☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #11152

אשכול אן א טיטל #11152

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11152

— » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 4:14 pm

· #357153

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

ליפא » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 4:45 pm

· #357155
מאמענט ריפט אויך אז מ'זאל קויפן דעם מאמענט.

שלום על ישראל » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 5:02 pm

· #357157
איך האב נישט קיין צייט אויפצושרייבן מיין גאנצע אפשיי מיט די ארטיקל, אבער שטעלט אייך אפ פאר א רגע און לאזט זיך נישט מיטשלעפן מיט די פלוס פון אחרי רבים להטות'ניקעס און טראכט אויב איז דאס טאקע די בארא פארק וואס איר קענט. טראכט איר טאקע אז נישט מער נישט ווייניגער נאר מענטשן זעהן א אידישער יונגערמאן ליגט צוזאמגעפאלן אויף די גאס און מאכן זיך נישט וויסענדיג? איינער גאלאפירט ווייטער און א צוויטער קוקט זיך סתם אזוי צו.

טאקע?!?!

לא די וואס די פארלעסליכקייט פון די קליפ איז ווייט פון באקוועם, איז די לימוד זכות ארויס פון מציאות.

דאָנט געט מי ראָנג, איך האלט פון נישט באגראבן קיין חסרונות בשם פאטריאטישקייט, אבער דא איז א פריוואטע קאמפאני געקומען מאכן א דאללער מיט א פארדרייטע בלבול.

מענטשן פרעגן "הזאת בארא פארק?" גוט געפרעגט. כ'על אייך ענטפערן "ניין, ס'איז נישט!"

כוכב » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 5:16 pm

· #357160
קיינער ווייסט נישט ווען מ'האט גערופן למעשה הצלה אבער וואס מ'זעט קלאר די מציאות אז ס'האט גענומען איבער פינף מינוט אז דער איד זאל באקומען זיין הילף.
נישט יעדער איז שולדיג און מ'זעט קלאר ווי ס'דא וואס פרובירן צו טון עפעס נאר נישט גענוג אגרעסיוו. וואס מ'זעט קלאר איז די פארלוירנקייט פון די פארבייגייער און די קווענקלען, און יא, אויך זעט מען ווי עטליכע מאכן זיך סתם נישט וויסנדיג, און דאס איז שרעקעדיג.

שבת אחים » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 5:40 pm

· #357163
אזוי האט זיך טאקע אנגעפאנגען די גאנצע ׳הצלה׳ ארגאנעזאציע, ווען הרה״ח הנגיד ר׳ הערשל וועבער לרפו״ש פון ווימסב״ג איז אהיים געגאנגען פון כולל אלץ יונגערמאן איז א איד צאמצגעפאלן אויפן גאס און ר׳ הערשל וועבער האט פראבירט אים צו ראטעווען אבער מ׳האט גארנישט געקענט טוהן למעשה און די איד איז אוועק אויפן גאס, דעמאלסט איז ער אויפגעקומען מיט די המצאה צו מאכן א היימישע אמבולאנס, הצלה׳ס נומבער ביז היינט 718-387-1750 איז געוועהן ר׳ הערשל׳ס הויז נומבער און זיין סטעישאן וואגן איז געוועהן די ערשטע אומבלאנס, די צווייטע הצלה מעמבער איז געוועהן הרה״ח ר׳ שמואל אברהם סימקאוויטש פון וויזניץ, טאטע פון הנגידים ר׳ חיים און ר׳ דוד שמחה.

ביבער » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 8:56 pm

· #357189
ס'איז א באקאנטע פענאמען אין פסיכאלאגיע, עס הייסט די "bystander effect". עס קומט נישט פון שלעכטיגקייט אדער דערשראקנקייט נאר קומט ווען די אחריות ווערט פארלוירן צו קאנפארמיטי.

די עצה איז טאקע נאר awareness.


אייז קריעם » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 9:49 pm

· #357199
ווען מען וואלט געזען ווי ער וואקט און פליצליג פאלט ער צוזאם, איז בלי ספק אז מענטשן וואלטן גלייך גערופן הצלה.

דא רעדט מען א פאל ווי מענטשן זענען אדורך און געקענט מיינען אז דאס איז עפעס א שיכור צו א היימלאזער, און בצירוף צו דעם וואס מען טרעינט אינז צו שטיין ווייט פון סטרעינדשערס אדער יעדע זאך וואס זעהט אויס אביסל מאדנע, קען מען מלמד זכות זיין.

הצלה מאן » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 11:08 pm

· #357213
ביבער
ס'איז א באקאנטע פענאמען אין פסיכאלאגיע, עס הייסט די "bystander effect". עס קומט נישט פון שלעכטיגקייט אדער דערשראקנקייט נאר קומט ווען די אחריות ווערט פארלוירן צו קאנפארמיטי.

די עצה איז טאקע נאר awareness.



זייער א אינטערעסאנטער פאקט, אבער לכאורה נישט קיין געניג גיטע שטודיע, עס זענען דא געניג תירוצים וואס זאלן פארענטפערן די עפעזאדן, עס איז פונקט געווען די ריכטיגע מענטש, און די ערשטער האט אויסגעזעין ווי א שנארער האומלעס וכו' תירוצים שונים, אנציקומען צי די החלטות וואס זיי מאכן ברויך מען א פיל ברייטערע שטודיע.

אבער די מעשה אין בארא פארק גייט מיר בנפשי, עס בארירט מיר עד דוכדוכא של נפש.

וואס מיך באדערט איז נישט די אלע שטודיעס וואס מען מאכט, נאר פארוואס ווייסט מען נישט וואס מען ברויך טון, פארוואס זאל.מען זיין אזוי אימוויסענד אז ווען איינער ליגט אויף דיר ערד, לאמיר זאגן האסט געריפן הצלה, הלמאי נישט קוקן צי דער מאן האט א פולס, אולי ברויך ער מויל צו מויל, שטיין ווי א שוטה און נישט וויסן בחייכון, ווען דו זעסט אזא ווידיא שטערט דיך נישט אז דו ביזט דער זעלבער קלאץ וואס וואלט נאר געטראכט פון שפריצען וואסער?,

עס איז נישט מסתבר אז אימעצער דארטן האט גערופן הצלה, זיכער נישט איינער וואס איז געשטאנען נאנט, נאר אפשר פון א פענסטער ווייל דער דיספעטשער וואלט דיך געפרעגט קשיות, ער וואלט דיר געהייסן זיין מיט אים אויפן סעל, ער וואלט געפרעגט אויב ער אטעמט, ער וואלט דאס נישט אזוי דורך געלאזט מיט זאגן מיר גייען קומען צי פליען, ער וואלט בשום אופן נישט געלאזט דעם ריפער אראפלייגן.

איסר האטלקי » פרייטאג דעצעמבער 16, 2016 12:03 am

· #357218
הצלה האט געהאט דעם ווידעאו און עס נישט געלאזט ארויסגעבן. מאמענט האט דאס אפגעקויפט פון גרינטאג וואס האט זיך געלאזט באצאלן היבשע געלטער.
הצלה איז גערופן געווארן שוין ביים דריטן מינוט, דריי מאל האט דער דיספעטשער גערופן דעם קאל, ביז א הצלה-טראק דרייווער אויפן וועג צוריק פון א קאל האט עס מסכים געווען צו נעמען.
עס איז פרייטאג נאכמיטאג, הונדערטער באסעס הויבן אן צו קורסירן די בארא פארקע גאסן און עס איז זייער שווער פאר מעמבערס אנצוקומען צו קאלס, דעריבער האט עס קיינער נישט גענומען.
נישט דן זיין קיינעם איידער מען ווייסט פאקטן!

ירח בן יומו » פרייטאג דעצעמבער 16, 2016 12:51 am

· #357225
איסר האטלקי
הצלה האט געהאט דעם ווידעאו און עס נישט געלאזט ארויסגעבן. מאמענט האט דאס אפגעקויפט פון גרינטאג וואס האט זיך געלאזט באצאלן היבשע געלטער.

וואס מיינט הצלה האט געהאט דעם ווידיאו? ווי קומט עס צו זיי? זיי קענען האבן די אודיאו פון די קאלל אבער די ווידיאו?

וואס האבן זיי פון נישט ארויסגעבן? ווער איז גרינטאג?

נולד מאוחר » פרייטאג דעצעמבער 16, 2016 12:54 am

· #357226
ווען מאמענט מאכט ווען אווערנעס פאר אביסיטי און איבונגען וואלט עס ווען מער ווערט געווען.
מיר דארפען נישט קיין אווערנעס אויף העלפן אנדערע אין אן עת צרה

בן נריהו » פרייטאג דעצעמבער 16, 2016 1:31 am

· #357229
קלאר זעט זיך עס - פאר איין קוקער - דאס די ערשטער פעדעסטריענטשקע - די וואס פון רעכטס אויף לינקס שפרויזט - האט קיינמאל נישט אפגעטראטען. פון לינקנס צו זי שטייט, ווארשיינלעך מיט די רעטער לייט אויף די אראלישע זענדונג אפעראטוס איזט זי אין פערלויף.

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 16, 2016 6:03 am

· #357233
נולד מאוחר
ווען מאמענט מאכט ווען אווערנעס פאר אביסיטי און איבונגען וואלט עס ווען מער ווערט געווען.
מיר דארפען נישט קיין אווערנעס אויף העלפן אנדערע אין אן עת צרה

זיי האבן דאס שוין אויך געטון, ס'איז נישט קיין סתירה. מיר האבן טאקע אלע געמיינט אז מען דארף נישט קיין אווערנעס אויף צו העלפן אנדערע בעת צרה, קומט דער קליפ און צעווארפט אלע קארטן. יא, עס איז שרעקעדיג! מיר דארפן א התעוררות דערצו. מיט'ן מאכן ליצנות וועט מען גארנישט פארדינען.

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 16, 2016 6:05 am

· #357234
[ציטאט אראפגענומען]

פירוש רש"י..? אדער ליבערשט א סילוק כמו שכתוב פאר די חוצפה פון רעדן די טמא'נע שפראך?

ווייל אזוי » פרייטאג דעצעמבער 16, 2016 10:34 am

· #357249
אין מאמענט שרייבן זיי אז עפעס א רבי'צן איז אראפגעקומען דריי שטאק און צוריק ארויפגעלאפן רופן הצלה און ווען זי איז צוריק אראפגעקומען האט זי שוין געהערט די סיירינ'ס, מסתמא איז זי נישט געווען די ערשטע וואס האט גערופן......

קלוגע יודל » מוצ"ש דעצעמבער 17, 2016 7:56 pm

· #357276
איסר האטלקי

הצלה איז גערופן געווארן שוין ביים דריטן מינוט, דריי מאל האט דער דיספעטשער גערופן דעם קאל, ביז א הצלה-טראק דרייווער אויפן וועג צוריק פון א קאל האט עס מסכים געווען צו נעמען.

די פראדזעקט אוועירנעס איז "פארוואס מען האט נאר גערופן ביים דריטן מינוט?"

הצלה מאן » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 12:34 am

· #357300
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב ערפילט דיין באגער און געלייגט מיינע עצות דא

ווייל אזוי » מיטוואך יאנואר 4, 2017 11:08 am

· #358828
וויפול איז די שיעור צו נעמען אזא נער'ישע מעשה און עס איבערקייען דריי וואכן אין א צי , קודם מיט א קאווער סטארי וואס פאר מיר איז עס בכלל נישט געווען ציענד אדער אינטערעסאנט באשריבן , און נאכדעם מיט א "דעת תורה" (מיט אפאר בריוון צום מערכת) און יעצט שוין ווייטער אז א הצלה מאן פארציילט אז "ס'נישט די ערשטע מאל".

מ'נעמט א אויסגעדראשנע מעשה און מ'מאכט פון דעם מטעמים, איז טאקע נישט דא קיין נארמאלע זאכן צו שרייבן ???

בכלל אויף די רעקארדינג וואס איך האב הערט מען ווי הצלה געט ארויס די קאלל ביי 2:04 וואס דאס מיינט אז כאטש 20 סעקונדעס פארדעם (1:44) זענען זיי שוין גערופן געווארן סא מה כל הרעש?