הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א
אן אינטרעסאנטע זאך אז אויף אזא גרויסע מענטש איז ביי אונז אין שטיבל נאך נישטא קיין אשכול
ביודעי ובמכירי קאמינא א איד מלא וגדיש מיט תורה און חסידות א דורךגעווייקטע חסידיש איד
א יראת שמים עד להפליא ער איז זיך מוסר נפש פאר אידענ'ס וועגן און איז א מסתפק במיעוט דמיעוטא פאר זיך
שלאפט נישט און עסט נישט קיין סאך א גאנצן טאג פארנומען מיט'ן באשעפער און העלפן אנדערע אידען
צו דעם אלעם איז ער אן עניו אויך
דאס אלעס ווייס איך ערשט האנטיג יעצט לאמיר הערן וואס אנדערע האבען צו זאגען
[ציטאט אראפגענומען]
ער האט נאר געטראכט פון עים באשרייבן
איך קאן אים נישט פערזענליך, איך קען אבער יא זיין ברודער רבינו נחמן מירושלים עיה"ק. ער האט דאכט זיך אלע מעלות פון ר' אלימלך, אין צוגאב צו דעם וואס ער אנטלויפט פון פירסום ווי פון פייער.
ער איז א גרויסער תלמוד חכם, צדיק ועניו. וגם לרבות קדשתו ופרשתו כידוע למכיריו.
עס איז שוין דא א שטיקל באשרייבונג איבער אים דורך מאראנצן זאפט ז"ל אין
דעם אשכול.
ביודעי ובמכירי אז עס איז יא אמת, ער שלאפט כמעט נישט און עסט כמעט נישט, איך האב מיטגעהאלטן א גאנצן שבת מיט איהם, ער איז ממש נישט געשלאפן א גאנצן שבת און ביי די סעודות האט ער ממש כמעט נישט געשמועסט, ער האט טאקע געטרינקען אפאר גלעזלעך משקה ווי אויך האט ער געטרינקען אפאר גלעזלעך שווארצע קאווע, אבער געגעסן האט ער ממש כמעט גארנישט
אויף וואס איז מען דא דן? זיין ערלעכקייט ווערסיס זיין בראנפן שאשקענען? דאס איז וואס איז מעלה ומוריד פאר אונז?
כמיין אז עיקר חסר מן הספר, ר' מיילך איז א נייע סטייל משפיע. געענדיגט מיט קרעכצן, גענדיגט מיט ברימען בחינות, געענדיגט מיט געוואלדיגע געוואלדיגע געוואלדיגע געוואלדיגע... (זילברברג), און געעדנגיט מיט כבוד שמעקן פון געבלימטע בעקטישעס. קומט זיך אן א רביש קינד, איינער וואס האט אלע רעכטען צו זיין א צדיק אין פעלץ אדער א משתלט על הציבור, און טוט פונקט פארקערט ווי עקספעקטעד. ער טאנצט אויפן טיש, ער טרינקט משקה און ער שיסט נישט בחינות. גייט מיך אן א לינקע פאה אויב ער איז עכט א סגפן אדער נישט.
ער ברענגט א נייע מהלך וואס די יונגע דור דארף, והא ראיה קוק וויפיל מענטשן לויפן אים נאך, און דאס איז שוין עפעס וואס אונז אין קאווע שטיבל דארפען זיין זייער צופרודן פון דעם. הלוואי זאלן נאך צען רבישע קינדער אנהייבן טאנצען אויפן טיש און טרינקען בראנפען, איידער ווי טאנצען אויף אונזערע געהירן און טרינקען אונזער דם התמצית!
Re: הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א
סאיז לעצטענס דא א יעדער יאר א שבת מיט רבי מיילך אין מירון
איינער האט מער דיטעילס כהאב געליינט @אנאנים זיין א שבת במצילות רבי מיילך ער לייגט עס אראפ גאר גוט אז כמיין סלוינט זיך.
איז אויב איינער קען מיטטיילן מער איבערדעם יש״כ
שב"ק פ' יתרו איז א שבת וואס אלע לעלובער ברידער פראווענן אין מירון ר' מיילעך פיהרט אן אייגענעם באטע
א געווענדליכע יאהר איז ער כמעט יעדער וואך שובבים אין מירון מיט א צווייטע קבוצה
Re: הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א
נישט נאר יעדע וואך שובבים נאר גאר אסאך וואכן א יאר פראוועט ער אין מירון יעדער מאל מיט אנדערע חבורות, דער יהודי פשוט פון קאווע שטיבל האט שוין מיטגעהאלטן אזא שבת דעם פארגאנגענעם זומער און עס איז צום האפן אז בקרוב וועט זיין אפאר איבריגע מינוטן צו קענען שרייבן דערוועגן
ס'איז לעצטענס דא אויף וואטסאפ וואס איינער שיקט ארויס טאגליך א קורצע קליפ פון בערך צוויי דריי מינוט פון ר' מיילעך'ס חו"ר שיעור גוטע חלקים
און האט אויך סטעטוס'ס כסדר מיט קורצערע שטיקליך
אויך שיקט ער ארויס די פולע דרשה אויף אידיש און עברית די באר הפרשה פרשה קוואל און תורה וועלספרינגס
Re: הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א
סקרןס'איז לעצטענס דא אויף וואטסאפ וואס איינער שיקט ארויס טאגליך א קורצע קליפ פון בערך צוויי דריי מינוט פון ר' מיילעך'ס חו"ר שיעור גוטע חלקים
און האט אויך סטעטוס'ס כסדר מיט קורצערע שטיקליך
אויך שיקט ער ארויס די פולע דרשה אויף אידיש און עברית די באר הפרשה פרשה קוואל און תורה וועלספרינגס
Link please?
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
שיק מיר אן אישי כ'וועל דיר שיקן די #