☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » געדאנקען אויף די פרשה

געדאנקען אויף די פרשה

58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11151
בלאט: 1 2

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 1:19 pm

· #419641
לערנענדיג חומש רש"י פון פ' ויחי איז מיר בייגעפאללן א פשט. אבער איך זאג פאראויס אז ס'וועט זיין עטליכע אידן פאר וועם ס'וועט נישט שמעקן דער פשט. לאמיר דא אויסרעכענען עטליכע. והנה...הרב שמעקעדיג שליט"א. און...!

אין קפיטל מט' פסוק כ"ג...שטייט אין פסוק..."וימררוהו, ורובו. וישטמוהו בעלי חצים. דאס גייט ארויף אויף מהר"א שליט"א. וימררוהו. זיי האבן איהם (און זיין טאטן) פארביטערט דאס לעבן.

ורובו. און זיי זענען געווארן זיינע קריגערס. אזוי ווי רש"י הק' זאגט. אדער ווי בב"ג טייטשט. זיי האבן איהם געוואלט בארויבן פון מנהיגות. נאר דער אייבישטער האט געהאלפן און ער/אונז האבן זיי ב"ה באזיגט...!

וישטמוהו: און זיי האבן איהם פיינט געהאט. (און זיי האבן איהם נאכאלץ פיינט. שנאת חינם.

בעלי חצים . די מענטשן מיט די גיפטיגע פיילן אזוי ווי הרה"ח וה"צ. לוחם מלחמות ה' ר' יאסל בן מרים (מגדלנה שערות) וואלדמאן שליט"א. און זיינע מיטהעלפערס די אנשי בני יואל. הע"י...!

טאמבל סאס » דינסטאג יאנואר 1, 2019 7:03 am

· #420737
אינטרעסאנט וואס כ'האב אויפגעפאסט אין די צושטעל צווישן די פרשה און די הפטרה צוויי וואכן צוריק, פרשת ויחי. ווען יעקב שטארבט האט ער אינזינען אויסצומוסרן די קינדער, דו ראובן ביסט אימפולסיוו, שמעון ולוי ענק אויכעט! זיי זענען טאקע נישט גערעכט געווען אבער עטס וואלטס ענק געמעגט איינהאלטן. דוד פאר וואס ער שטארבט, האט ער אינזינען אנצוזאגן שלמה, זעה פון דעם זאלסטו נקמה נעמען און מיט יענעם זאלסטו זיך אפרעכענען..!

קל לראש » דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 2:16 pm

· #421082
פרשת ויחי
ויבאו עד גרן האטד אשר בעבר הירדן ויספדו שם מספד גדול וכבד מאד ויעש לאביו אבל שבעת ימים

שוין עטליכע יאהר מוטשעט מיר די שאלה. פארוואס זענען זיי געגאנגען אזא אומוועג? די וועג פון מצרים קיין חברון דרך ארץ פלישתים איז קרוב הוא, טא פארוואס פארקירעוועט מען די וועג דורך עבר הירדן? בשלמא נאך יציאת מצרים אמר א' פן ינחם העם בראותם מלחמה, און אפילו דעמאלט איז די ארגינעלע פלאן געוועהן נאך קבלת התורה גלייך אין ארץ ישראל דורך קדש ברנע. אבער יעצט, פארוואס אזא אומוועג?

יורוני המורים ויבוא שכמ"ה.

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש יולי 20, 2019 9:54 pm

· #433407
תניא, מאי דכתיב ומה ה' אלקיך דורש ממך כי אם עשות משפט ואהבת חסד, מאי שנא גבי משפט דכתיב עשייה וגבי חסד דכתיב אהבה, אמר רבינו הקדוש "משפט דארף מען טון, חסד דארף מען ליבן"; הדא הוא דכתיב אהבה מקלקלת את השורה, והא אוקמינן דאין שורה אלא שורת הדין.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יאנואר 11, 2021 12:42 am

· #465463
פונקט דעם שבת איז מיר איינגעפאלן, פארוואס פונקט די וואכן פון יציאת מצרים און דאס בויען פון די משכן זענען מסוגל צו מתקן זיין דעם חטא הידוע? נאר מיר ווייסן דאך אז איינס פון די מצרישע ערקלערונגען וויאזוי די וועלט איז באשאפן געווארן איז אז דער גאט אתום, וואס איז דער ממציא הראשון, האט געטוהן די חטא הידוע און פון די זאמען זענען באשאפן געווארן צוויי געטער, און פון זיי זענען ארויסגעקומען נאך און נאך געטער וואס האבן אלע באשאפן יעדער אן אנדערע טייל פון די בריאה, כמבואר כאן. לויט דעם קומט דאך אויס אז די גאנצע פארמאציע און עקזיסטענץ פון די מצרישע קליפה/פאראלעל יוניווערס שטייט אויף די איין חטא וואס איז אזוי ידוע, און די גאנצע פוינט פון יציאת מצרים איז דאך געווען צו צוברעכן די מצרישע קליפה/פאראלעל יוניווערס, ובכל אלוהי מצרים אעשה שפטים וידעו מצרים כי אני השם, קומט אויס אז די ענין פון יציאת מצרים בשורשו איז דאס צוברעכן פון די קליפה פונעם חטא הידוע.

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 19, 2021 9:00 am

· #483522
כ'האב א ביסל געבלעטערט דורך די פרשה (וירא) האביך עפסעס באמערקט וואס מ'קען זאגן בדרך אפשר. אבער איך שרייב דא א דיסקלעימער. ביי מיר איז א יעדער ערליכער איד שומר תורה ומצוות חשוב. צי ער הייסט מאדערן ארטאדאקס. מזרחי אדער אגודה. אדער גאר א סאטמאר'ער אדער וויזשניצער חסיד...!

והנה: לוט קען באטרכט ווערן ווי א מזרחי איד. פסח האט ער געבאקן מצות. לעומת די אנדערע מענטשן פון זיין שטאט, וועלכע האבן געגעסן חמצ'דיגע פיצא. ער האט געהאט איידעמער פון די שטאט סדום. נישט פון מאה שערים אדער וויליאמסבורג אדער מאנרא. נאר אקעגן זיין פעטער אברהם אבינו איז ער געווען א ביסל מאדערן און היינטצייטיג.

אברהם אבינו, ווען ער האט איינגעזעהן אז ער און לוט זענען נישט אויפ'ן זעלבן פעידזש, אזוי צו זאגן. האט ער פארגעלשאגן פאר לוט. בעסער לאמיר זיך צוטיילן. אויב דו גייסט רעכטס וועלל איך גיין לינקס. און פארשטייצעך פארקערט...! דיין לייפסטייל איז נישט מיינס. פארוואס לאמיר זיך קריגן...?!

דאס קען זיין א לימוד פאר אונז היינטיגע צייטן. אפילו ס'זענען דא אנדערע גרופס פון (ערליכע) אידן. נאר זיי גייען נישט אין אונזער שיטה אדער דרך. דארפן מיר זיך נישט קריגן מיט זיי. נאר פשוט א יעדער זאלל זיך גיין זיין וועג. ושלום על ישראל...!

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 31, 2023 6:43 pm

· #516480
כ'האב געהערט אמאל א ווארט פון @רביה"ק זי"ע, האט ער געזאגט אזוי.
לכאורה וויאזוי קען זיין אז אלע אידן האבן אויף איינמאל אנגעהויבן צו זאגן די ווערטער פון די שירה? וויאזוי האבן די אידן אלע פונקט געזאגט די זעלבע זאך אויף איין מאל?

האט ער דאס פארענטפערט מיט דעם וואס די בייבל קריטיקירער טענה'ן אז מען טרעפט שוין אין טעקסטן וואס זענען עלטער פון די תורה ווי עס ווערט באשריבן ענליכע סארטן שירת הים'ס צו אנדערע געטער, און לפי זיי האט די שרייבער פון די תורה פשוט גע'לקח'נט פון דארטן די שירה און עס אריינגעשריבן אין זיין תורה וואס ער האט געהאלטן אינמיטן שרייבן.

לפי זה קען מען זאגן אז באמת איז יא פארגעקומען א קריאת ים סוף מיט א מעמד פון זינגען שירה, איי וויאזוי האבן אלע אידן פלוצלינג געקענט זינגען די זעלבע געדאנקן אויף איין מאל? אויף דעם קען מען זאגן פשוט אז די אידן האבן עס טאקע גענומען פון ענליכע עלטערע באקאנטע ים געזאנגען וואס עס איז זיי שוין געווען באקאנט פון פריער, ממילא איז שוין די עיקר ניגון געווען באקאנט פאר יעדן פון פריער און מען האט געקענט זינגען אינאיינעם. זיי האבן נאר געמאכט פשוטע פארשטענדליכע שנוים לפי צורך המקום והזמן.

ודפח"ח

מתבודד » דינסטאג יאנואר 31, 2023 9:00 pm

· #516491
שמן למאור
כ'האב געהערט אמאל א ווארט פון @רביה"ק זי"ע, ....
ודפח"ח
די זקני חסידים ווייסן צו פארציילן אז בשעת רביה''ק האט געזאגט אטע די לעכטיגע דיבורים, האט זיין פנים אזוי געפלאמט מיט א רשפי אש שלהבת אזש די פראסטע בעלי עגלה האבן צווישן זיך געשמועסט אז ער איז טויט שיכור.
בלאט: 1 2