☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » געפינען נאדלעך אין די פארציעס עסן אויף א דעלטא פלייט

געפינען נאדלעך אין די פארציעס עסן אויף א דעלטא פלייט

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1113

zamel » דינסטאג יולי 17, 2012 3:00 pm

· #25123
געפינען נאדלעך אין די פארציעס עסן אויף א דעלטא פלייט
שטעלט אייך פאר איר פארט אויפן פליגער און איר באקומט שוין ענדליך אייער פארציע עסן וואס איר ווארט שוין אזוי לאנג צוקוקענדיג ווי די איידעלע סטוארט טיילט שוין פאר די לעצטע האלבע שעה און זי האלט נאכנישט ביי האלב פליגער און ענדליך איר באקומט שוין איר בייסט אריין מיט א פרישקייט און איר טרעפט זיך אן מיט א נייען נידל אין מויל, אט דאס האבן נעכטן די דעלטא פלייט רייזענדע געפילט.

שמואל הלוי » דינסטאג יולי 17, 2012 3:56 pm

· #25139
zamel
אט דאס האבן נעכטן די דעלטא פלייט רייזענדע געפילט.

ממש ביי יעדן? אדער נאר ביי איינעם?

שמיטה » דינסטאג יולי 17, 2012 6:43 pm

· #25206
נישט געזעהן אין ערגעץ די מעשה נאר דא, אבער ס'איז נישט מסתבר אין אין יעדע פארציע זאל זיין א נידל.

אויב יא, איז עס ווארשיינליך א טעראר אטאקע אויף א פליגער

שמואל הלוי » דינסטאג יולי 17, 2012 6:53 pm

· #25213
וואלט ער געדארפט שרייבן "אט דאס האט א דעלטא רייזענדער געשפירט", פונעם לשון "די דעלטא רייזענדע" איז משמע אז יעדער.

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 17, 2012 7:05 pm

· #25216
שמיטה
נישט געזעהן אין ערגעץ די מעשה נאר דא, אבער ס'איז נישט מסתבר אין אין יעדע פארציע זאל זיין א נידל.

אויב יא, איז עס ווארשיינליך א טעראר אטאקע אויף א פליגער

די מעשה האט ווירקליך פאסירט, און די FBI און אויטאריטעטן זענען העפטיג פארמישט אין דעם אויספארשונג. מען האט געטראפן די נידלעך אין 5 פארציעס (אויב כ'געדענק גוט) אבער נאר איינער האט אריינגעביסן...

איך אויך » דינסטאג יולי 17, 2012 8:08 pm

· #25242
zamel
שטעלט אייך פאר איר פארט אויפן פליגער און איר באקומט שוין ענדליך אייער פארציע עסן וואס איר ווארט שוין אזוי לאנג צוקוקענדיג ווי די איידעלע סטוארט טיילט שוין פאר די לעצטע האלבע שעה און זי האלט נאכנישט ביי האלב פליגער און ענדליך איר באקומט שוין איר בייסט אריין מיט א פרישקייט .

נו וועגן דעם ארדער איך אייביג א קאשער מיעל מען טיילט זיי אייביג די ערשטע.

DotCom » דינסטאג יולי 17, 2012 8:45 pm

· #25270
די נידלעך האט מען געטראפן צושפרייט אויף 3 פליגער'ס, אלע זענען געקומען פון אמסטערדאם, האלאנד, און געגאנגען קיין אמעריקע, מינעאפאליס, אטלאנטא און סיאטעל.

זיי שפעקולירן נאך די מעגליכע סיבות, יעצט קוקט עס אויס אז פראנקסטערס אדער באליידיגטע ארבעטער'ס אין די עירליין קעיטערינג האבן דאס אנגעדרייט, טעראריזם איז פארשטייט זיך נישט אויסגעשלאסן.

zamel » דינסטאג יולי 17, 2012 9:38 pm

· #25298
זייער שיין אז מען האט געמאכט אן עקסטערן אשכול אפגעטיילט פון אנדערע קורצע נייעסלך

און צו דיר שמואל זיי נישט אזוי קריטיקירינדיג(גוט געספעלט) איך ווייס אז איך בין נישט קיין שרייבער אבער כדי די וועבזייטלעך זאלן אנהאלטן דארף מען זיך אנשטרענגען און יא שרייבן, קומט א שמואל און הייבט אן פארפירן היתכן די האסט געשריבן א שלעכט ווארט, יא די מעגסט מעורר זיין און זאגען אז די מעשה איז אנדערש אבער איט דעפענדס די וועי יע סעיונג איט. איי האופ יאא געט מיי פאינט.

יונגערמאנטשיק » דינסטאג יולי 17, 2012 11:40 pm

· #25384
איך אויך
zamel
שטעלט אייך פאר איר פארט אויפן פליגער און איר באקומט שוין ענדליך אייער פארציע עסן וואס איר ווארט שוין אזוי לאנג צוקוקענדיג ווי די איידעלע סטוארט טיילט שוין פאר די לעצטע האלבע שעה און זי האלט נאכנישט ביי האלב פליגער און ענדליך איר באקומט שוין איר בייסט אריין מיט א פרישקייט .

נו וועגן דעם ארדער איך אייביג א קאשער מיעל מען טיילט זיי אייביג די ערשטע.

נאר וועגן דעם, אדער ס'פארהאן נאך א סיבה? 😂

שמואל הלוי » מיטוואך יולי 18, 2012 11:34 am

· #25604
zamel
זייער שיין אז מען האט געמאכט אן עקסטערן אשכול אפגעטיילט פון אנדערע קורצע נייעסלך

און צו דיר שמואל זיי נישט אזוי קריטיקירינדיג(גוט געספעלט) איך ווייס אז איך בין נישט קיין שרייבער אבער כדי די וועבזייטלעך זאלן אנהאלטן דארף מען זיך אנשטרענגען און יא שרייבן, קומט א שמואל און הייבט אן פארפירן היתכן די האסט געשריבן א שלעכט ווארט, יא די מעגסט מעורר זיין און זאגען אז די מעשה איז אנדערש אבער איט דעפענדס די וועי יע סעיונג איט. איי האופ יאא געט מיי פאינט.

איך האב דיר קריטיקירט? איך האב פארפירט אז דו האסט געשריבן א שלעכט ווארט? איך האב פשוט געוואלט פארשטיין האב איך געפרעגט, און אויב שפירסטו ווי איך האב דיר קריטיקירט בעט איך דיר דא איבער ברבים.

zamel » מיטוואך יולי 18, 2012 1:28 pm

· #25681
שמואל הלוי

מחול לך מחול לך