☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » עמעזאן ברענגט אט אן אומגלויבליכע גראסערי רעוואלוציע

עמעזאן ברענגט אט אן אומגלויבליכע גראסערי רעוואלוציע

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11131

שצם_חנכל » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 9:17 pm

· #356297
זייער איבעראשענד

אנאליסטען וואס פאלגען נאך עמעזאן האבן געהאלטען אז זייער גראסערי מהלך וועט לאנדען ערגעצוואו ארום buy online pick up in store אדער buy online and drive through for pickup אזויווי @berlbalaguleh האט פארגעשלאגען. עס איז נישט אויסגעשלאסען אז עווענטועל וועלן זיי האבן ביידע זינט עס איז נישט קיין גרויסע עקסטערע לאדזשיסטיקל אינוועסטמענט.

די פשוט'ע סיבה פארוואס גראסערי האט זיך נישט פארמירט buy online deliver to home אזויווי אלע אנדערע ריטעיל קאטאגאריעס איז צווייפאכיג:
1) טעמפראטור קאנטראלד דעליווערי טרייבט זייער ארויף די קאסטען און מאכט כמעט אוממעגליך צו קאנקורירן מיט לאקאלע גראסעריס.
2) ס'איז זייער שווער צו מאכן זיכער אז עס וועט זיין איינער אינדערהיים איבערצונעמען די פעקל בשעת עס ווערט דעליווערט (איבערלאזן אינדרויסען איז נישט קיין אפציע, עס דארף דאך זיין רעפרידזשערעיטעד).

ליפא » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 9:19 pm

· #356298
Walmart already has the buy online and drive through pick up

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 9:30 pm

· #356300
שצ"ם חנכ"ל: דו ביסט דאך גערעכט. שטעל דיר פאר ווען א קאסטומער ארדערט פון עמעזאן סופערמארקעט (מ'עט שוין מוזן טרעפן עפעס א נייעם, קלינגענדיגן נאמען פאר היינטיגע צייטן. דאס ווארט סופערמארקעט וואלט געפאסט פאר אונזערע זיידעס. בימי לינקאלן ורוזוועלט. נאך פאר די מדינה הטמאה איז געבוירן געווארן, רח"ל מהאי דעתא. מ'מוז שוין אויפקומען מיט עפעס א גוטס.) א פיצא פיי און א טעפל מיט געשמאקע מולטי-פלעיוואר (כשר'ע) אייז קריעם אין א הייסן זומער'דיגן טאג. ביי די צייט וואס דער דראון וועט לאנדן ביי זיין פענסטער, און וועט איהם ווינקען אז דער ארדער איז אנגעקומען.און די מאטאריזיר'טע האנט פונ'ם דראון וועט מיט רעמאוט קאנטראל אויפמאכן די ווינדאו און אריינדערלאנגען די סחורה. וועט די טשיעז פון די פיצא זיך שוין האבן אויסגעמישט מיט די צולאזטע אייזקריעם. אז ס'וועט צומאל אויסקומען אז מ'וועט האבן א זכר פון מן. דער געמויזאכץ וועט האבן אלע טעמים. יעצט וועטציך אויפשטעללן די שאלה. וועלכע ברכה מ'דארף מאכן ערשט. ס'וועט זיך אנטוויקלען א לומד'ישער שמועס צווישן די חשוב'ע געסט די תלמידי חכמים. ספעציעל אין לעיקוואוד. די עיר הנזירות וה'טעירע... 😂 🙄 און כ'וויל נישט זאגן ווער ס'וואוינט דארט. (כ'בין נישט אזוי זיכער... 😎 )

כלבאשבוע » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 9:52 pm

· #356301
Amazon Go is just one of at least three formats the online retailer is exploring, sources say

<a class="postlink" href="https://www.google.com/amp/www.wsj.com/amp/articles/amazon-grocery-store-concept-to-open-in-seattle-in-early-2017-1480959119">https://www.google.com/amp/www.wsj.com/ ... 1480959119</a>

ליפא » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 11:25 pm

· #356306
📎 IMG_20161205_232506.jpg

קאצקע ציקער » דינסטאג דעצעמבער 6, 2016 12:47 am

· #356308
אז ס'וועט נישט זיין זאבס וועט נישט זיין קיין קויפערס.

גראף » דינסטאג דעצעמבער 6, 2016 1:56 am

· #356313
Re: עמעזאן ברענגט אט אן אומגלויבליכע גראסערי רעוואלוציע
געוויסע פארזענליכקייטן.. האבן שוין פארגעשלאגן אז עמעזאן איז שוין צו גרויס און שטערט קאמפעטישען און דארף ווערן ציטיילט אויף קלענערע קאמפאניס.

כלבאשבוע » מיטוואך דעצעמבער 7, 2016 10:16 am

· #356447
איי בי עם האט שוין פארגעשלאגן די געדאנק אין די 90s

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 7, 2016 3:06 pm

· #356474
א חלק פון די גראסערי רעוואלוציע 🙂

.
📎 Amazon.jpg

קאצקע ציקער » מיטוואך דעצעמבער 7, 2016 4:02 pm

· #356483
שמעקעדיג
א חלק פון די גראסערי רעוואלוציע 🙂

.

זיי דארפן לייגן אויך די היסטארי וואס מען האט שוין געקויפט...