☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פאליגעמי ביי אידן שותו"מ

פאליגעמי ביי אידן שותו"מ

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11140

כלבאשבוע » מיטוואך דעצעמבער 7, 2016 9:49 am

· #356443
פאליגעמי ביי אידן שותו"מ
אין כיכר השבת איז דא היינט א באריכט וועגן א polygamy מאוומענט אין א"י, זיי רופן זיך "הבית היהודי השלם" מיטן אגענדע אז מ'זאל חתונה האבען מיט עטליכע פרויען כדת וכדין.
דא איז זייער אפיציעלע וועבסייט: <a class="postlink" href="http://www.jewishome.net">http://www.jewishome.net</a>

זיי זענען אין די נייעס נאכדעם וואס א יונג מיידל איז מקודש געווארן צו א עלטערער פארהייראטע מאן מיט די הסכמה פון יענעמ'ס ווייב און אונטער די הדרכה פון א מקובל, נאר זי האט חרטה געהאט און פארלאנגט א גט.

המקובל שכנע והצעירה נישאה באישון לילה לגבר נשוי
צעירה בת 20 שוכנעה בידי מקובל להתחתן עם גבר נשוי ואב ל-10 ולשמש כאשתו השנייה. בית הדין התערב - לאחר שהמקרה חשף כת פוליגמית דתית דרכה נישאו צעירות רבות והיא קיבלה גט
<a class="postlink" href="http://www.kikar.co.il/mobile/app/#news.216095">http://www.kikar.co.il/mobile/app/#news.216095</a>

גראף » מיטוואך דעצעמבער 7, 2016 10:22 am

· #356448
Re: פאליגעמי ביי חרדישע אידן
א געוואלדיגע זאך. איך געב זיך קוים אן עצה מיט איינס.
אפשר זאל מען מצרף זיין די חברה וואס זענען עולה אויף דער הר הבית כסדר און ווילן שוין בויען דער ביהמ''ק מיט דער גרופע.

איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 7, 2016 10:34 am

· #356452
<a class="postlink" href="http://docu.nana10.co.il/Article/?ArticleID=1025804">http://docu.nana10.co.il/Article/?ArticleID=1025804</a>

איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 7, 2016 10:36 am

· #356453
פון אפאר הארני מזרחיסטן ווערט נאכנישט ''חרדישע אידן'', ביטע פארעכטן די קעפל.

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 7, 2016 1:00 pm

· #356463
כלבא שבוע: די קי אינגרידיענט אין דייין רעפארט איז די בעל מקובל. ווייל קיין נארמאלער מענטש וואלט זיך ממילא נישט באטייליגט אין אזעלכע זינלאזע און אומלעגאלע צערעמאניעס...!

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 7, 2016 1:07 pm

· #356466
גראף: דאס וועט זיין זייער א שיינע סצענע. די פאררוקטע חברה מיט זייערע פיהל ווייבער און קינדער גייען ארויף אויפ'ן הר הבית, מקריב צו זיין קרבנות. (א קרבן שלמים, למשל. א יעדן טאג 'עללן זיי שעכטן אנ'אנדער אקס. אזוי אז ס'וועט זיין גענוג פלייש פאר דעם בעה"ב מיט זיינע ווייבער, פילגשים און קינדער. עבדים ושפחות. חמורים ואתונות. (וואו זענען די פערד...?!) אין ארץ ישראל, ווייל ס'איז א בארגיגע געגנט, באנוצט מען זיך מער מיט אייזלען און ווייניגער מיט פערד. ווייל די אייזלעך קענען בעסער קריכן אויף די בערג.

און אויב די פאלעסטינער מערדערס אדער די משטרה וועללן זיי נישט פארטרייבן פון דארט. און זיי וועללן ארויסגיין מיט גאנצע ביינער, וועללן זיי פראווען אן עליית רגל צערעצמאניע בהמוניהם 3 מאל א יאר. אויך אין יום העצמאות... 😂 🙄

בן אדם » מיטוואך דעצעמבער 7, 2016 1:50 pm

· #356468
ווער גייט זיין די כהן גדול?

שבת אחים » מיטוואך דעצעמבער 7, 2016 2:28 pm

· #356471
און אפשר זענען זיי גערעכט? די תורה האט דאך נישט קיין פראבלעמען מיט פאוליגעמי? סה״כ האבן די רבנים בתוכם ר׳ יהודא החסיד מתקן געוועהן אזוי ווייל די אלגעמיינע גוישע קולטור האט שוין יענע צייטן איינגעזעהן אז פאוליגעמי איז נישט עטיש און נישט קיין גיטע לעבן. איך פרעג נאר.

יעקב מענטש » מיטוואך דעצעמבער 7, 2016 4:14 pm

· #356485
[ציטאט אראפגענומען]

פון א תורהדיגע השקפה שטאנדפונקט.

דא איז ער שיין מלקט די טעמים פונעם חרם דרבינו גרשום, און קיין איינס האט נישט מיט עטיקס, רוב טעמים זענען פראקטישע, (לויט דעם עקאנאמישן טעם דארט, ווייס איך נישט צו מ'מעג זיך מונע זיין פון נעמן בוירט קאנטראל...).

אונז קענען מיר נישט טוישן תקנת וואס ראשונם האבן אוועקגשטעלט (איך ווייס אז עטליכע חכמים דא וועלן פרעגן מהיכי תיתי) אבער ביי אונז אידן ווערט עס נישט אנגעקוקט אלץ 'נידריג' ווי די {רעליגיעזע} גוים קוקן דאס אן.

ליפא » מיטוואך דעצעמבער 7, 2016 4:32 pm

· #356487
און נישט אלע רעליגיעזע גוים. נאר קריסטן מיינעך

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג דעצעמבער 8, 2016 11:43 am

· #356565
אז מען רעדט שוין יא פון חרם דרבינו גרשום... וואס איז טאקע די שטראף פון איינער וואס האט יא חתונה מיט צוויי ווייבער ?

צוויי שוויגער'ס (אוי וויי)

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 8, 2016 12:06 pm

· #356570
יעקב אבינו האט געהאט 2 ווייבער שוועסטער, ס"ה נאר איין שוויגער... אבער מיט אזא שווער ווי לבן איז אים נישט געווען וואס מקנא צו זיין, נאך א מזל ער איז אנטלאפן פון דעם פאפער..

אישתישבי » פרייטאג דעצעמבער 9, 2016 4:54 am

· #356681
ווען מען האט געמעגט האבען צוויי ווייבער, פארוואס האט יצחק נישט געהאט צוויי?

משה מילא, אפילו פין איינס האט ער זיך פורש געוועהן.

אבער דער סעקטע אין ישראל איז גערעכט, אויב מען מעג, ספרדים האבען נישט מקבל געוועהן חדר"ג, פארוואס נישט?

ארץ ישראל פאלט נישט אונטער חדר"ג און אזוי אויך אמעריקא, סא פארוואס טאר מען נישט?

אישתישבי » פרייטאג דעצעמבער 9, 2016 8:36 am

· #356687
מען ווייסט אז עס איז דא הלכות פין חומרי המקום שיצא משם, און מען דארף נישט האלטען אלטע מנהגים אויב מען פלאנט נישט צוריק פארען וואוינען.

ממילא ווען מיין עלטער זיידע איז געקומען נאך די קריג קיין אמעריקא, זענען אלע אלטע מנהגים בטל.

אישתישבי » מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 11:45 pm

· #356747
אז דאך גוט, ווייל זייט די גרויסע כינוס, איז קלאר פעסטגעשטעלט געווארען אז אונז זענען יוצאי אונגארען.

און דאס וואס די זאגסט פין ר' משה'לע קראקעווער עיין בספר