☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מיידל באקלאגט זיך אין "מעלות" אז צופיל געשוויסטער באגרעניצן איר

מיידל באקלאגט זיך אין "מעלות" אז צופיל געשוויסטער באגרעניצן איר

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11125

קאוריג » פרייטאג דעצעמבער 2, 2016 10:43 am

· #356057
מיידל באקלאגט זיך אין "מעלות" אז צופיל געשוויסטער באגרעניצן איר
📎 94d0a907-8bbb-472e-8986-632ab56dbbc8.jpg

וואלווי » פרייטאג דעצעמבער 2, 2016 11:42 am

· #356063
טייערע מרים רבקי פייגעלע תחי'!

מיר פילען מיט דיין פלאג און פאן פין דיין ליבער משפחה. וויסען זאלסטו אז די ביסט נישט אליינס, ווייל דיין עלטערען מאכען אויך מיט דעם פראבעלם נאר אויף א שטערקער פארנעם וואס די וועסט נישט פארשטיין ביז די וועסט אי"ה זיין א מאמע.

אפשר וואלט געווען אן עצה אז מיט די פולע מאס דרך ארץ פרעג דיין טאטי און מאמי אויב זיי זענען איינגעשריבען אין אבאמאקעיר.

שטארק דיך!

געוואלדיג » זונטאג דעצעמבער 4, 2016 6:16 pm

· #356173
גראדע פארשטיי איך נישט די פראבלעם, איך בין איינער פון צווישן מער פון 10 געשוויסטער און איך האב אלס געהאט זייער א לעבעדיגע און גוטע עקספיריענס מיט דעם, די פיל געשוויסטער האבן נאר צוגעגעבן צו מיין לעבן, און איך וואונטש פאר מיינע קינדער די זעלבע עקספיריענס.

ירמי' » זונטאג דעצעמבער 4, 2016 6:48 pm

· #356175
מיר דוכט זיך אז די אשכול ענדלט צו די נאצי-שטירמער, די אידן פירן די וועלט זיי זענען רייך וכו'

מען נעמט א נושא און מען צולייגט עס מיט לגיונות,
ליינענדיג די בריוו אין די מעלות זענען מיינע מסקנות געווען פונקט פארקערט, א דריטע קלאס מיידל איז ארום 7-8 יאר און יעדער פארשטייט אז די מיידל האט נישט געשריבן די בריוו נאר די געטרייע מאמע אנשטאט צו איגנארירן דאס קינד און מדחה זיי במה בכך - און ווי די נאצי-שרייבער וואלט געוואלט אז די מאמע זאל ענטפערן- אז האבן אסאך קינדער איז די בעסטע זאך און דו ביסט יעצט א מאמע פאר זיי און דו קענסט נישט שפילן, און די אייבירשטער. יודישע. חסידישע. וכו' וכו' ניין די געטרייע מאמע מאכט אן עסק פון די פראבלעם און זיכט א לעזונג און מען שרייבט א בריוו צו די מעלות מיט די גענוי פראבלעם און מען זיכט א לעזונג.

שטעלט אייך אפ א מינוט, טראכטס אריין וואס דאס מיינט פאר א קינד, די מאמע נעמט איר פראבלעם מיט אן ערענסטקייט עס איז א נושא ביי איר, איר ווייסט אז דאס אליינס בויעט אויף דאס קינד, כאילו אז נאר שפילצייג דארף א קינד האבן, די עיקר איז די ליבשאפט פון די מאמע, יעדע קינד וואלט אויפגיגעבן שפילצייג צו באקומען אהבה-לאוו פון די מאמע.
און פארגעס נישט מען רעדט דא פון א מאמע וואס ברענגט אראפ א קינד פער יאר! און זי האט געדולט זיך אפצוגיבן אזוי מיט די קינדער.

און די מעלות ענטפערט זייער צום זאך און פראבירט ארויסצוהעלפן דאס מערסטע מיט די פראבלעם.

מרים רבקה׳לע טייערע ! איך האב פאר דיר גאנץ קנאפע נייעס, די קענסט פארגעסען פין שפילן מיט די ביגל בידס ווי אויך מיט אלע אנדערע שפילצייג פאר די רעסט אף יאר לייף, די ברויך׳סט יעצט צו זיין א פול טיים מאמע צו דיינע 5 יונגערע געשוויסטער ווייל דיין מאמע איז יעצט פארנומען מיט זייגען פעמפערן דעם קליינעם אדער גאר מיט פראדעצירען אן אכטן צווייגעלע צו דעם שיינעם יונגעם פרוכטבארע ביימעלע, איטס סאו קיאוט קע״ה,

איינער קען מיר מסביר זיין וואס פעלט אויס פאר די שרייבער צו שרייבן אזעלעכע נאצישע-לגיונות איינער לאזט איר נישט שפילען? פונקט פארקערט די מאמע טרעפט א גלעגנהייט אין דעם צו גיבן ליבשאפט, און צו וואס פעלט אויס צוצילייגען אן אכטע צווייג ווען בסך הכל זענען זיי 6 געשוויסטער.

לעצטענס האב איך געשמועסט מיט א חבר אין די נושא און אונז זעמיר אדורך געגאנגן היבש משפחות מיט אסאך קינדער פון 15 און העכער! פון ב"פ ווילימסבורג קר"י א אינטערעסאנטע מציאות שטעלט זיך ארויס אז אין עווריטש זענען די משפחות מער מתליח מיט די קינדער זיי וואקסן אויס שענער ווי עווריטש קליינע משפחות! די סיבה דערצו קען מען דן זיין אבער די מציאות ווייסט דאס.
און רוב וואס קומען פון גרויסע משפחות ווילן זייער שטארק אויך האבן אסאך קינדער און אויב זענען זיי נישט מצליח באדער עס זיי שטארק!

איך רעדט שוין נישט פון די וואס זענען מקפיד צו האבן א ברעיק פון לפחות 4 יאר, אבער די מאמע איז פארנומען ארומלויפן אין מאנהעטטן פאר מעטשי ברענד נעים קליידער און די קינדער קומען אראפ פון די באס צום אויפנאמע פון א שכן... און צומאל פארגעסט די געטרייע מאמע איינצומעלדן די שכן נאר די גוטהארציגע שכן פארשטייט אליינס אריינצונעמן די פארלאזטע קינד.

דיסקלעימר! א וודאי פעלט ביי אונז אין די נושא אז ביי פעלער וואס מען דערהייבט נישט איז נישט קיין פראבלעם להלכה, אבער ארויף שמירן א נאסע לאלעך אויף א גרויס חלק כלל ישראל איז נאצי-סטייל.

איך אויך » זונטאג דעצעמבער 4, 2016 9:06 pm

· #356190
רט די דברי נבואה פון ירמי'. כ'האב פונקט נעכטן געוואלט זאגן אז пم iοوԴ וואלט געווען א פיינעם שרייבער אינעם שטירמער.

איך אויך » זונטאג דעצעמבער 4, 2016 9:24 pm

· #356195
הע זיך איין פארוואס עפעס אנהייבן יעצט? ווען דיינע (אדער דעם ק/פ) עלטערן וואלטן אזוי געטראכט וואלסטו אויך נישט געבוירן געווארן.

און יא, יעדע ערליכע אדיש קינד איז א נקמה אין היטלער ימ''ש צו דו ווילסט צו נישט.

מער פון אלעס, איז עס א סימן פונעם אמעריקאנער פארגרעבטקייט אז מען איז שוין נישט מכיר אינעם נס עצום פון תקומת עם ישראל אחרי השואה וואס איז לכל הדיעות למעלה מדרך הטבע ווי אזוי א הייפעלע ציבראכענע ווי א שארבן אידן האבען זיך תיכף גענומן צוריק אויפבויען.

ירמי' » זונטאג דעצעמבער 4, 2016 9:34 pm

· #356197
лпم iοوԴ
ס'איז נישט מיינס. סאיז cp וואס שטייט פאר קאפי פעיסט.
אינטערסאנט געוועהן נאכצוברענגן אויב מ'איז יא מסכים אדער נישט.

ביי דע וועי, רופן מענטשן נאצי'ס סתם ווייל ס'געפעלט דיך נישט וואס זיי שרייבען פאסט אויך פאר די נאצי'ס

איך זעה בכלל נישט די אינטערסאנטקייט נאכצוברענגן אזא סארט באשרייבונג וואס איז פול מיט האס און שקרים קעגן חרדישע געזעלשאפט.

און יא שרייבן האס מיט אויפגעבלאזענע שקרים קעגן א געזעלשאפט איז נאצי סטייל.

אדרבה דו האלסט די שרייבער איז גערעכט? קודם אויף וואס ער באציט זיך אויף די בריוו אין די מעלות איז ער קלאר נישט גערעכט ווי א יעדער וואס האט אויגן זעהט, עס איז פשוט פאדרייט א בריוו צו העצן קעגן חרדים, נאצי סטייל.

און לעצם הענין איך האב נאך קיינמאל געהערט איינער זיך אפרעדן אויף אויפוואקסן אין א גרויסע פאמיליע אז דאס האט עם געשאדט, פארקערט עס איז א געשמאקע זאך.

נאר כלפי די עלטערן דארט איז די פראבלעם ווי די ציבור רעדט זיך אפ, און דאס אעז א באזונדערע שמועס.

דולה ומשקה » דינסטאג דעצעמבער 6, 2016 11:11 am

· #356328
ירמי'
ליינענדיג די בריוו אין די מעלות זענען מיינע מסקנות געווען פונקט פארקערט, א דריטע קלאס מיידל איז ארום 7-8 יאר און יעדער פארשטייט אז די מיידל האט נישט געשריבן די בריוו נאר די געטרייע מאמע אנשטאט צו איגנארירן דאס קינד און מדחה זיי במה בכך


מאן יימר דער מאמע האט דאס געשריבען, שטארק יתכן אז נישט, אזוי ווי פיל אנדערע פאבליקאציעס וואס שרייבן אליינס בריעוון.

ירח בן יומו » דינסטאג דעצעמבער 6, 2016 11:33 am

· #356331
מיט'ן זאגן אז די פאבליקישן אליין האב עס געשריבן האסטו ארויס גענומען די גאנצע לופט פון די קאנעטרווערסי 😂

ירמי' » דינסטאג דעצעמבער 6, 2016 12:33 pm

· #356339
דולה ומשקה
ירמי'
ליינענדיג די בריוו אין די מעלות זענען מיינע מסקנות געווען פונקט פארקערט, א דריטע קלאס מיידל איז ארום 7-8 יאר און יעדער פארשטייט אז די מיידל האט נישט געשריבן די בריוו נאר די געטרייע מאמע אנשטאט צו איגנארירן דאס קינד און מדחה זיי במה בכך


מאן יימר דער מאמע האט דאס געשריבען, שטארק יתכן אז נישט, אזוי ווי פיל אנדערע פאבליקאציעס וואס שרייבן אליינס בריעוון.

מיין עיקר נקודה איז אז די מיידל האט דאס זיכער נישט געשריבן ווייל א מיידל אין די גיל שרייבט נאכנישט אזא סארט בריוו, און ממילא איז די גאנצע נושא האשכול געבויט אויף לופט.

איך וויל בעטן פון די אלע מסכימים צום נושא האשכול זאלן שרייבן צו זייער הסכמה איז מחמת עקספיריענס דהיינו זיי קומען פון גרויסע משפחות און זיי האבן געליטן דערפון, אדער פשוט די מהלך פון מאכן לצנות פון חרדים שטימט מיט זייערע כלליות'דיגע בליק אויף די סעקטע, אפגעזען די אמת דערין.

דערווייל האב איך זיך נאכנישט באגעגנט מיט א צווייג פון א גרויסע משפחה וואס האט א שלעכטע עקספיריענס. פונקט פארקערט ווי עטליכע דא האבן שוין געשריבן זייער עקספיריענס.

א איד » דינסטאג דעצעמבער 6, 2016 1:20 pm

· #356348
Re: מיידל באקלאגט זיך אין "מעלות" אז צופיל געשוויסטער באגרענ
איך בין אויפגעוואקסן אין א משפחה מיט מער ווי צען געשוויסטער, מיט פעטער און מומעס פון ביידע זייטן עלטער ווי מיר און אינגער ווי מיר, און זיי בלעים איך אז איך בין אויפגעוואקסן וואס איך בין אויפגעוואקסן.....

וואלווי » דינסטאג דעצעמבער 6, 2016 2:07 pm

· #356354
א איד א בעל צורה ווי דיר זעט בכלל נישט אויס ווי די ביסט שלעכט אויסגעוואקסען

שמעלקא'לע » דינסטאג דעצעמבער 6, 2016 2:10 pm

· #356355
א איד
איך בין אויפגעוואקסן אין א משפחה מיט מער ווי צען געשוויסטער, מיט פעטער און מומעס פון ביידע זייטן עלטער ווי מיר און אינגער ווי מיר, און זיי בלעים איך אז איך בין אויפגעוואקסן וואס איך בין אויפגעוואקסן.....

וואלווי
א איד א בעל צורה ווי דיר זעט בכלל נישט אויס ווי די ביסט שלעכט אויפגעוואקסען

הערליך אויסגעוואקסן...

א איד » דינסטאג דעצעמבער 6, 2016 2:16 pm

· #356358
Re: מיידל באקלאגט זיך אין "מעלות" אז צופיל געשוויסטער באגרענ
טאקע הערליך, אבער זיי זענען די בלעים....

וואלווי » דינסטאג דעצעמבער 6, 2016 2:45 pm

· #356361
ווי אזוי נאר יענער נאר געזאגט? איי לאוו יו לייק עי בראדער, באט איי העיט מיי פעמילי...

ירמי' » מיטוואך דעצעמבער 7, 2016 9:45 pm

· #356523
נא, איינער? קיינער? @שבת אחים מושב זקנים וויפיל געשוויסטער האבן ענק?

איך אויך » דאנערשטאג דעצעמבער 8, 2016 10:45 am

· #356561
.