☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » גרויסע ערווארטונגען פאר אייפאון 8

גרויסע ערווארטונגען פאר אייפאון 8

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11137

כלבאשבוע » דינסטאג דעצעמבער 6, 2016 6:33 pm

· #356395
סתם ספעקולאציעס, האט גארנישט מיטן מציאות.

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 7, 2016 10:47 am

· #356454
רוב זאכן זענען שוין גראדע פאראן אויפן (ענדרויד) מארקעט אדער איז שוין געווען אזעלכע רומערס א לענגערע צייט. אויף סעמסאנג'ס גאלעקסי 8 רעדט מען שוין לאנג אז עס וועט אנגעבליך פארמאגן כולו סקרין מיט אפשר קוים עפעס א פרעים ארום, ווי אויך אז דער פיזיקאלער HOME באטאן וועט פארשוואונדן ווערן און דער סקרין וועט זיין א טאטש/פינגער פרינט ריעדער, ווי אויך ווייערלעס טשארדזשינג און "קוויק-טשארדזשינג" איז שוין אלטע מעשיות. מצד שני מאכט סעמסאנג נאך די עפל פאטענטן אויכעט, ווי די נייע משוגע'נע רומער אז זיי וועלן עלימינירן די העדפאון דזשעק רח"ל היל"ת, און נאך פארשידענע פאטענטן וואס קומען כסדר אן אין קאורט ווי די צוויי גרעסטע קאמפאניס שלאגן זיך ווי קליינע בעביס אין כיתה ענדע-ף.

קל וחומר » מיטוואך דעצעמבער 7, 2016 11:04 am

· #356455
Re: גרויסע ערווארטונגען פאר אייפאון 8
איך זעה נישט קיין מעלה אין כולו סקרין.
קען עס איינער אפשר מסביר זיין?

פרייוויליג » מיטוואך דעצעמבער 7, 2016 11:17 am

· #356456
פטפוטים בעלמא פון בלאגערס. רוב רומערס ווערן קיינמאל נישט מקויים. איבערהויפט עפל, ווי סודות זענען פון זייערע גרעסטע פונקטן.

קאצקע ציקער » מיטוואך דעצעמבער 7, 2016 11:47 am

· #356458
קל וחומר
איך זעה נישט קיין מעלה אין כולו סקרין.
קען עס איינער אפשר מסביר זיין?

שענער און מער עלעגאנט

קל וחומר » מיטוואך דעצעמבער 7, 2016 4:37 pm

· #356488
Re: גרויסע ערווארטונגען פאר אייפאון 8
[ציטאט אראפגענומען]

מיר זעהט אויס אז אויפן גאנצע פראנט א סקרין איז א חסרון, וויבאלד ווען מען האלט דעם פאון ביי די זייטן וועלן חלקים פונעם סקרין באדעקט ווערן.

פרייוויליג » מיטוואך דעצעמבער 7, 2016 5:50 pm

· #356507
[ציטאט אראפגענומען]

געווענדליך ליקט ארויס פראטאטייפס עטליכע טעג פאר די ריליס. נו אודאי ווייסט מען דאך.. אין אזא מאדערענע וועלט איז זייער שווער צו האלטן זאכן בסוד, נישט קיין חילוק ווי שטארק מפראבירט דאס צו באהאלטן, מ'דארף נישט מער ווי איין בילד, און דאס פאסירט טאקע. אבער איך געדענק פון אלע יארן אז רוב פרעדיקשענס זענען געווען חלומות.

ליין דא מער איבער עפל'ס מאכטפולע סודות'פולע באזע.

מאנסי אינגערמאן » זונטאג יאנואר 1, 2017 7:29 pm

· #358490
i'm waiting for the iphone 8
as of now i use the galaxy s7 edge and i like it.