעדלען צימער אשר היא בעוכרינו? איינער קען ארויפשטעלן בילדער?

לגבי דער 'בריסקער' מצות. קוקט'ס אין דברי מלכיאל ביי זיין רשימה פון חומרות ביים באקען. ס'איז א סאך פרומער ווי מיין חבורה. פערזענליך וואלט איך אפשר בדיעבד בשעת הדחק געגעסן די מינימאלע שיעור פון די בריסקער מצות ביים סדר. בלעכענע טישען זענען א שטארקע פראבלעם, כמבואר למעיין.