☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » האט טראמפ געבארגט זיין עראפלאן צו פירן א קראנק אידיש קינד?

האט טראמפ געבארגט זיין עראפלאן צו פירן א קראנק אידיש קינד?

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11159

מיר'ער בחור » מוצ"ש דעצעמבער 17, 2016 10:55 pm

· #357291
אויף קול מבשר איז דא אן אינטערוויו מיט דעם הרב טען ביי 3-1-1480#

שמערל » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 12:23 am

· #357296
די מיינוג וואס מאנכע האלטן אז ער איז יא א שלעכטער מענטש איז זיכער נישט סתם פון בלינדע שנאה, ווייל פארוואס זאל מען פיינט האבן א ליבליכער מענטש? עס איז געבויט אויף פילע הונדערטער דאקומענטירטע עפיזאדן וואס צייגן אויף זיין טונקעלע גרויליגע מידות משחתות'דיגע זייט.
אלזא א אינדיווידואלער עפיזאד ווי טראמפ האט געשאנקן זיין עראפלאן פאר א קראנק קינד, א זאך אויף וואס ער האט נאך איינגעקעשט דערויף גוטע פי אר און אטענשאן, איז זיכער נישט ראיה פאר די טראמפ געגנער איינצושטילן זייער טיפע באגרונדעטע שנאה צו אים.

דעת תורה » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 12:29 am

· #357299
Re: האט טראמפ געבארגט זיין עראפלאן צו פירן א קראנק אידיש קינ
ס'איז נישט קיין סתירה. בעצם קוקט ער אויס צו זיין א פיינער מענטש, וואס איז גרייט א טובה צו טון א צווייטן. אויב אבער מען הייבט זיך אן מיט אים, שטויסט ער צוריק, ריכטיג אז סאך מער ווי ער וואלט געדארפט. אבער אז מען וויל זיך איבער בעטן מיט אים, קען מען עס גרינג טון. בקיצור, אוודאי רעדט מען נישט דא פון א צדיק נסתר. אבער טון א טובה פאר א צווייטן איז נישט קיין סתירה מיט זיין כאראקטער.

שמעון וואלף » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 12:42 am

· #357303
ווען איך זעה א פרישע אשכול פון @אנאנים גרייט איך מיך אויף עפעס זאפטיגס, און נאך בעפאר'ן ליינען דערלאנג איך א לייק. דאס מאל האב איך פארגעסן פונ'ם לייק ביז אינמיטן ליינען די ארטיקל און ווען כ'האב מיך געכאפט האב איך געזעהן אז ס'איז א השגחה פרטיות.

איים סארי כבוד הרב העניך, אבער דאס מאל דארף איך דיסאגריען. די ביסט דאך מודה אז די מעשה איז געשעהן. אויך ביסטי מודה אז 12 יאר האט ער זיך נישט בארימט דערמיט, איז וואס ווילסטי מיט דיין ארטיקל?

שמערל » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 12:48 am

· #357305
די וועג און תוכן פון דעם פותח האשכול קומט לכאורה פון די הנחה וואס ער האט אנגענומען אז טראמפ איז בעצם א שלעכטער און פארדארבענער מענטש. און ווי דו אליין זאגסט איז דאס א זאך אין וואס אפילו זיינע שטיצער זענען דערין מודה.
דן צו זיין א רשע לכף חובה, און אנעמען אז ווען ער האט יא אמאל געטוהן איינעם א טובה איז עס נאר געווען ווייל ער האט געמיינט זיין אייגענע בענעפיט, איז זייער נארמאל, (ווי מען זעהט אין די גמרא די מעשה מיט ר' שמעון און די רומיים) און בכלל נישט סתם בלינדע שנאה.

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:51 pm

· #357380
לכל מאן דבעי למידע: ס'הייסט אונז אידן האמיר מזל אז טראמפ איז נאכנישט קיין איד. ווייל אויב יא וואלט א יעדע וואך געווען פול דער איד און דער בלאט מיט פול פעידזש עדס ווי הרב דניאל טראמפ(ייטערסאן) שליט"א האט ביים כ"א כסליו דינער איבערגעגעבן א מתנה פון 5 מיליאן דאללער קעש אלס מתן בסתר. לעילוי נשמת זיין עלטער באבע ע"ה וועלכע איז געווען א טאכטער פון ר' זעליג אויסשוויצער ז"ל פון קיראיהאז, וואס איהר טאטע האטציך נאך געווייקט ביים רבי'ן זכיסע יאגן אליינע אינדערהיים אין ארשיווא...!

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 28, 2020 8:24 am

· #455298
עס איז נישט דא קיין שום ראיה אז ער גרויסט זיך דערמיט, וויבאלד זיין ביכער האט ער נישט געשריבן, און מסתמא נישט געליינט.

אבער דער אבסורד פון וואוטן פאר א מענטש צוליעב אזא מעשה רעדט פון זיך אליינס. טאמער ער טויג, דארף מען נישט די מעשה, און טאמער ער טויג נישט, העלפט נישט די מעשה.

אישתישבי » דינסטאג יולי 28, 2020 9:08 am

· #455299
די לינקע האבן א בלינדע שנאה צו דער טראמפ, נעבעך.

קאך_לעפל » דינסטאג יולי 28, 2020 10:04 am

· #455304
אזוי גאר? כ'האב דאס קיינמאל נישט געוויסט. טאקע א חידוש....

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 28, 2020 10:17 am

· #455306
וואס עפעס בלינד? מיט אפענע אויגן זעט מען וואס פאסירט ווען מ'לאזט אז איינער פירן האקעלע זאכן. מיט אפענע אויגן זעט מען ווי דער National IQ גייט אראפ און אראפ. גארנישט בלינד

דוראק » דינסטאג יולי 28, 2020 1:52 pm

· #455323
אויב ס'איז דאָ אַ הווא אמינא באַ אימיצן אויכעט נאָך דער גאַנצער קאָראָנע מעשה אַז טראָמפּ פּאַסט צו זײן אַ פירער, איז דאָס די גרעסטע בלינדקײט אויף דער וועלט.

הקטן » דינסטאג יולי 28, 2020 3:53 pm

· #455336
דוראק
אויב ס'איז דאָ אַ הווא אמינא באַ אימיצן אויכעט נאָך דער גאַנצער קאָראָנע מעשה אַז טראָמפּ פּאַסט צו זײן אַ פירער, איז דאָס די גרעסטע בלינדקײט אויף דער וועלט.

נייגעריג אויב צווישען די שרייבער דא איז דא איינער וואס האט געטוישט זיין מיינאנג אויף טראמפ, איין וועג אדער די אנדערע די לעצטע 4 יאר

ליב צו וויסן » דינסטאג יולי 28, 2020 4:22 pm

· #455338
ליטוואק פון בודאפעסט
וואס עפעס בלינד? מיט אפענע אויגן זעט מען וואס פאסירט ווען מ'לאזט אז איינער פירן האקעלע זאכן. מיט אפענע אויגן זעט מען ווי דער National IQ גייט אראפ און אראפ. גארנישט בלינד


דיסקלעימער: איך האב א גאנץ שוואכע בליק אויף טראמפ'ס פערזענליכע כאראקטער.

צום ענין, דאס אז די קאמעניסטן און אנארכיסטן האבן זיך געהויבן קעפ מיט די שטיצע פון די אלגעמיינע דעמאקראטן איז צו באשולדיגן טראמפ???

וואס ביסטו אזוי אנגעפיקעוועט מיט די אנטי טראמפ סינדראם??
פארוואס זעהסטו איבעראל (אויב ס'איז נעגאטיוו..) טראמפ?

ליב צו וויסן » דינסטאג יולי 28, 2020 4:40 pm

· #455340
דוראק
אויב ס'איז דאָ אַ הווא אמינא באַ אימיצן אויכעט נאָך דער גאַנצער קאָראָנע מעשה אַז טראָמפּ פּאַסט צו זײן אַ פירער, איז דאָס די גרעסטע בלינדקײט אויף דער וועלט.


א פירער אויף וואס?
צו פירן אן עראפלאן? צו פירן א שפיטאל?

מען האט אים נישט אויפגענומען צו פירן די פענעדעמיק קריזיס, מען האט אים אויפגענומען זיך צו שלאגן מיט די ליבעראלע רעגולאציעס, טעקסעס, און געזעצן וואס זענען כסדר ארויס געקומען פון וואשינגטאן.
און דערין האט גאר שטארק מצליח געווען.

בנוגע קאראנע:
חוץ פון זיין כסדר'דיגע טוויטס וואס ווי שטענדיג איז אויף א גאנץ נידריגע רמה.. האט ער גאר נישט שלעכט "געטוהן", אדרבה, ער האט צוגעשטעלט וואס די גאווערנארס האבן פארלאנגט און נאכמער..

לאמיר זעהן די 'טראמפ בארעדער' זאלן בארעדן קאומאו פאר זיין קאראנע רעספאנס כאטש אזויפיל ווי זיי האקן אונטער טראמפ.. דאס אז זיי זענען צוגעקלעבט צו טראמפ שמוץ ווען אנדערע האבן "געטוהן" פיל ערגערס, איז פשט זיי האבן "א בלינדע שנאה צו טראמפ".

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 28, 2020 5:20 pm

· #455351
פארוואס דארף איך רעדן פון קאומא? וואס האב איך מיט אים? ער האט עפעס מיט מיין לעבן? איך וואוין אין אמעריקא, און טראמפ איז דער פרעזידענט פון אמעריקא, ממילא איז ער מיין ביזנעס.

טאמער טאקע ביי דיר איז א פרעזידענט נישט געוויילט געווארן צו פירן די לאנד, נאר זיך צו שלאגן מיט האלב די לאנד, פארשטיי איך גוט פארוואס דו שטיצסט טראמפ.

מנחם ציון » דינסטאג יולי 28, 2020 5:34 pm

· #455354
פון איין זייט וואוין איך פונקט אזוי אין ניו יארק ווי אין אמעריקע, און קאומאו'ס פאליסיס אפעקטירן מיר אין גרויסן
פון די אנדערע זייט איז טראמפ דער פרעזידענט איבער "גאנץ" אמעריקע, און וויפיל פון זיינע פאליסיס בארירן מיר דירעקט


פארוואס האסטו טענות (אויב די האסט) אויף דיין זוהן'ס באס דרייווער אז ער סטאפט נישט ביי דיין הויז?
גיי גראד ביז דער ראש המוסדות\רבי ער זאל זיך מטפל זיי בנבילות

דער דאס » דינסטאג יולי 28, 2020 6:16 pm

· #455357
ליב צו וויסן

מען האט אים נישט אויפגענומען צו פירן די פענעדעמיק קריזיס, מען האט אים אויפגענומען זיך צו שלאגן מיט די ליבעראלע .

און דערין האט גאר שטארק מצליח געווען.


אין קורצן און צום פינטל ארויסגעברענגט וואס מיינט א טראמפ שטיצער!!

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 28, 2020 6:22 pm

· #455359
מנחם ציון
פון איין זייט וואוין איך פונקט אזוי אין ניו יארק ווי אין אמעריקע, און קאומאו'ס פאליסיס אפעקטירן מיר אין גרויסן
פון די אנדערע זייט איז טראמפ דער פרעזידענט איבער "גאנץ" אמעריקע, און וויפיל פון זיינע פאליסיס בארירן מיר דירעקט


פארוואס האסטו טענות (אויב די האסט) אויף דיין זוהן'ס באס דרייווער אז ער סטאפט נישט ביי דיין הויז?
גיי גראד ביז דער ראש המוסדות\רבי ער זאל זיך מטפל זיי בנבילות

קענסט וואוטן קעגן זיי ביידע, קיינער האט נישט געבונדן די צוויי נושאים. אז קואומא האט געטון נישט ריכטיג און דו קענסט אים שוין נישט טרויערן צו זיין דיין גאווערנער, וואוט קעגן אים. דאס מאכט גארנישט אויס לגבי טראמפ, וואס האט געוויזן וואס פאסירט ווען מ'לייגט אריין אין אמט איינער וואס פארשטייט נישט קיין פרטים און וויל נישט פארשטיין קיין פרטים און איז ניטאמאל אינטרעסירט אין פירן די לאנד על מי מנוחות. נאר זיך שלאגן מיט דער, און בלייבן גערעכט מיט יענעם. די שווערע ארבעט פון פארשטיין די סבות פאר אלס און זיך פירן דערמיט כהוגן, האט ער דיר מער ווייניגער געזאגט אז ער האלט נישט ביים דאס טון.

מיר איז גאנץ מסתבר אז טראמפ גייט נאכאמאל געוואונן, ווייל די אמעריקאנער פאלק איז א פאלק פון בהמות וואס פארשטיין אליינס נישט צופיל מער ווי טראמפ, און זיי ווילן גארנישט פארשטיין. דאס איז דער פרעזידענט וואס קומט זיך זיי

ליב צו וויסן » דינסטאג יולי 28, 2020 7:41 pm

· #455362
דער דאס
ליב צו וויסן

מען האט אים נישט אויפגענומען צו פירן די פענעדעמיק קריזיס, מען האט אים אויפגענומען זיך צו שלאגן מיט די ליבעראלע .

און דערין האט גאר שטארק מצליח געווען.


אין קורצן און צום פינטל ארויסגעברענגט וואס מיינט א טראמפ שטיצער!!


דו ביסט עפעס מחדש? כ'האב דאך דאס געשריבן..

פאליטיקאנט » דינסטאג יולי 28, 2020 7:48 pm

· #455364
Re: האט טראמפ געבארגט זיין עראפלאן צו פירן א קראנק אידיש קינ
ליטוואק פון בודאפעסט

מיר איז גאנץ מסתבר אז טראמפ גייט נאכאמאל געוואונן, ווייל די אמעריקאנער פאלק איז א פאלק פון בהמות וואס פארשטיין אליינס נישט צופיל מער ווי טראמפ, און זיי ווילן גארנישט פארשטיין. דאס איז דער פרעזידענט וואס קומט זיך זיי


און אויך ווייל די דעמאקראטן האבן נישט ארויסגעשטעלט קיין שטארקע קאנדידאט, כ'מיין זיי האבן געהאט אזא גוטע אויסוואל, אבער האבן בוחר געווען אין איינער פון די שוואכסטע.

און איך רעד נישט ממש פון די בושה'דיגה קליפס וואס פארן ארום ווי ער האלט זיך אין איין פארהאנקערט ביין רעדן, נאר בעצם פון זיין כאראקטער און פאליסיס (הגם איך ווייס נישט עכט זיינע פאליסיס).

ליב צו וויסן » דינסטאג יולי 28, 2020 7:55 pm

· #455366
ליטוואק פון בודאפעסט
פארוואס דארף איך רעדן פון קאומא? וואס האב איך מיט אים? ער האט עפעס מיט מיין לעבן? איך וואוין אין אמעריקא, און טראמפ איז דער פרעזידענט פון אמעריקא, ממילא איז ער מיין ביזנעס.

טאמער טאקע ביי דיר איז א פרעזידענט נישט געוויילט געווארן צו פירן די לאנד, נאר זיך צו שלאגן מיט האלב די לאנד, פארשטיי איך גוט פארוואס דו שטיצסט טראמפ.


ערעב ליטוואק, בעפאר מען דעבאטירט אן אישו (טראמפ'ס קאראונע באהאנדלונג) איז וויכטיג צו פארשטיין:
איז "די אישו" די נושא? אדער איז די אישו גאר ווייניג אין צענטער ווייל איך זוך בלויז צו באשמיצן איינעם מיט סיי וואס איך קען, און צו די שמוץ איז ריכטיג אדער נישט איז נישט אזוי וויכטיג..

איצטערט, אויב די "שלעכטע קאראונע באהאנדלונג" איז די אישו, דאן וואלסטו דאך געדארפט זיין ביזי מיט קאומא און מורפי פיל מער ווי מיט טראמפ, ווייל די סטעיט רעגירונגען האבן א פיל דירעקטערע תוצאה אויף די סטעיט איינוואונער ווי די פעדעראלע רעגירונג, און זיי האבן דאך געבוטשערד די רעספאנס, אלא מאי אז דו ביסט נאר ביזי מיט טראמפ כסדר איז פשט אז די אישו איז נישט "די נושא" נאר דו זוכסט בלויז צו באשמוצן "טראמפ"..

ליב צו וויסן » דינסטאג יולי 28, 2020 8:05 pm

· #455367
די וואס האלטן נישט ביים ווערן אונטערדריקט פון די ביוקראטיע פון וואשינגטאן וואס האלט אין גרעסער ווערן, זענען נישט קיין טיפשים.
די וואס האלטן אז Identity politics איז א משוגעת וואס וועט אונז בסך הכל צוריקפירן צום מיטל אלטער, זענען נישט קיין בהמות.
די וואס ווילן זיך האלטן מיט פרייהייט פון ווארט, זענען נישט קיין נערנים.
די וואס האלטן אז רעגירונג זאל נישט קענען אוועקנעמען וויפיל געלט זיי ווילן פון די איינוואונער בלויז מיט א סימפל Majority וואוט, זענען ווייט פון משוגעים..

טיפשים און בהמות זענען די וואס קלאפן קאפ אין וואנט און וועלן אונטער רייסן יעדע גוטע רעזולטאט פון א פרעזידענט בלויז ווייל כ'האב נישט ליב זיין כאראקטער..

קאצקע ציקער » דינסטאג יולי 28, 2020 8:57 pm

· #455378
דוראק
אויב ס'איז דאָ אַ הווא אמינא באַ אימיצן אויכעט נאָך דער גאַנצער קאָראָנע מעשה אַז טראָמפּ פּאַסט צו זײן אַ פירער, איז דאָס די גרעסטע בלינדקײט אויף דער וועלט.

כאפ א בליק אין מיין אשכול

מפיל קינד » דינסטאג יולי 28, 2020 9:03 pm

· #455380
ליטוואק פון בודאפעסט

מיר איז גאנץ מסתבר אז טראמפ גייט נאכאמאל געוואונן, ווייל די אמעריקאנער פאלק איז א פאלק פון בהמות וואס פארשטיין אליינס נישט צופיל מער ווי טראמפ, און זיי ווילן גארנישט פארשטיין. דאס איז דער פרעזידענט וואס קומט זיך זיי

מעג איך אייך אינטערוויוען?

וואס האלט איר איז די סיבה פארוואס דער בוכ"ע האט אייך באשאפן קלוגער פון גאנץ אמעריקע?

אייערע נאנטע ארומיגע ווי ווייב און קינדער זעען איין אייער שטוינענדע קלוגשאפט?

און צום לעצט, עפעס א דבר חכמה פאר אונז בהמות?

נעמט עס נישט פערזענליך, אבער אויב פירט איר דעם דיאלאגיע אלס חכם קעגן בהמות, וויל איך הערן מער פרטים מאחורי הפרגוד.

ליב צו וויסן » דינסטאג יולי 28, 2020 9:53 pm

· #455383
דוראק
אויב ס'איז דאָ אַ הווא אמינא באַ אימיצן אויכעט נאָך דער גאַנצער קאָראָנע מעשה אַז טראָמפּ פּאַסט צו זײן אַ פירער, איז דאָס די גרעסטע בלינדקײט אויף דער וועלט.


פאסט יא צו פאסט נישט, וואס איז דיין אנדערע אויסוואל לאזן די לינקע קומען צו די מאכט?

האלסט ביים צושטערן די גאנצע עקנאמיע ווייל די וועלט ענדיגט זיך אין צוועלעף יאר (Credit: AOC)?

האלסט אז די רעגירונג אנגעפירטע DMV, VA med system פאבליק סקול סיסטעם וכו איז אזוי גוט אז ווילסט זיי גיבן מער פאוער?

האלסט אז זיי נעמען צו ווייניג אין טעקסעס?

האלסט אז א גרעניץ איז א נערישקייט און מען דארף יעדן אריינלאזן אהער (אויב יא, וואס פונקטליך וועט מאכן מיר זאלן אויסקוקן אנדערש ווי סיי וועלכע לאטיין אמעריקאנע לאנד אין עטליכע יאר פון איצט?)?

האלסט אז ווען אנארכיסטן מזיק'ן אומשולדיגע ציווילע ברויך מען עס צולאזן ווייל Black lives matter?

האלסט אז וויבאלד שווארצע אור עלטערן זענען געווען קנעכט דארף מען זיי זיך לאזן אויסהארגענען אין די איננער סיטיס, און נישט רעדן פונעם נושא ווייל ס'קען זיי פארשעמען?

האלסט אז אנשטאט די רעגירונג זאל זוכן די בעסטע עדוקעישן פאר אירע בירגער זאל זי זיך שלאגן מיט סקול טשאויס אקטיוויסטן?

האלסט מען זאל ענדערש קוקן אויף די גרופע פון ווי דו קומסט ווי איידער דיין אינדיווידועלע מעשים?

האלסט אז די וועג צוצוקומען צו יושר איז אז יעדע גרופע זאלן צוריקגיין אפאר דורות און זיך אפרעכענען איין גרופע מיטן צווייטן לויט די מחלוקת'ער פון זייערער זיידעס? (אויב יא, ווי זאל מען ענדיגן 250 יאר צוריק? 500? אדער אפשר ברויכן די אידן אויסהארגענען די רוימישע איינוואונער?)

בקיצור, איז דען ביידען וו"ס טראמפ די אישו?
די אישו איז צו די לאנד זאל זיך פירן ביי מענטשן וואס זענען פאר Equal opportunity, און געזעץ איז יעדן מחייב + ווען זיי זענען אין מאכט איז דא א גאנצע מידיע אפאראט וואס מאכט זיכער אז סיי וועלכע מינדעסטע אפנויגונג פון געזעץ זאל פאשריגן ווערן מיט א שטארקייט
וו"ס
די וואס זאגן אפן זיי זענען פאר Equal outcome אפילו אויב ס'מיינט אונטערדריקן און דיסקרימינרן אויפן וועג (Affirmative action, Socialism, grants and loans only for minorities not for whites etc etc), געזעץ פאר שווארצע זאל זיין ווייניגער שטרענג ווי פאר אנדערע + ווען זיי זענען אין מאכט קען זיי טוהן וואס זיי ווילן מיט גאר ווייניג קריטיק (אן א שיעור משלים דערויף, נאר לדוגמא: קאומא א העלד, ליבעראלע מאיארן מיט הימל שרייענדע מארד ראטעס ווערן בכלל נישט קריטיקירט)

דוראק » מיטוואך יולי 29, 2020 2:23 am

· #455421
ווער לינקע וואָס לינקע? ווען האָב איך דערמאָנט דאָ לינקע? איך האָב סך הכל געשריבן אַז טראָמפּ טויג ניט. איר האַלט אַז קיין בעסערער קאַנדידאַט איז ניטאָ? מעגליך, איך בין ניט קיין מבין אויף פּאָליטיק. נאָר אַז אָך און וויי צו אַזאַ לאַנד וואו קיין בעסערס ווי טראָמפּ קאָן מען ניט אַרויסגעבן.

בנוגע צו די אַלע קשיות וואָס איר האָט מיר געשטעלט, האָב איך שוין געזאָגט אַז איך בין אַ קנאַפּער מבין אויף פּאָליטיק. איין זאַך ווייס איך אָבער אויף זיכער – פּוסטע לאָזונגען קאָנען שרײען די לינקע פּונקט אַזוי גוט ווי די רעכטע.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 29, 2020 5:10 am

· #455424
מפיל קינד
ליטוואק פון בודאפעסט

מיר איז גאנץ מסתבר אז טראמפ גייט נאכאמאל געוואונן, ווייל די אמעריקאנער פאלק איז א פאלק פון בהמות וואס פארשטיין אליינס נישט צופיל מער ווי טראמפ, און זיי ווילן גארנישט פארשטיין. דאס איז דער פרעזידענט וואס קומט זיך זיי

מעג איך אייך אינטערוויוען?

וואס האלט איר איז די סיבה פארוואס דער בוכ"ע האט אייך באשאפן קלוגער פון גאנץ אמעריקע?

אייערע נאנטע ארומיגע ווי ווייב און קינדער זעען איין אייער שטוינענדע קלוגשאפט?

און צום לעצט, עפעס א דבר חכמה פאר אונז בהמות?

נעמט עס נישט פערזענליך, אבער אויב פירט איר דעם דיאלאגיע אלס חכם קעגן בהמות, וויל איך הערן מער פרטים מאחורי הפרגוד.

עס איז דא א וועלט אחוץ אמעריקא, און ב"ה אז איך האב ניטש חתונה געהאט מיט אן אמעריקאנער

מפיל קינד » מיטוואך יולי 29, 2020 8:56 am

· #455433
דוראק
ווער לינקע וואָס לינקע? ווען האָב איך דערמאָנט דאָ לינקע? איך האָב סך הכל געשריבן אַז טראָמפּ טויג ניט. איר האַלט אַז קיין בעסערער קאַנדידאַט איז ניטאָ? מעגליך, איך בין ניט קיין מבין אויף פּאָליטיק. נאָר אַז אָך און וויי צו אַזאַ לאַנד וואו קיין בעסערס ווי טראָמפּ קאָן מען ניט אַרויסגעבן.

בנוגע צו די אַלע קשיות וואָס איר האָט מיר געשטעלט, האָב איך שוין געזאָגט אַז איך בין אַ קנאַפּער מבין אויף פּאָליטיק. איין זאַך ווייס איך אָבער אויף זיכער – פּוסטע לאָזונגען קאָנען שרײען די לינקע פּונקט אַזוי גוט ווי די רעכטע.

קענט איר מיר טרעפן א וועלט פירער וואס האט יא אויסגעמיטן אדער אויסגעראטן קאראנא?

אמעריקע איז די לאנד מיט די גרעסטע פאפולאציע וואס האט דורכגעפירט אזויפיל טעסטן. מער טעסטן מיינט מער קעיסעס. כינע, אינדיע און רוסלאנד וואלט איך נישט געגלייבט זייערע נומערן, פאקיסטאן און בענגלאדעש אויך נישט.

דארף מען אנקומען ביז דייטשלאנד און ענגלאנד וואס האבן 80 צי 60 מיליאן בירגער צו פארגלייכן צו אמעריקע'ס 300 מיליאן... בראזיל וואס האט טאקע איבער 200 מיליאן בירגער ליידט אויך שרעקליך פון קאראנא.

אלזא, איידער מען קוקט אויף סטאטיסטיקס און ציפערן, דארף מען קוקן אויף די פאקטן ארום אויך.

דוראק » מיטוואך יולי 29, 2020 10:10 am

· #455439
וועל איך חזרן ווידער אַמאָל: דאָס וואָס אַנדערע טאָן/האָבן געטאָן גייט מיר אָן אין מײן לינקער פּיאַטע! טראָמפּ האָט קלאָר פאַרערגערט דעם מצב דאָ צענדליקער מאָל אַזויפיל ווי עס וואָלט קאָנען זײן, דאָס איז אַ פאַקט וואָס יעדערער וואָָס לעבט דאָ קאָן ניט פאַרלייקענען.

בנוגע לעצם הטענה: ס'האָט זיך דיר אויסגעאַרבעט מוראדיק, די אַלע מדינות וואָס פּאַסן ניט לויט דײן טעאָריע „קאָן מען ניט גלויבן זייערע ציפערן”, און די איין מדינה וואָס איר פּרעזידענט האָט זיך אויפגעפירט פּונקט ווי אונזער טראָמפּ (איך האָב קרובים אין בראַזיל) פּאַסט יע...

אָבער אדרבא, ווילסט קוקן אויף אַלע פאַקטן, לאָמיר אַ קוק טאָן (איך בין ניט קיין עקספּערט, די אַלע פאַקטן זײנען פשוטע וואָס יעדער קינד ווייס אפילו אָן קוקן אויף סטאַטיסטיק): ארץ ישראל איז אַ בפירושע ראיה אַז דער רעגירונגס אויפפירונג קאָן פאַרהאַלטן אַן אויסברוך; אין אייראָפּע האַלט מען שוין איצט דערנאָכדעם, בשעת דאָ אין אַמעריקע נאָך ניט; די באַפעלקערונג אין אייראָפּע איז אַ סך ענגער קאָנצענטרירט ווי אין אַמעריקע; אין אייראָפּע זײנען די גרויסע אויסברוכן געוועזן אַ סך פרייער ווי דאָ, האָט מען געהאַט ווייניקער צײט זיך צו ריכטן.

איך פאַרשטיי ניט די וואָס שרײען עקאָנאָמיע. מילא אַ גוי זאָל אַזוי ריידן, אָבער איז דאָס דער קוק פון אונזער הייליקער תורה? (מלבד זאת – טויטע, קראַנקע און דערשראָקענע מענטשן העלפן זיכער ניט דער עקאָנאָמיע).

מפיל קינד » מיטוואך יולי 29, 2020 1:34 pm

· #455461
אייראפע האלט דערנאך? קוקט נאך די נומערן. בעלגיע צוימט יעצט איין פון פריש.

די ישראלים וויינען יעצט אז זיי וואלטן יא געדארפט נאכמאכן טראמפ'ס מהלך, ווייל נאך אביסל שטארבן זיי אויס פון הונגער. ארץ ישראל האט געזען מער פראצענט פון מענטשן וואס האבן זיך גענומען דאס לעבן ווי אמעריקע.

קוקט נאך דאטא אליין, גלייבט נישט די מידיע וואס גייט אייביג האבן אויף וואס צו קלאגן.

קאצקע ציקער » מיטוואך יולי 29, 2020 2:43 pm

· #455469
מפיל קינד
אייראפע האלט דערנאך? קוקט נאך די נומערן. בעלגיע צוימט יעצט איין פון פריש.

די ישראלים וויינען יעצט אז זיי וואלטן יא געדארפט נאכמאכן טראמפ'ס מהלך, ווייל נאך אביסל שטארבן זיי אויס פון הונגער. ארץ ישראל האט געזען מער פראצענט פון מענטשן וואס האבן זיך גענומען דאס לעבן ווי אמעריקע.

קוקט נאך דאטא אליין, גלייבט נישט די מידיע וואס גייט אייביג האבן אויף וואס צו קלאגן.

טראמפס מהלך 😂 😂 וועלכע מהלך האט טראמפ ער האטבכלל א מהלך?

אישתישבי » מיטוואך יולי 29, 2020 6:38 pm

· #455503
ליטוואק פון בודאפעסט
וואס עפעס בלינד? מיט אפענע אויגן זעט מען וואס פאסירט ווען מ'לאזט אז איינער פירן האקעלע זאכן. מיט אפענע אויגן זעט מען ווי דער National IQ גייט אראפ און אראפ. גארנישט בלינד


כולי עלמא מודיע, אפילו די לינקע, אז ווען נישט פאר די מידיא וואס רייסט טראמפ אהן אויפהער, וואלט ער געהאט אכציג פראצענט שטיצע פין די בירגער. דאס איז פאר קאראנא. נישט געוועהן פאר א לאנגע צייט א פרעזידענט וואס האט אזוי פיל אויפגעטוהן פאר דער מדינה.

אוודאי איז ער א משוגענע, באט וועלכע פרעזידענט איז נישט? א נארמאלע מענטש קען נישט אויסהאלטן און זיין א פרעזידענט. הוא הדין רוב פאליטישע אמטן.

טראמפ איז אבער א יחיד וואס האט באוויזן צו געבן גוטע פראסקעס פאר דער מידיא דורך זיין צודרייטע טוויטס, און דורך נישט זיין פאליטיקלי קארעקט, און די מידיא קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט אים.

הגם איך האלט (אויף וויפיל איך קען ווייסן) אז ער גייט פארלירן דער קומענדיקער מאל, און דאס איז ווייל ער קען נישט הייבן דער מאראל פין זיין בעיס ווען זיינע שטעט זענען פארמאכט צוליב קאראנא. און די מידיא האקט כדרכם, און ער קען נישט ווייזען פאזיטיווע אויפטוהן.