☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » מקור פונעם מאכל קוגל והמסתעף

מקור פונעם מאכל קוגל והמסתעף

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1115

גאלד » דינסטאג יולי 17, 2012 12:50 pm

· #25062
מקור פונעם מאכל קוגל והמסתעף
קיגל איז א מאכל שבת מטעם השו"ע זכר למן, די ארגינעלע קוגל איז לאקשן קוגל, ווייל קארטאפל איז א שפעטערע ערפונדונג

פערפעל איז א מנהג פון בעל שם טוב,

שמואל הלוי » דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm

· #25066
גאלד
קיגל איז א מאכל שבת מטעם השו"ע זכר למן, די ארגינעלע קוגל איז לאקשן קוגל, ווייל קארטאפל איז א שפעטערע ערפונדונג

פערפעל איז א מנהג פון בעל שם טוב,

ס'ווערט נישט געברענגט אין מחבר, נאר אין רמ"א אז מ'פירט זיך צו עסן א מאכל וואס הייסט פשטיד"א זכר למן, און מ'לערנט אפ פשט אז דאס מיינט א קוגל, און בפשטות לאקשן קוגל ווייל פאטעיטא איז נאך נישט געווען דאן. אבער איך האב געהערט אז יש חולקים ואומרים אז פשטיד"א איז עפעס אנדערש.

אגב מ'זאגט נאך פון ר' מאיר'ל פרעמישלאנער אז לאקשן קוגל איז מסיני.

לאדיך אפ » דינסטאג יולי 17, 2012 1:04 pm

· #25069
לאקשן קוגל מסיני זאגט מען מיין איך נאך פון די קרעטשניפער.
איך מיין אז מ'האט שוין געגעסן פערפעל און קוגל פאר דעם, די בעש"ט האט נאר געזאגט די טעם.

גאלד » דינסטאג יולי 17, 2012 1:08 pm

· #25071
פשטיד"א איז זיכער נישט פונקטליך די קוגל וואס אונז עס מיר, אבער עס איז פארט מטעם הפשטיד"א

שמואל הלוי » דינסטאג יולי 17, 2012 1:19 pm

· #25076
לאדיך אפ
לאקשן קוגל מסיני זאגט מען מיין איך נאך פון די קרעטשניפער

דער קרעטשניפער האט עס נישט מחדש געווען ער האט עס נאכגעזאגט פון זיין זיידע ר' מאיר'ל פרעמישלאנער

גאלד » דינסטאג יולי 17, 2012 9:41 pm

· #25299
שמעתי, אז קוגל שטאמט פון די ווארט כעיגול, און טאקע ווייל ס'איז רונדיג,
דאס אז לאקשן קוגל איז די ארגינעלע קוגל האב איך געהערט בשם דער צעלימער רב בשם אבותיו

גאלד » דינסטאג יולי 17, 2012 9:44 pm

· #25301
איך מיין אז דער נושא פון קוגל כדאי לעצמו, אין מ'זאל מיר עפענען א קוגל אשכול,

משמרת » דינסטאג יולי 17, 2012 9:48 pm

· #25304
גאלד
איך מיין אז דער נושא פון קוגל כדאי לעצמו, אין מ'זאל מיר עפענען א קוגל אשכול,

אפגעטיילט

דולה ומשקה » מיטוואך יולי 18, 2012 6:07 am

· #25447
שמואל הלוי
לאדיך אפ
לאקשן קוגל מסיני זאגט מען מיין איך נאך פון די קרעטשניפער

דער קרעטשניפער האט עס נישט מחדש געווען ער האט עס נאכגעזאגט פון זיין זיידע ר' מאיר'ל פרעמישלאנער


ער האט מחדש געוועהן אז רבי מאיר'ל אז געזאלט אזוי זאגען.
אויב מסיני האט מען עס געגעסן מיטן מן.
בכלל דער גזע האט מימרות וואס איז גוט נאכצוזאגען אבער עס האט גארנישט מיט דער מציאות.


בנוגע צו דעם וואס כעלעמע מגיד שרייבט אז קוגעל איז אינאיינעם מיט פלייש, דעריבער זענען דא מדקדקים וואס זענען זיך נוהג צו עסן דעם מאכל הנקרא 'יאפטשע קוגעל'.

דולה ומשקה » מיטוואך יולי 18, 2012 9:23 pm

· #25935
[ציטאט אראפגענומען]


שלאפען ערב שבת קודש

לכאורה "מסיני" מיינט אז דאס איז אויך איינע פון זאכען וואס דער באשעפער האט געהייסען משה רבינו איבער געבען צו די אידישע קינדער, ולפי זה האבען די אידען געהאט יעדע שבת א חיוב ביים עסן די מן צו טראכטען ביים עסן איינע פון די שטיקלעך פון דער טעם 'פשטידה'.

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 18, 2012 9:29 pm

· #25936
[ציטאט אראפגענומען]


וואס מיינט "הלכה למשה מסיני"? מען האט עס צענזורירט פון די עשרת הדברות?
קאם אן. דו ווייסט נישט אז משה רבינו האט דאן געלערנט די גאנצע תורה מיט די אידן?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:46 am

· #26131
האומר לאקשין קוגל מסיני אינו אלא טועה.
הם סומכים על רש"י פרשת וזאת הברכה, שישראל אוכלים מאכל אחד.
עכ"פ פאטעטע קוגל איז זיכער נישט מסיני... ס'איז דאך א מאכל חדש

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:36 pm

· #26170
[ציטאט אראפגענומען]

כ'ווייס נישט, פרעג א זידישוטבע אייניקעל, זייער זיידע האט דאס מחדש געווען.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 19, 2012 2:03 pm

· #26219
[ציטאט אראפגענומען]


דו כעלעמער... זידישטוב איז מסיני...........

ישבב הסופר » דאנערשטאג יולי 19, 2012 8:47 pm

· #26463
לענין מסורת לאקשן קוגל מסיני, שמעתי ממגידי אמת שהלאקשן שיש לנו כיום אינו אותו מין שהיה בסיני, והלאקשין שנמצא אתנו אין לנו מסורת עליו. ויש מי שאומר שמין לאקשן ההוא נגנז, עד שיבא אליהו זל"ט.
[הציונים ימ"ש נלאו זמן רב לחפש במדבריות ובחפירות אריכאולוגיות, וטוענים שלפי הממצאים שלהם, מה שנמצא בינינו הוא הוא הלאקשין הקדום. אשר פיהם דיבר שוא וכו'].

יידל » דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:37 pm

· #26519
ישבב הסופר
לענין מסורת לאקשן קוגל מסיני, שמעתי ממגידי אמת שהלאקשן שיש לנו כיום אינו אותו מין שהיה בסיני, והלאקשין שנמצא אתנו אין לנו מסורת עליו. ויש מי שאומר שמין לאקשן ההוא נגנז, עד שיבא אליהו זל"ט.
[הציונים ימ"ש נלאו זמן רב לחפש במדבריות ובחפירות אריכאולוגיות, וטוענים שלפי הממצאים שלהם, מה שנמצא בינינו הוא הוא הלאקשין הקדום. אשר פיהם דיבר שוא וכו'].

שפתיים ישק!

געפילטע פיש » פרייטאג יולי 20, 2012 12:31 am

· #26544
געוויסע פוסקים נעמען אן אז נתמעטו הלוקשין. אנדערע האלטן אז אין לו לחכם אלא מה שעיניו רואות ואין לך לאקשים אלא שבימיך.

שמואל הלוי » פרייטאג יולי 20, 2012 9:09 am

· #26565
איך האב נעכטן געזעהן אין א ליקוט ספר נאכברענגען בשם ר' איציקל מפשעווארסק אז די לאקשן פונעם לאקשן קוגל דארף זיין אזוי ברייט ווי די רצועות פון די תפילין...

זר זהב » פרייטאג יולי 20, 2012 10:40 am

· #26586
און לאקשאן קוגל מאכט מען טאקע געווענליך מיט די ברייטערע

שמואל הלוי » פרייטאג יולי 20, 2012 10:42 am

· #26588
אבער זעלטן וואס מען זעהט אזעלכע ברייטע ממש ווי רצועות

זר זהב » פרייטאג יולי 20, 2012 10:43 am

· #26589
ווייל ס'דאך נישטא צו באקומען! איך בין זיכער אויב ס'וואלט געווען וואלט מיין טאטע גענומען די ברייטסטע און די גרעסטע

שמואל הלוי » פרייטאג יולי 20, 2012 10:45 am

· #26591
נו קענסט נאך אריינגיין אין די ליין פון מאכן ברייטע רצועות לאקשן, דיין טאטע וועט קויפן גאנצעטע קוואנטומ'ס, און די אלע זידיטשויבע קרעטשניפע און פשעווארסקע חסידים וועלן קויפן, בקיצור ס'איז א גוטע ביזנעס.

ישבב הסופר » פרייטאג יולי 20, 2012 1:14 pm

· #26626
מן הראוי להעיר כאן, מענין לענין - להבדיל - ביאור בדרך פשוט ומתיישב על הדעת למאמרם ז"ל "כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש וכו' " מצאתי בהקדמת התויו"ט למשניות. המעיין שם ימצא נחת.