☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » הילף מיט זיך לערנען טייפן אידיש אויף א קאמפיוטער

הילף מיט זיך לערנען טייפן אידיש אויף א קאמפיוטער

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11162

בעל מדות » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 5:41 pm

· #357368
הילף מיט זיך לערנען טייפן אידיש אויף א קאמפיוטער
איך זוך א פראפעסיאנאלע אנליין הילף פראגראם, וואס קען אויסלערנען די ריכטיגע וועג וויאזוי מען דארף טייפן אידיש אויף א קאמפיוטער. לויט מיין אינפא איז דער העברעאישער אנדערש ווי אידיש. איז בכלל דא אזא סארט פראגראם? קען עמיצער ארויסהעלפן? אדאנק.

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 6:01 pm

· #357370
בעל מידות: מסתמא זענען דא פארשידענע אנליין קורסעס זיך צו לערנען טייפן אידיש, אזוי ווי ענגליש. נאר איך וועל פארציילן דעם פרימיטיוון (פשוט'ן) וועג וויאזוי איך האב מיך אויסגעלערנט צו טייפן סיי אידיש און סיי ענגליש. ווען איך האב צו מיין בר מצוה באקומען א מתנה א אידיש טייפרייטער (נישט א אידישן, ווייל א מאשין באלאנגט נישט צו קיין שום פאלק אדער רעליגיע.), איז געווען אין פעקידזש מיט די אינסטראקשנס אויך א פעיפער מיט א פיקטשער פון די קיבאורד. אן קיין אותיות/לעטערס אויפגעשריבן. נאר די פאזיציע וואו א יעדער פינגער האט געדארפט צו זיין איז געווען מיט אן אנדערע קאליר. נאכ'ן אריינשרייבן די אותיות אדער לעטערס האט מען גענומען דעם פעיפער, און געקוקט אויף דעם, צו וויסן וועלכע פינגער מ'דארף צו ריקן. און נישט קוקן אויפ'ן קיבאורד. כדי זיך צו צו געוואוינען צו קענען טייפן אן קוקן אויפ'ן קיבאורד. אמת. אין אנהייב גייט עס זייער שטאט, אבער מיט די צייט קומט מיט דער שוואונג. ביי מיר. ווען איך בין שוין געווארן באורד (לאנגווייליג) פונ'ם אידישן שרייב מאשין, האט מיר דער דילער געברענגט אן ענגלישע מאשינקע. און איך האב געטון די זעלבע פראצעדור מיט די ענגלישע שרייב מאשין.

היינט קענמען דאונלאודן א ..."היברו קיבאורד"... פון עטליכע סייטס. אויך קענמען קויפן פלעסטיק אותיות און ארויפקלעבן אויף א סטענדערד ענגליש קיעבאורד. ואפשר לקיים שניהם. נאר דער דעסקטאפ דארף האבן גענוג מעמארי (וואס רוב נארמאלע קמפיוטערס האבן) צו דערהייבן ..."ריטש טעקסט"...!
אויך, איז נישט דא קיין חילוק צווישן היברו און אידיש. פארשטייצעך, אז דאס זענען צוויי באזונדערע שפראכן.

לפענ"ד זענען די אפיציעלע טייפינג קאורסעס נאר געמאכט פאר א מענטש וועלכער וויל ארבעטן אין אן אפיס אלס סעקרעטערי/טייפיסט...!

בעל מדות » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 9:50 pm

· #357384
[ציטאט אראפגענומען]


עמיצער האט מיר געזאגט אז די העברעאישער אויסשטעל איז אביסל אנדערש ווי דער אידישער.

וואלווי » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 11:07 pm

· #357388
berlbalaguleh
לפענ"ד זענען די אפיציעלע טייפינג קאורסעס נאר געמאכט פאר א מענטש וועלכער וויל ארבעטן אין אן אפיס אלס סעקרעטערי/טייפיסט...!


בכל אופן לוינט זיך פאר א יעדען צו לערנען די טייפען אויף אויסענווענדיג, סיי יודיש און סיי ענגליש, אפילו אויב מ'מאכט אן אזוי געריפענעם קרעש קורס און מ'מאכט גענוג און נאך טעותים, ווייל ס'נאך אזוי שנעל ווי טייפען מיט צוויי פינגערס און מיט די צייט מאכט מען שוין נישט קיין טעותים אויך נישט.

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 3:01 am

· #357399
וואלווי: נו, אט דאס האביך געזאגט. אז מ'קען האבן די זעלבע תוצאות פונ'ם פשוט'ן אינסטראקשן פאפיר פון 1 פעידזש מיט די קאלירפולע דיאגראם אויף די פאזיציע פון די פינגערס. אזוי ווי איך האב געטון. נישט לשם התפארות. אבער וואס טראכטסטו, אז איך וואלט געקענט ארויסקלאפן אזויפיהל תגובות דא אויפ'ן קאווע שטיבל (בעז"ה) ווען איך טייפ מיט 2 פינגערס...?!

פרייוויליג » מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 9:19 am

· #357404
בעל מדות
[ציטאט אראפגענומען]


עמיצער האט מיר געזאגט אז די העברעאישער אויסשטעל איז אביסל אנדערש ווי דער אידישער.

אונז באנוצן זיך אלע מיט די זעלבע אידשע קיבארד אויך פאר לשה"ק. אבער די היברו (איזרעלי) קיבארד איז א משהו אנדערש אויסגעשטעלט סא איז נישט אינטערסאנט צו נעמען א קורס פון א היברו קיבארד.

בנימין » מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 2:14 pm

· #357425
וואלווי
בכל אופן לוינט זיך פאר א יעדען צו לערנען די טייפען אויף אויסענווענדיג, סיי יודיש און סיי ענגליש, אפילו אויב מ'מאכט אן אזוי געריפענעם קרעש קורס און מ'מאכט גענוג און נאך טעותים, ווייל ס'נאך אזוי שנעל ווי טייפען מיט צוויי פינגערס און מיט די צייט מאכט מען שוין נישט קיין טעותים אויך נישט.

איך טייפ זייער שנעל מיט צוויי פינגער, איך האב שוין לאנג א ספק אויב ס'לוינט זיך אוועק צו געבן צייט זיך צו לערנען טייפן אויסנווייניג. איך גלויב נישט אז ס'וועט מיר שפארן צייט, אבער דאס יא אז איך וועל נישט דארפן קוקן אויף די קיבארד.
אגב, די דאזיגע תגובה האב איך געשריבן אויסנווייניג, פשוט צו זען אויב איך געדענק נאך ווי אזוי דאס ארבעט, אבער ס'האט מיר גענומען צווישן 5 און 7 מאל לענגער ווי איך וואלט עס געשריבן מיט צוויי פינגער.

געוואלדיג » מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 6:18 pm

· #357437
30 ווערטער א מינוט

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 8:45 pm

· #357460
בנימן: ס'איז ווייל דו דארפסט פרעקטיס'ן. ווען דו ועסט שוין זיין צוגעוואוינט צו טייפן דורך נוצן אלע צען פינגערס, וועסטו טייפן לכה"פ 5 מאל שנעלער ווי דו טייפסט יעצט מיט 2 פינגערס..., וק"ל...!

נעגעל וואסער » מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 9:29 pm

· #357467
Re: הילף מיט זיך לערנען טייפן אידיש אויף א קאמפיוטער
בנימין
וואלווי
בכל אופן לוינט זיך פאר א יעדען צו לערנען די טייפען אויף אויסענווענדיג, סיי יודיש און סיי ענגליש, אפילו אויב מ'מאכט אן אזוי געריפענעם קרעש קורס און מ'מאכט גענוג און נאך טעותים, ווייל ס'נאך אזוי שנעל ווי טייפען מיט צוויי פינגערס און מיט די צייט מאכט מען שוין נישט קיין טעותים אויך נישט.

איך טייפ זייער שנעל מיט צוויי פינגער, איך האב שוין לאנג א ספק אויב ס'לוינט זיך אוועק צו געבן צייט זיך צו לערנען טייפן אויסנווייניג. איך גלויב נישט אז ס'וועט מיר שפארן צייט, אבער דאס יא אז איך וועל נישט דארפן קוקן אויף די קיבארד.
אגב, די דאזיגע תגובה האב איך געשריבן אויסנווייניג, פשוט צו זען אויב איך געדענק נאך ווי אזוי דאס ארבעט, אבער ס'האט מיר גענומען צווישן 5 און 7 מאל לענגער ווי איך וואלט עס געשריבן מיט צוויי פינגער.

למען ה' לערן דיך אויס! , די וועסט נישט חרטה האבן אויף די צייט וואס די האסט אינטוועסטירט. וועסט מיר דאנקבאר זיין שפעטער. אבער געדענק אז כל התחלות קשות, און ביים אנהייב וועט דיר שווער זיין און וועסט וועלן קוקן אויפן קיבארד, טוה דאס נישט.. ביז הרגל נעשה טבע און די וועסט שרייבן אזוי שנעל ווי די רעדסט.

פרייוויליג » מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 11:07 pm

· #357479
בנימין
וואלווי
בכל אופן לוינט זיך פאר א יעדען צו לערנען די טייפען אויף אויסענווענדיג, סיי יודיש און סיי ענגליש, אפילו אויב מ'מאכט אן אזוי געריפענעם קרעש קורס און מ'מאכט גענוג און נאך טעותים, ווייל ס'נאך אזוי שנעל ווי טייפען מיט צוויי פינגערס און מיט די צייט מאכט מען שוין נישט קיין טעותים אויך נישט.

איך טייפ זייער שנעל מיט צוויי פינגער, איך האב שוין לאנג א ספק אויב ס'לוינט זיך אוועק צו געבן צייט זיך צו לערנען טייפן אויסנווייניג. איך גלויב נישט אז ס'וועט מיר שפארן צייט, אבער דאס יא אז איך וועל נישט דארפן קוקן אויף די קיבארד.
אגב, די דאזיגע תגובה האב איך געשריבן אויסנווייניג, פשוט צו זען אויב איך געדענק נאך ווי אזוי דאס ארבעט, אבער ס'האט מיר גענומען צווישן 5 און 7 מאל לענגער ווי איך וואלט עס געשריבן מיט צוויי פינגער.

דו מוטשעסט זיך זייער. מען מוז קענען פון אויסעווייניג די קיבארד.

פרייוויליג » דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 9:44 am

· #357493
געוואלדיג
30 ווערטער א מינוט

41 ווערטער פער מינוט

געוואלדיג » דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 2:57 pm

· #357528
[ציטאט אראפגענומען]

בעיקר מיט צוויי.

שמערל » דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 7:17 pm

· #357543
געווען לעצטנס א שטודיע אז בעצם קען מען טייפן פונקט אזוי שנעל מיט סיי וועלכע מעטאד מען חזר'ט זיך איין, די געוואלדיגע מעלה פון די אנגענומענע מהלך צו טייפן איז אבער, אז דאס קען מען טייפן אן ברויכן קוקן אויף די קיבאורד, פונקט אזוי שנעל.

מפוזרי » מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 2:08 pm

· #357620
Re: הילף מיט זיך לערנען טייפן אידיש אויף א קאמפיוטער
דריי ווערטער א מינוט. איך נוץ איין פינגער.[emoji20]

וואלווי » מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 3:10 pm

· #357635
מפוזרי
דריי ווערטער א מינוט. איך נוץ איין פינגער.[emoji20]


איין פינגער פון די לינקע פיס און די ביסט א רעכטער....

און דאס איז לכאורה פאר עדיטען די טייפאס

מפוזרי » מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 4:47 pm

· #357661
Re: הילף מיט זיך לערנען טייפן אידיש אויף א קאמפיוטער
ניין, דאס איז שוין מיטן קארעגירן אריינגערעכנט.

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 8:37 pm

· #357692
מפוזרי
דריי ווערטער א מינוט. איך נוץ איין פינגער.[emoji20]

מפוזרי: איז טאקע א חידוש און מסירת נפש אז דו ביסט אנגעקומען צו איבער 500 תגובות...ווייל צו טייפן מיט צען פינגערס איז נישט קיין גרויסע קונץ אויסצוקלאפן 500 תגובות... 😂

טמיר » מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 9:26 pm

· #357694
Re: הילף מיט זיך לערנען טייפן אידיש אויף א קאמפיוטער
בערל, דו האסט דיך אויך געלערנט טייפן עמאדזיס און פינטלעך? עפעס א פראגראם פאר דעם אויך?

וואלווי » מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 11:00 pm

· #357710
טמיר
בערל, דו האסט דיך אויך געלערנט טייפן עמאדזיס און פינטלעך? עפעס א פראגראם פאר דעם אויך?


כ'מיין אז בן אדם טייפט פינטלעך די בעסטע דא. פרעג עם.