☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אטאקעס, פאראייביגט עס דא !

אטאקעס, פאראייביגט עס דא !

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1116

פראפעסאר שפירא » דינסטאג יולי 17, 2012 9:51 pm

· #25306
אטאקעס, פאראייביגט עס דא !
באמת האלט איך אז יעדער קען שרייבן וואס ער וויל, זיכער איז א שיינע זאך צו האבן מענטשליכקייט, אבער טאמער איינער איז בוחר צי זיך פיהרן אנדערש איז עס זיין בחירה, אבער ס'האט אויך קאנסעקווענצן,

דא אין דעם אשכול וועט מען פאראייביגן אזעלכע אטאקעס פון איין ניק אויפן צווייטן, אין זיך אביסל אונטערהאלטן דערמיט, אפשער ווען די שרייבער'ס דערפון וועלן עס זעהן אין א אנדערע ליכט וועט עס זיי אויסלערנען אז אטאקעס איז נישט אזא שיינע זאך..

פראפעסאר שפירא » דינסטאג יולי 17, 2012 9:54 pm

· #25309
פריינדליך

די אליינס האסט געעפענט די אשכול, דאס איז מיט וואס די האסט געפענט די אשכול:

זיידעטשקע
א שרעקליכע סקאנדאל האט אויסגעבראכן די וואך אין א גאר חסידישע מיידעל קעמפ איבער מיידלעך פון די אכטע קלאס, פערצען יאר אלט, וואס האבן זיך געחברט מיט א גרופע אכצען יעריגע בחורים, און ביי איין מיידעל איז גאר געוועהן א חשש אז זי איז געווארען מעוברת. וכו,


מען האלט שוין ביי איבער 100 תגובות און האסט זיך נישט גע'באדערט ארויסצישרייבען די אמת איבער די מעשה
האסט זיך נישט געבאדערט צו שרייבען אז דיין ערשטע תגובה מיט וואס די האסט געפענט די אשכול איז נישט אמת
האסט געזען און געוויסט אז מען רעדט פון דיין מעשה, האסט געזען און געוויסט אז מען וויל וויסען וועלכע קעמפ עס איז, האסט געוויסט ביי דיר אז מען רעדט פון הוידעל בוידעל, מען מאלט שמוץ על לא דבר,זאכען וואס עס איז נישט אמת, און די האסט עס געלאז אנגיין כאילו לא היה

שעם אן יו, ביסט די אפפאל פון די מענטשהייט,
ירא הקהל וישפוט וואס דער שרייבער האט דא געטיען, חוזק געמאכט פון א גרופע אידן מיטען שרייבען א מעשה וואס עס ליגענט, באשמיצט יעדן ערליכען קעמפ מיטען לאזן לויפען א מעשה וואס ער האט געשריבען און ער האט געוויסט אז עס איז נישט אמת

פראפעסאר שפירא » דינסטאג יולי 17, 2012 9:56 pm

· #25310
פריינדליך
געפילטע פיש
זאג, ס'גייט דיר אין לעבן אז יעדער זאל וויסען אין וועלכע קהילה די מעשה איז אנגעבליך געשען? יעדער דא ווייסט דאך ווי דו באלאנגסט, און אין דיין אויפברויס איז קענטליך אז ס'טוט דיר פערזענליך ווי, בלייב שטיל וועלן כאטש די איבעריגע נישט וויסן ווי דאס איז געשען.


נאו קאמענט

{כהאב עס געקוואט אז ווען די ווערסט ניכטער און די ווילסט פארמעקן דיין סטופידעטי, זאל בלייבען א זכר דערפון}

DotCom » דינסטאג יולי 17, 2012 10:07 pm

· #25319
קודם זאלן זיי שטארבן, דערנאך קען מען עס פאראייביגן.

יידל » דינסטאג יולי 17, 2012 10:09 pm

· #25322
אפשג. איך האב געמיינט אז אטאקעס אויף ניקס ווערן פארמעקט, און דא וויל מען זיי גאר פאראייביגן?

פראפעסאר שפירא » דינסטאג יולי 17, 2012 10:10 pm

· #25323
DotCom
קודם זאלן זיי שטארבן, דערנאך קען מען עס פאראייביגן.


וואס עפעס שטארבען, חלילה

כ'ווייס האסט נישט געמיינט ליטערעל, אבער דאך מען שרייבט נישט אזוי אויף א איד,

DotCom » דינסטאג יולי 17, 2012 10:12 pm

· #25324
פראפעסאר שפירא

וואס עפעס שטארבען, חלילה

כ'ווייס האסט נישט געמיינט ליטערעל, אבער דאך מען שרייבט נישט אזוי אויף א איד,


געמיינט האב איך די אטאקעס, ח"ו אזוי צו זאגן אויף אונזערע חברים.

zamel » דינסטאג יולי 17, 2012 10:46 pm

· #25349
פראפעסער לאז נאך, מען מעג האבן אן אויסברויך פון צומאל צומאל אזוי ווי אלעזר לאנדא שרייט כסדר מען דארף זיין משוגע

פראפעסאר שפירא » דינסטאג יולי 17, 2012 10:54 pm

· #25357
zamel
פראפעסער לאז נאך, מען מעג האבן אן אויסברויך פון צומאל צומאל אזוי ווי אלעזר לאנדא שרייט כסדר מען דארף זיין משוגע


קיינער זאגט נישט אז מען מעג נישט, אבער טאמער ס'גייט אויף א צווייטענס חשבון מעג מען עס דא באהאנדלען,

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 17, 2012 11:09 pm

· #25366
א זיסע אשכול....

דעינעש » דינסטאג יולי 17, 2012 11:29 pm

· #25376
פראפעסאר שפירא
...אבער ס'האט אויך קאנצעקווענצען,

מיינעך מ'שרייבט 'קאנסעקווענצן', אין א רואיגע מינוט...

זיי מיר מוחל,

ושלא להשאיר הנייר חלק.

דעינעש » מיטוואך יולי 18, 2012 12:03 pm

· #25634
[ציטאט אראפגענומען]


אנטשולדיגט;

דיזע גייען אי"ה אויך האבן אריכת ימים ושנים טובים, טא וואס זיך שעמען שפעטער, שרייב שוין צו טיטלען לפי כבודם, וכבודם במקומם מונח,

[לאז וויסן ווען פארראכטן, עמיר בל"נ דא אויך פאררעכטן]

ואגב, ווייסטו אפשר וואס די רבי זכרונו לברכה האט געוואלט, את המעשה אשר יעשון ?, און לאמיר זיך נעמען דערצו,
(...יעדער פרובירט דעם אנדערן איבערצשטייגן.)

אדערווייז ביסטו אקעי 😉

לאדיך אפ » מיטוואך יולי 18, 2012 12:15 pm

· #25640
וועלכע רבי זכרונו לברכה?

דעינעש » מיטוואך יולי 18, 2012 1:06 pm

· #25668
וועלכע רבי זכרונו לברכה?!?...
...
כ'ווייס נישט,

זאגן זיי דען, אז זיי רעדן דאס אזוי על דעת עצמם ??...!
די זענען זיך תולה באילן גדול !!.

משה געציל » מיטוואך יולי 18, 2012 1:44 pm

· #25687
איך פארשטיי נישט וואס דער פראפעסער וויל מיט דעם אשכול דא, סתם זיכער מאכן אז די צוויי ניקס וואס האבען זיך ווילד אטאקירט זאלן בלייבען שונאים אויף אייביג? איך מיין אז עס האט נישט קיין שום תועלת.

פראפעסאר שפירא » מיטוואך יולי 18, 2012 1:48 pm

· #25688
נו טאמער איז עס ווי די זאגסט אז ס'פארמערט מחלוקת, דאן בין איך מסכים מען זאל דעם אשכול פארמעקען,

איך קען עס נישט פארמעקען, סאו קענסט בעטען פין די מנהלים,